Under maintenance
הויפט זייט » א קאר די ביה יחדון

א קאר די ביה יחדון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14011
פרייטאג יולי 03, 2020 10:16 am#453644
א קאר די ביה יחדון
א קיילעכיג יאר ווארט ניסן אויף דעם גורל'דיגן טאג.

ווען דער גרויסער דאנערשטאג געפאלט און אידעלעך אומעטום שוויצן אנגעצויגענע, סארטירענדיג אייער באקסעס אין צודריקטע וואגאנען, ביציקלעך און באגאזשן אין א בייזע גיסטע, פארלאזנדיג די שפרידלנדע שטאטישע גאסן מיט אן אומפעט אויפאמאל, שטייט ניסן א באוואפנטער גרייט.

ניסן געדענקט נאך נישט מער געדאכט, דעם שווארצן דאנערשטאג יענעם שנה ראשונה, ווען ער האט פון פענסטער ארויסגעקוקט אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן, און זיך דערזעהן מיט א מאגערע צאל כולל יונגעלייט פרירענדיג אינעם קאלטן היכל התורה, אין א נאס-הייסע ליידיגע שטאט.

אנע לייסענס און א היטש צום געפינען, איז ניסן אינעם שטינק געפלאגטן שטאט, שטעקן געבליבן, ווי די זיידעס פכים אין יבק.

אליינס מיטן ווייב, און א קייכעדיג קינד, האט ניסן דעם שבת אפגעראכטן, מיט די איבריגע ארעמעלייט אין געגנט.

וינחם ניסן, און דאס קומענדיגע יאר נקמה גענומען דערויף, וחמשׁ עלה ניסן, און מיט א ווייסע קאראלע פון מישיגען, די הויכע בערג און טיפע טאלן צו די קעטסקילס זיך ארויפגעשלייכט, אויף שבת שלח, צום שווער'ס פיצעלע באנגעלאו.

איינגעפירט האט ניסן, דאס איינהאנדלען אן אויטא יערליך אויפן זוממער.

מדי שנה בשנה, ממחרת לג בעומר, זעצט זיך א דערהייטערטער ניסן אין קיאסק אריין, אויף א דרייעדיג בענקל, און באזוכט יעדן רענטל פילאליע אין צפון אמעריקע, נישטערענדיג פאר ביליגע פרייזן און טייערע קארס.

אז מ'נעמט שוין, זאל עס זיין צו די זאך, זאגט ניסן.

ווי קארג ניסן איז נאר פון נאטור, זשאלעוועט נישט ניסן ווען ס'קומט צום אויטא - וואס פארמאגט ביי אים א ספעציעלן פלאץ אין הארץ.

פאריאר צום ביישפיל האט ניסן באשלאסן אויסצוציען דעם רענטאל ביז צו די הייליגע טעג, און צוגעצאלט עקסטערע זעקס מאות כולל געלט, בבחינת זאל זיין.

אלנפאלס, ענדליך האט זיך דער טאג באוויזן - יוני דער אכט און צוואנציגסטער.
אן אפגעדאווענטער ניסן זיצט גרייט אין ווען, נאשענדיג אויף א דעיניש, אפווארטענדיג די אנדערע קאלעגעס.

מיט א גרופע כולל יונגעלייט, א צאפל אין הארץ, און א זעקל שפעזן, לאזט מען זיך ארויס דעם לאנגן וועג קיין הערץ אין דעלאווער.

זעקס קראסאווערס האט ניסן רעזערווירט, אבער ווייסט נישט וואס גענוי וועט צו זייער גורל פאלן. עס איז בלויז פארבליבן צו האפן אויף דאס בעסטע, שטארקט ניסן די ארומיגע.

"העמיר כאפן דא א מנחה" שלאגט פאר איינע פון די אריות שבחבורה אין ווען, צוויי שטונדן אין רייזע אריין.

שטייט ניסן אויף א פרייען פעלד אונטערן הימל, און שפירט א נאנטשאפט צו גאט. גארנישט טיילט אפ צווישן אים און טאטן.

אב הרחמן שמע קולנו... מיט פארמאכטע אויגן צום הימל שעפשעט ניסן א תפילה צו גאט. זאל די רייזע מצליח זיין. זאל ער חן געפינען ביים מאדערנעם אגענט, און א גוטן שליח צו די בערג קריגן. א באקוועמער אויטא, א שעינער אויטא, א שנעלער אויטא, מיט א שיינער פארעם. פילייכט א שעווי קרוז, קלערט ניסן, אדער אן אימפּאלא לפחות. אין זיין קאפ זעהט ניסן דעם ערל מיטן געזשעלטן האר אינעם העל בלויען סוט און ברוינע שיך, זיך אפשטעלן מיט א ווייסע טשעראקי אין זיינע פיר אמות. אט האלט ער שוין ביים איבערגעבן די שליסלען, און דער שליח ציבור שרייט פלוצים אויס א הילכיגן קדיש, צובלאזנדיג זיין טרוים.

א רויטן סאול איז ניסן'ן פארשריבן געווארן דאס יאר. ניסן איז נישט אנטוישט.

נאקעט פון לוקסוס איז זי, די קיאַ. די שפיגלען האט ער בידיים געמוזט אראנזשירן, דעם עלעקטריק פרייען זיץ אויסגעגליכן וויפיל מעגליך, און אויף מוזיק – ווי עס שיינט, וועט ער צו מידטאון מוזן אריינגיין, איבערצאלן פאר א ווייער.

מיט אן אומבאהאלטן פרייד הענגט ניסן דעם ביימעלע שמעקער וואס ער האט מיט זיך מיטגעבראכט, און האט אפילו א קלער פון איבערוואשן דעם אויטא ביי א לאקאלע קארוואש – זאל די קאר צייגן ביים אפּרוה אין וועלעראו, ביים ארויסבעקן פון מאונטען פרוט, און ביים אריינציען אינעם מאראסטיגן קאלאני. אבער ס'גוט ווי אזוי ס'איז, איז ניסן א מסתפק, און שעהמט זיך פון די מחשבה זעלבסט.

ניסן גלייכט די צוויי מאנאטן א יאר מיטן קאר.

אלס א כולל יונגערמאן איז ניסן קארלאז דורכאויס די יאר.

שפאנט ניסן טעגליך א מהלך רב אין די ווינטער פראסטן, מיט די הענט אין די ארבעל און פאלש האריגע אויערן שיצער.

א דערשלאגענער קוקט ניסן אויף די רואיג באזעצענע אויטא'ס וואס ווארעמען זיך שטיל אויף די טונקל שנייאיגע געסער, אין די פריע פארטאגס שטונדן, אינדערצייט וואס זיינע ליפן און ציין טרייסלען פון קעלט און פחד אויפאמאל.

שטייענדיג ביי א רויט לייט קריגט ער צומאל פון א פעטער א פייף, און פון א שוואגער אן אנבאט, צוגעטראגן ווערן צום גמרא.

מיטאג, צווישן די סדרים, איז ניסן טעגליך אין א דיאלעמע. ארויסגיין אין די היצן פאר א מזונות, אדער אנידערלייגן ס'קעפּעלע איבער'ן תלמוד. טעגליך בייסט א הונגעריגער ניסן אין פעשע סענטוויטשעס בפרעהסיא, און קייעט צו א שטיל שווייגנדן שוהל.

א רעגן איז ניסן'ן א קללה, א זין א מאטערניש, א היץ אומדערטרעגליך, א פראסט א ווייגעשריי.

וועטער אליינס קאסט ניסן'ן אפאר דאלאר א יאר, צווישן נאסע שיך, צובלאזענע הויזן, און פארלוירענע שירעמעס, גרייכט די ציפער אפאר מאות. גייט ניסן א גאנץ יאר מיט אן אויסגעריבן אויבערראק און גרוי פארוועלקטע שיך.

א שיינעם וועטער מיינט גאר אסאך פאר ניסן. אין א שיינעם וועטער שפאצירט ניסן אויף די גאסן מיט א שמייכל אויפן פנים, א זאטער אויפן מאגן, מיט בגדי שמחה באקליידעט, און הערט צו קול מבשר אונטערן פרייען הימל.

טעגליך לויפט ניסן מיט אייער אין מויל, צו כאפן זיין איינצעלע אויסזיכט אויף א איינשטענדיגע רייזע קיין בארא פארק. און אז נישט, שטייט ער אן ערשעפטער ביים היטש פלאץ מיט לעכצנדע אויגן פאר א בארימהארציגער גענאדע פון א נאבעלער איד. צומאל, בלית ברירה, ווארפט זיך א מידער ניסן א שטייעדיגער אויפן באס, צווישן הונגעריגע בני תורה און כינעזע פלוידעריי.

צומאל זיצט ניסן אין שול, געשטראנדעט איבער א חסידיש ספר, ווארטענדיג א גאָס רעגן זאל פארביי גיין.

טאקע אין שנה ראשונה נישט מער געדאכט, פלעגט אן אפגעדאווענטער ניסן, דער פרישער איידעם, אן ערליכער מעביר סדרה זיין, ווארטענדיג אין גיבּבּערס אויף אן אויסלייזער.

אלנפאלס, שמעקט ניסן'ן דעם לוקסוס פון אן אייגענעם קאר.

איז ניסן אבער א כולל יונגערמאן, א פיינער, אן עוסק בתורה, און פאלט נישט פאר הבלי עולם הזה.

ביי די קארגע אכצן האט מען א פעאיגער ניסן פון אלכסנדר צוכאפט, א נדן פארשפראכן, און מיט א טרייע ווייב א לערערין צענויפגעפּארט.
פון די יאך פון פרנסה האט מען אים גענצליך באפרייט, און עס מיט תורה ערזעצט.

א וואוילער לערנער איז ניסן ווירקליך.
נישט ממש אויסגעטוהן פון די וועלט איז ניסן, און זיכער נישט ווי ביי די אכטצן.
אין בוזעם טאש טראגט ער שטענדיג ארום א הויפן בריוו און טשעקלעך,
אין קרעדיט קארדס און פוינטס איז ניסן א מנוסה און א היבשער מומחה. פון מאל צו מאל פאלט ניסן'ן ביי א ביזנעס געדאנק, א וועלט'ס ערפינדונג זאגאר.
ניסן פארשטייט זיך גוט זיין שטעטל, זאגן די מענטשן קענער עדות.

ניסן איז טאקע ווייט פון א בטלן.
ער קוקט זיך אום אויף זיינע ארבעטס פריינט און זעהט א געוויסע אפּשפּרונג אין זייער שפּאן, א זעלבסטשטענדיגקייט, א באזעסנקייט, אן ערוואקסנקייט, אן אחריות, אינדערצייט וואס ער איז א האלבע וואך פארנומען זיך צונויפקומען מיט זיין שווער פארנומענע חברותא, און לאנדן א נאכט כולל וואו ער'ט קענען כאפן נאך א מאגער טשעקל צו דעפאזיטירן אויפן שמיציגן טשעיס פיליאלע, אויף וואלאבאוט.

אוודאי קלערט ניסן צומאל אויב עס פעלט נישט פילייכט עפעס אין זיין לעבנסשטייגער, חיות, פרייהייט, ענערגיע, פרעשור, דראנג, צו סתם סטאביליטעט.

אבער ניסן וויל נישט וויסן פון עפעס אנדערש חוץ לערנען. א בן תורה איז ניסן און א בן תורה וויל ער פארבלייבןַ. ניסן קימערט זיך נישט מיט וואס זיין הארץ און געפילן זאגן.

אין התורה ניקנית אלא במי שממית עצמו עליה, נאר אויב מען צוקלאפט דעם "איך", די אלע געפילן און געדאנקען וואס ציען צום עולם הזה, קען מען וואקסן א בן תורה, טראכט ניסן.

מען איז דא אויף דעם וועלט צו דינען דעם בורא עולם, נישט זיך, זאגט אן אָפט דערשלאגענער ניסן.

די גליקליכע זוממער וואכן מיטן אויטא, ערוועקט אבער אין ניסן א האפענונג. א חיות אנצוגיין. א זעלבסט זיכערקייט און שטאלץ.

ניסן שפירט זיך וויכטיג. ווערטפול. דערהויבן. ער שפירט לעבן.

ניסן גלייכט צו שפירן ווי א מענטש צום טיש.

שעות פארברענגט ניסן אינעם סאול. ווי א צווייטע היים. ניסן איז וויליג צו פארן וואו אימער ס'ווייב צוליב טוהן, א שוועסטער צום דאקטאר אפטראגן, א מאמע צוהילף קומען.

און ביינאכט, אויף די טרעפּן ארויף צו זיין היים, מיט די תפילין אין די ארעמעס, די שליסל אין האנט, און א פינקל אין אויג, קוקט ניסן צוריק און באטראכט איר מיט ליבשאפט און שטאלץ, עטליכע מאל דריקט ער די קנעפל, צו הערן דעם זיסן קול פון רעאליטעט.

אויפן געלעגער, צווישן די גאלאפ פון געדאנקען וואס מארשירן זיין ווייס קאַפל פארביי, שטארט איין בילד פון אלע ארויס, דעם ציכטיג רויטן נשמה'לע ביים טיר פון הויז.

ויזמרון לך שירין ורחשין, א צופרידנקייט הערשט אויף זיין געזיכט, און מיט א געזאַנג צו גאט, שטיל ער שעפשעט, דאנקע טאטע!
פרייטאג יולי 03, 2020 11:46 am#453661
Re: א קאר די ביה יחדון
מורא׳דיג!

כ׳האב ספעציעל הנאה געהאט פון ווי אזוי ניסן׳ס יוּפאָריא און פרייד וכו׳ איבער זיין קאַר איז דאס מעטאפאר פאר זיין דראנג איבער וועלן ערגעץ ״גיין/אנקומען״ מער אין לעבן. ווייל, ווי נישט, ווי ער טוהט פיהלן איצט איז אז זיין לעבן ״פאָרט״ נישט עכט אין ערגעץ.

אויך קען דאס אז ער דארף פאָרן ווייט אויף כדי צו איינהאנדלען די קאַר אויף צו קענען פאָרן בכלל, מרמז זיין צו דעם אז אין לעבן בכלל קען די תכלית זיין די דזשוּרני אליין.

ייש״כ.
פרייטאג יולי 03, 2020 3:19 pm#453671
הערליך! האמיר שוין א ניסן'דל, א שמאי און גמליאל
פרייטאג יולי 03, 2020 4:50 pm#453673
Re: א קאר די ביה יחדון
הבל וריק איז א מייסטער ארטיסט!
פרייטאג יולי 03, 2020 5:32 pm#453675
וויאזוי מאכט מען דער הבל וריק זאל דא זיין אפטער?
פרייטאג יולי 03, 2020 6:08 pm#453676
Re: א קאר די ביה יחדון
איך פיל שוין אביסל בעסער בלייבענדיג דא אין שטאט יעצט ערב שבת. ממש באקומען א שטיק חיות זיך דערקוויקענדיג מיט א זאפטיגען ארטיקל אזוי ווי די אלטע לייבן דא פלעגן שרייבן... און אז עס איז דא האפענוג , האב איך שוין חיזוק אז איין טאג וועל איך פארמאגן ס'אייגענע ווינטירייזט האום אין די קעטסקילס און יעדע זומער וועל איך בלייבן ווייטער דא אין שטאט און פארציילן יעדען וואס איז נעבעך דא געבליבן אז איך לאז מיינע פארפלאגטע געשוויסטער ניצן מיין וואקעישען האום....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 8:17 pm#453681
גיימיר אריין אינעם זיבעטען מיט א פולע שמייכל!

די זכות זאל דיר ביישטיין הרב הבל שליט"א.
זונטאג יולי 05, 2020 12:36 am#453693
Re: א קאר די ביה יחדון
Wow הערליך! האסט צוריק צוריק געדרייט דעם זייגער מיט אסאך יארן, ערגעצוואו זעמער אלע געווען דער פאנטזירטער ניסן'דל.
פארוואס ברויכן מיר ווארטן אגאנצן קיילעכדיג'ן יאר פאר אזאנע הערליכע ארטיקלן, אויב כ'געגענק גוט, פאראיאר און פאר צוויי יאר צוריק אין די זעלבע צייט בערך האסטו אויך געשריבן אזוינע קאנטרי רילעיטעד ארטיקלן, פליז ווי ניד מאר!!
זונטאג יולי 05, 2020 3:17 am#453701
געוואלדיגע ארטיקל, מתוק מדבש ונופת צופים...

א באזונדערע לייק פאר'ן קריעטיוון קעפל.
זונטאג יולי 05, 2020 3:21 am#453702
Re: א קאר די ביה יחדון
צוקער זיס!
קונצליך קאמפאזירט!

יי"ש"כ שרייב מער דא (אינעם א שמייכל).....

@יואב זיי אונז אויך מהנה אינעם זוממער מיט אפאר הומאריסטישע ארטיקלען כמידי שנה.
זונטאג יולי 05, 2020 5:38 pm#453741
Re: א קאר די ביה יחדון
א דאנק פאר די פידבעק, יעדן באזונדער.
דינסטאג יולי 07, 2020 9:08 am#453924
Re: א קאר די ביה יחדון
טיימליין אלערט.
מיטוואך יולי 08, 2020 10:20 am#454020
הערליך שיין

גבאים, פארוואס איז דער לייק קנעפל אויבן? מען ליינט דוירך א לאנגעם ארטיקל מען ווארפט זיך פאר געלעכטער און נאכדעם דארף מען צוריק ארויפקריכן פארסאפעטערהייט ביזן לייק קנעפל אזש מען האט שוין באלד פארגעסן וואס מען האט ליעב געהאט...
מיטוואך יולי 08, 2020 12:38 pm#454048
וויאזוי ווייסטי פּינקטליך וויאזוי איך האבּ געפילט? איי העד עי גאאד לאגה.... ישר כּח! איר האט טאלאנט!
פרייטאג יולי 10, 2020 10:39 am#454240
א באשרייבונג די ביה יחדון..!
פרייטאג יולי 10, 2020 3:00 pm#454259
געוואלדיג! א פיס אף ארט...