אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ר' סענדער דייטש ז''ל אין זיין ביכעל בוצינא קדישא טיילט מיט גאר אסאך אינטערסאנטע פאקטן איבער דאס שרייבן , און ווארפט א ליכט איבער דאס גאנצע ענין.
א דאנק אנשטענדיגע האב איך מיר געקויפט בוצינא קדישא ח"א וואו ס'איז באשריבן דאס שרייבן פון ויו"מ. פון ליינען סענדר דייטש'ס בוך אלגעמיין און זיין שפראך איז מסופק וויפיל מען קען אים גלייבן אויף פרטים וואס זענען מונח בספק ועל זה דארף מען א באזונדערער אשכול. נאר בנוגע דאס שרייבן פון דעם ספר ויו"מ אליין, איז נאך אלץ נישט קלאר.
סענדר דייטש שרייבט אזוי (עמוד ש"ע):
רבינו לא רשם לפניו מקודם שום רשימות וראשי פרקים בטרם התחיל לכתוב ולסדר הכל באופן מסודר, אלא הכל היה רשום במוח ובמחשבותיו הטהורים, כל הבנין הנפלא הזה היה מונח כבקופסא מסודר במוחו ובדעתו. והעלה על הכתב דבר דבור על אפניו, מבלי לעיין ברשימות וראשי פרקים. ואף שהאריך הרבה מענין לענין בענינים שונים ובפלפולים רחבים, אולם תמיד חזר רבינו לעניני הנידון, ושוב העלה המסקנות.דאס זעט מיר אויס מאדנע מכמה סיבות.
1. א פאראגראף שפעטער שרייבט ער: "ועוד זאת כי אעפ"י שרבינו הוסיף תמיד הוספות והערות, והוספות על הוספות, הערה אחת היתה שייכות לענין זה והערה אחרת לענין אחר, ומכל מקום תמיד ידע רבינו להעיר את מקומן של הערות והוספות האלו, אף כי לא הביט בעצם הכתב יד. - כל ההוספות כתב רבינו על פיסות ניירות קטנים, והיה צורך לחבר את הניירות אחת אל אחת ולשלבם אל מקומם הראוי . (ולפעמים נדבק הדבק גם על המפה הפרוסה על השולחן, אשר עליו כתב רבינו את חידושיו, וקשה היה להפריד את חתיכות הנייר מן המפה)." הייסט עס אז כאטש דאס שרייבן איז כלומר'שט געווען "באופן מסודר" און "רשום במוחו ובמחשבותיו הטהורים", ווען ס'איז געקומען צו די הערות איז געווען אויף צעטליך דא און צעטליך דארט און מען האט זיי געדארפט צאמשטעלן. נישט ממש א מסודר'דיגע סטיל פון שרייבן.
2. אויף עמוד שפ"ב "בדרך שאל אותי רבינו, האם נדפסו כבר כל הספרים, והשבתי שכבר נגמרה ב"ה ההדפסה של כל הספרים,ענה רבינו ואמר שבדעתו היה עוד להוסיף אי אלו הערות והוספות, ואמרתי, הלא פשוט בעיני, כי רבינו לא יגמור לעולם מלחדש בתורה, כי תמיד יהיה לרבינו מה להוסיף ולחדש, כדרכו בקודש שהיה כמעיין המתגבר ותמיד נולדים לו חידושים נוספים ורעיונות חדשים, והעלה בת שחוק על שפתיו ואמר לי צדקת בני ואמת כדבריך שאין סוף לדבר, ואם באנו לעכב את הדפסת הספר עד יושלם הכל, מי יודע מתי יושלם." האבן מיר נאכאמאל א בילד פון א מענטש וואס איז א מעין המתגבר און נישט דער סארט וואס האט אלעס מסודר אין קאפ און קען אפשרייבן גאנצע בויגנס פון א ספר פליסנדיג.
3. לגבי שרייבן מפתח הענינים אויף ויו"מ, שרייבט סענדר דייטש (שפ"ב-שפ"ה): "ובענין סידור מפתח הענינים, כלומר "תוכן הענינים", הנה למעשה התחיל רבינו עצמו לסדר ולהעלות על הכתב את מפתח הענינים, וכאשר נסע רבינו לארה"ק בקיץ דשנת תשי"ט לקח רבינו עמו את הגליונות של המהדורה הראשונה של ויואל משה, על מנת שיסדר בשהותו על הספינה את תוכן הענינים, וכן עשה, רבינו כתב את תוכן הענינים של המאמר הראשון עד סימן ע"ח, כאשר חזר רבינו מא"י לשלום מסר לי רבינו את הכתב יד מה שעלה בידו לסדרעל הספינה, ואמר לי רבינו כמתנצל, שיותר לא היה יכול לכתוב מפני הטירדות הרבות. ועוד,שבכל פעם אשר כותב את המפתח הרי נתוספים לו חידושים ורעיונות חדשים בלי גבול, ואם כן יתרבה הספר בהרבה עמודים. ומשום כך אינו יכול להמשיך ולסדר את תוכן הענינים. ולכן ביקש אותי שאשתדל בעצמי לסדר את תוכן הענינים, וגם את מפתח הענינים ומראי מקומות." איז נאכאמאל א בילד פון א מענטש וואס וויל אלץ שרייבן מער און מער און קען זיך נישט קאנטצענטרירן אויפן תפקיד ביי דער האנט. ווידער נישט דער גרעסטער סימן צו א מסודר'דיגע שרייבער.
4. פון הערן דעם סאטמארער רב'ס דרשות איז אויך אן ענלעך בילד פון א ווילדער קאפ וואס פליט אהין און אהער אזויווי די הערות צעטליך, און נישט עמעצער וואס איז מסודר עד כדי כך אז ער שרייבן ווי אויבן געשילדערט לגבי דעם גוף הספר.
5. אין זיין בוך ברענגט סענדער דייטש בילדער פון דריי כתבי יד פארבינדן צו ויו"מ. די נוסח השער, תוכן הענינים און הערות אויף א שטיקל געדרוקטע ויו"מ איבער א מימרא פון ר' עקיבא. ער האט נישט קיין איין קאפי פון א בלעטל פון א לאנגער ספר ווי ויו"מ וואס כלומר'שט האט דער בעל מחבר עס געשריבן ווען "לא רשם לפניו מקודם שום רשימות וראשי פרקים" נאר געשריבן בויגן נאך בויגן "מונח בקופסא מסודר במוחו ובדעתו". פארשטייט זיך אז אויב ליגט א כת"י ערגעץ וואו אין א סעיף בין איך מופרך און מיינע השערות זענען נישט מעלה ומוריד, און הא גופא פרעג איך, וויאזוי איז געווען דאס שרייבן?
6. נאך זעט מיר אויס מאדנע, אז איבער די מפתחות, די מראה מקומות, די הערות און אפילו דער נאמען פונעם ספר איז סענדר דייטש מאריך נאר איבער דאס שרייבן פון ויו"מ אליין איז ער פטור מיט איין פאראגראף. צו שרייבן מיט די הענט א ספר די לענג פון ויו"מ האט געמוזט נעמען חודשים לאנג און ער האט נישט דערויף כמעט קיין שום עובדה.
7. א קליינע (נישט צו ערענסטע) סתירה. אויף עמוד ש"ע שרייבט ער: אני הייתי רגיל לקרוא היטב את כתב יד קדשו של רבינו. ודכירנא שפעם אחת קרא אותי רבינו השכם בבוקר, ומסר לי העמודים שכתב בלילה העבר." איז משמע אז וואס רבינו האט געשריבן האט ער באלד איבערגעגעבן פאר סענדר דייטש. ווייטער אויף עמוד שע"ב שרייבט ער "וכאשר מסר רבינו את הכתב בידי לסדר בדפוס את הספר ויואל משה..." זעט אויס אז רבינו האט אים געגעבן דעם גאנצן כתב יד מיט איין מאל.
8. אן צו פארפארן איבער דער פארלעסליכקייט פון סענדר דייטש, און אסאך מעשיות הערן זיך ווי אמת. נאר מיט די בלעטער אויף בלעטער פון פראפאגאנדע פון איין זייט און שימפן מצד אחר וועט נישט זיין א חידוש אז ער האט באהאלטן דאס וואס ער האט געהאלטן אז הצנעא יפה להם. צב"ש אויף זייטן שע"ב-שע"ג שרייבט ער פון "רבנים ותלמידי חכמים" וואס האבן געבעט זעען די "עלי ההגהה [פון ויו"מ], ואכן רבינו הרשה לי למסור אז העלים המסודרים לכמה רבנים יחידים גדולים בתורה, והרבנים העירו הערות פה ושם." ווער זענען די גדולים און פארוואס דער סוד? ביים דערציילן פון דער השתלשלות פון דער גרינדונג פון דער התאחדות הרבנים רעכנט ער אויס די נעמען פון גאר אסאך רבנים וואס זענען געווען אנוועזנד און אזוי אויך דורכאויס דעם בוך, איז פארוואס איז דא א סוד? דער זעלבער אפאר פאראגראפן שפעטער, "הרבנים הגאונים הצדיקים ברכו ברכת הנהנין" ווען ויו"מ איז ארויס אבער אן קיין נאמען. ער געבט טאקע שפעטער נעמען בנוגע הערות אבער נישט קיין סאך. פארקערט, מבין השורות זעט אויס אז עס זענען געווען אסאך קריטיקער אין היימישע קרייזן.
לאמיך זאגן נאכאמאל אז דאס אויבן זענען בלויז השערות ווייל איך ווייס פשוט נישט. די פראגע איז א פאקטישע און אז עמעצער האט מער פאקטן ביטע ברענגט זיי אראפ.