Under maintenance
הויפט זייט » זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא

זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14026
דינסטאג יולי 07, 2020 3:01 pm#453945
זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא
רחמנא אידכר לן זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא זצוקלה"ה

היינט איז געווען דער יארצייט פונעם רבי'ן זי"ע תמ"ל.

ליידער האט מען נישט געקענט מקיים זיין די הילולא במלוא המובן, צוליב די מצב המגיפה אין שטאט. אונזער בית-החיים איז נאכנישט מסודר מיט די רעגירונג אלס בית-החיים, מען דארף נאך אריינבויען פארשידענע פונקציעס, ווי ביה"כ, וואסער און נאך, מיר פארמאגן נאכנישט די נויטיגע פאפירן דערויף, דעריבער איז דאס אביסל שווערער. דער שטח געפינט זיך אביסל אפגעריקט, מיט א הייוועי דורכצוגיין צווישן בבל און דעם ביה"ח. מען האט דאס יאר געקענט צוגיין, בשעת האלב ציבור איז געגאנגען פרייטאג און אנדערע זענען געגאנגען זונטאג. אזוי צי אזוי זאל מען האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוט.

איך וועל מיחד זיין אן אשכול, וואו מען וועט קענען באשרייבן און ארויסברענגען צדיק מה פעל. אויסער זיינע רוחניות'דיגע מעלות, מסירת-נפש נאך פון קינדווייז אויס פארן באשעפער, גבורות הנפש וואס ער האט ארויסגעוויזן אין זיין מלחמה קעגן ציונות און אידישקייט, כח התפילה, שבת ועוד, איז ער אויך געווען א זעלטן מוכשר'דיגע מענטש, א געלונגענע מענטש מיט פיל טאלאנטן, ער איז באמת געווען א איש אשר רוח בו. ווער עס האט נאר אמאל געשמועסט מיט אים, קען מעיד זיין אז ער האט פארמאגט אויסערגעווענליכע כוחות, פקחות, ישרות ועוד.

איך וועל דא לאזן אויסשמועסן זיין מהות און אייגנארטיגקייט, לתועלת הרבים.
דינסטאג יולי 07, 2020 3:24 pm#453947
שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!
דינסטאג יולי 07, 2020 3:27 pm#453949
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!


צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!
דינסטאג יולי 07, 2020 3:38 pm#453952
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!


צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע.
דינסטאג יולי 07, 2020 4:02 pm#453953
קאך_לעפל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!


צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע.

ניין! אויך די תמרים שהתליעו.
דינסטאג יולי 07, 2020 4:06 pm#453955
חכמת שלמה האט געשריבן:ליידער האט מען נישט געקענט מקיים זיין די הילולא במלוא המובן

נישט געזארגט, אונז האבן יא מקיים געווען "הילולא" במלוא מובן המילה!
דינסטאג יולי 07, 2020 4:12 pm#453956
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!


צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע.

ניין! אויך די תמרים שהתליעו.

לקיים מה שנאמר על מצות ומרורים..... כ'מיין למכה מצרים בבכוריהם
דינסטאג יולי 07, 2020 4:13 pm#453957
חכמת שלמה האט געשריבן:
רחמנא אידכר לן זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא זצוקלה"ה

היינט איז געווען דער יארצייט פונעם רבי'ן זי"ע תמ"ל.

ליידער האט מען נישט געקענט מקיים זיין די הילולא במלוא המובן, צוליב די מצב המגיפה אין שטאט. אונזער בית-החיים איז נאכנישט מסודר מיט די רעגירונג אלס בית-החיים, מען דארף נאך אריינבויען פארשידענע פונקציעס, ווי ביה"כ, וואסער און נאך, מיר פארמאגן נאכנישט די נויטיגע פאפירן דערויף, דעריבער איז דאס אביסל שווערער. דער שטח געפינט זיך אביסל אפגעריקט, מיט א הייוועי דורכצוגיין צווישן בבל און דעם ביה"ח. מען האט דאס יאר געקענט צוגיין, בשעת האלב ציבור איז געגאנגען פרייטאג און אנדערע זענען געגאנגען זונטאג. אזוי צי אזוי זאל מען האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוט.

איך וועל מיחד זיין אן אשכול, וואו מען וועט קענען באשרייבן און ארויסברענגען צדיק מה פעל. אויסער זיינע רוחניות'דיגע מעלות, מסירת-נפש נאך פון קינדווייז אויס פארן באשעפער, גבורות הנפש וואס ער האט ארויסגעוויזן אין זיין מלחמה קעגן ציונות און אידישקייט, כח התפילה, שבת ועוד, איז ער אויך געווען א זעלטן מוכשר'דיגע מענטש, א געלונגענע מענטש מיט פיל טאלאנטן, ער איז באמת געווען א איש אשר רוח בו. ווער עס האט נאר אמאל געשמועסט מיט אים, קען מעיד זיין אז ער האט פארמאגט אויסערגעווענליכע כוחות, פקחות, ישרות ועוד.

איך וועל דא לאזן אויסשמועסן זיין מהות און אייגנארטיגקייט, לתועלת הרבים.

פון וועם רעדט מען דא? וועלכע ר שלמה?
דינסטאג יולי 07, 2020 4:16 pm#453958
קרליבך
דינסטאג יולי 07, 2020 5:19 pm#453962
Re: זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא
dan האט געשריבן:פון וועם רעדט מען דא? וועלכע ר שלמה?

ער רעדט פון שלמה העלבראנץ מייסד הכת "לב טהור"
דינסטאג יולי 07, 2020 5:33 pm#453963
דְּרָכֶ֥יהָ דַרְכֵי־נֹ֑עַם
  וְֽכׇל־נְתִ֖יבוֹתֶ֣יהָ שָׁלֽוֹם׃
אויב וואלט אידישקייט אויסגעקוקט ווי עס ווערט פראקטעסטירט אין קרית בבל (דשם בלל ר''ש מוחות חסידיו), וואלט שלמה בחכמתו נישט באטיטלט אזוי אידישקייט. כנלע''ד נכון.
דינסטאג יולי 07, 2020 8:07 pm#453970
נארישע אייוועלט טרענד צו מאכן קעפלעך ביי אשכולות און שרייבן גרויסע באלד אותיות אן דערמאנען א ווארט פון וועמען מען רעדט. יא, אפילו יעדער ווייסט אז מ'רעדט פון העלבראץ, שרייב ווי א מענטש.
טענקס
דינסטאג יולי 07, 2020 8:55 pm#453973
חכמת שלמה האט געשריבן: ער איז באמת געווען א איש אשר רוח בו.

וואספארא רוח?
דינסטאג יולי 07, 2020 10:31 pm#453984
שמעון וואלף האט געשריבן:
חכמת שלמה האט געשריבן: ער איז באמת געווען א איש אשר רוח בו.

וואספארא רוח?

נאר איין רוח?! עטליכע!
מיטוואך יולי 08, 2020 2:51 am#454008
ווי כאילו דאס איז דער ערשטער אשכול וואו מען גייט דורכטון די מהות פון העלבראנץ... חחח...

געוויסע גוטע פונקטן אין זיין פערזענליכקייט לויט מיינע שטודיעס איז ווי פאלגענד:

- גאר קלוג, טאלאנטפול און כאריזמאטיש.
- זייער שטארקע געפילן.
- מח שליט על הלב.
- געוואלט טוישן די וועלט.

למעשה האט ער גענוצט זיינע כשרונות אויף די נישט גוטע זייט און געענדיגט האט ער מיטן פירן א קולט לכל הדיעות אונטער בארבארישע נעגל און סאדיסטישע אינספיראציעס באגלייט מיט מח קאנטראלירונגען און שטארקע מאניפולאציעס (לאו דוקא פון זיין זייט נאר פון זיינע ארומיגע בעיקר).

כ'האף אז ער כאטש זעט איין אין זיינע טעותים יעצט.
מיטוואך יולי 08, 2020 9:26 am#454014
שוין, מען בלעימט דער גבאי. דער joker , נוצען אלע רבי'ס נאכאנאנד מיום וואס רבי'ס טוהן רשעות.

אתו עמו כלומר אליו, מען זאגט זיין ברודער, מען זאגט זיין גבאי, כלומר אליו, עס איז אים אליין.
מיטוואך יולי 08, 2020 10:44 am#454022
פאליטיקאנט האט געשריבן:
dan האט געשריבן:פון וועם רעדט מען דא? וועלכע ר שלמה?

ער רעדט פון ארז אלברנץ מייסד הכת "לב טמא"
מיטוואך יולי 08, 2020 2:19 pm#454058
חכמת שלמה האט געשריבן:. מען האט דאס יאר געקענט צוגיין, בשעת האלב ציבור איז געגאנגען פרייטאג און אנדערע זענען געגאנגען זונטאג. אזוי צי אזוי זאל מען האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוט.

ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר שליט"א תמ"ל איז געווען זינטאג אדער פרייטאג?
מיטוואך יולי 08, 2020 6:33 pm#454074
ATUB @חכמת שלמה ATUB עפעס האב איך פארשטאנען פון דיין אונטערשריפט אז רבינו ארז המכונה שלמה איז אמאל געווען אין לבנון און דארט איז ער משוגע געווארן, קענסט אפשר אריינקומען מיט מער איינצעלהייטן?
מיטוואך יולי 08, 2020 7:21 pm#454075
איך וויל פארשטיין צליב וואס א ביה''ח? ווי אלט איז אייערע עלסטע קולט מיטגליד? שטארבט מען דארט פאר הינגער? אדער פלאנט איר א מאסן מארד? אה! פאר ר' שלמה מיין שווער קאנספערירט אז ער לעבט נאך, צייגט מיר איבער אנדערשט, און איך שענק אייך א קיר, משתין צו זיין.
דאנערשטאג יולי 09, 2020 1:16 am#454119
אויב קאנספירירן צו אונטערלייגן א באמבע אין כנסת הייסט מסירות נפש פאר אידישקייט, האט ער געהאט מסירות נפש.

א טיפיקל בעל תשובה. ער נעמט אלעס וואס ער האט געלערנט לידי מעשה.

דאמאלס האטציך ר' נתן יוסף אפגעטיילט פון איהם. ר' נתן יוסף האט געלערנט מיט איהם שיטת סאטמאר. נאר ווען ער האט עס געוואלט נעמען לידי מעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין פריינטשאפט. דאס האט ער אלס ב.ט. נישט פארשטאנען...!
דאנערשטאג יולי 09, 2020 1:42 pm#454146
אישתישבי האט געשריבן:שוין, מען בלעימט דער גבאי. דער joker , נוצען אלע רבי'ס נאכאנאנד מיום וואס רבי'ס טוהן רשעות.

אתו עמו כלומר אליו, מען זאגט זיין ברודער, מען זאגט זיין גבאי, כלומר אליו, עס איז אים אליין.

כ'האב נישט אראפגענומען קיין ברעקל פונעם שולד פון דעם רשע, כ'האב נאר געשריבן עטליכע פון זיינע גוטע טאלאנטן, וזהו.
זונטאג יולי 12, 2020 5:21 pm#454357
חכמת שלמה האט געשריבן:
רחמנא אידכר לן זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא זצוקלה"ה

היינט איז געווען דער יארצייט פונעם רבי'ן זי"ע תמ"ל.

וויפיהלטע יאהרצייט איז יעצט געוועהן?