Under maintenance
הויפט זייט » נייע העלדן

נייע העלדן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14029
דינסטאג יולי 07, 2020 9:56 pm#453979
נייע העלדן
איך וויל באגריסן א פרישע דור פון כוכבים וכלים וואס געבן צו א געוואלדיגע פרישקייט און לעבעדיגקייט צום שטיבל מיט זייערע טרעפליכע הערות, ברייטע ידיעות, געשליפענע פעדערס און אריגינעלע פערספעקטיוון אין כל ערליי נושאים.

ATUB @כרם זית ATUB שארף און קלוג, תורה'דיג און ידענית'דיג, א סאציאלאג און א תלמיד חכם, שרייבט געשמאק און לעבעדיג.

ATUB @פאליטיקאנט ATUB צו דער זאך און געשמאק, ברייטע ראנג פון ידיעות, אלץ א ווארט צו יעדער נושא, פליסיג און מעורב בין הבריות'דיג.

ATUB @גבור חיל ATUB רייך פעדערל, הומאריסטיש, פערזענליך, קעזשועל און פאליטיש, קאלירפולע שפראך.

ATUB @דוראק ATUB אייגנארטיגע און ציכטיגע שריפט, אויטענטישע אידיש, ברייטע ידיעות אין חב"ד און נגינה, גיט צו אן אייגנארטיגע גענע צום שטיבל.

ATUB @טיכטיגער ATUB האקט געשמאקע תגובות איבער טעכנאלאגיע, סאשעל מידיע פענאמענאנס און נאך

ATUB @מהיכי תיתי ATUB היימיש חסידיש פאליטיש, מהנעשה והנשמע אין דער אידישער גאס מיט די פרישסטע אנטוויקלונגען און געשעענישן.

ATUB @מאך זיכער ATUB לאו דוקא א נייע ניק אבער לעצטנס גאר שטארק אקטיוו מיט גאר זאכליכע תגובות און א שטארקע שכל הישר. יו ראק.

ATUB @מנחם ציון ATUB א פרישע אויפגייענדע שטערן, פארקערפערט די מעלות פון אייוועלט מיט די מעלות פון ק"ש, גאר שעפערישע שפראך און זאפטיגע אפשאצונגען.


ס'איז צייט דער עולם זאל באגריסן אונזערע פרישע שטערנס מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן און ווארעמע שאוטאוטס.
דינסטאג יולי 07, 2020 10:06 pm#453980
כוכב האט געשריבן:

@גבור חיל רייך פעדערל, הומאריסטיש, פערזענליך, קעזשועל און פאליטיש, קאלירפולע שפראך.



א גרויסן דאנק פאר די ווארימע אויפנאמע!

עס געבט צו ברענשטאף צום טאנקעלע ווען מען זעהט עפרישיעישן. טענק יא.
דינסטאג יולי 07, 2020 10:17 pm#453981
מכלל הן אתה שומע אז ס'איז דא נא כ'האב נאר נישט געדענקט אלע בשעת'ן שרייבן

ATUB @לייבל שטילער ATUB און ATUB @טשאדעלע באדעלע ATUB געהערן אויך אין די האל אוו פעים.
דינסטאג יולי 07, 2020 10:34 pm#453985
מי לנו גדול מכוכב צו שטעלן א האל אוו פעים. אפרישיעיטעד.
דינסטאג יולי 07, 2020 10:45 pm#453987
Re: נייע העלדן
ייש"כ @כוכב, סתם צוריקצוגעבן פאררויטלטערהייט דו ביסט פון מיינע ארויפגעקוקטע ניקס דא אין שטיבל (שטילערהייט ווען איך זע אז דו האסט געלייגט א תגובה, לייק איך שנעלער.....ווי למשל די תקנות אשכול אין מאחורי...) און איך דיסקוסיר מיט מיינע חברים יעדע שטיק צייט דיינע [מיט @מיימון און @אבטולמוס'ס] תגובות (בעיקר עלטערע)
(@מי אני דיינע תגובות אויך, אבער געווענליך פרעג איך פשט, מער ווי איך דיסקוסיר.....)


דו געבסט אזא לייג צו @לייבל שטילער, וויל איך צולייגן אז ער איז פון די נייע תלמידי חכמים דא, מיט געוואלדיגע הבנה און זיכרון בלימוד התורה, וגם @רביה"ק זי"ע זכור לטוב (@ליטוואק פון בודאפעסט פון דיר ווער איך אויך נתפעל בעיקר אז דו האסט אייביג א קלארע ליניע וואס דו האלטסט...)
מיטוואך יולי 08, 2020 12:13 am#453995
@כוכב איך פיל זיך ווי ווען מיין פאטער פלעגט אהיים קומען פון אן אסיפת הורים, און איך -א פידזאמע געקליידטער אינגעלע- פלעגט אפנעמען דעם קאמפלימענט מיט פארפלאמטע בעקעלעך.... שקויעך עניוועי

ביידיוועי איך האב הנאה פון דיין ארגינעלע וועג צו באקומען לייקס :דאבללייק: :דאבללייק:
מיטוואך יולי 08, 2020 12:38 pm#454049
צוויי פון דעי ליסט זענען נישט ניי אבער יא זיי זענען אלע פיין כה לחי
מיטוואך יולי 08, 2020 12:59 pm#454050
ATUB @פאליטיקאנט ATUB ווי ביסטו טאקע געווען ביז יעצט... אין כולל האט מען נישט געקענט האבן קאווע שטיבל?
מיטוואך יולי 08, 2020 1:40 pm#454054
Re: נייע העלדן
איך האב פשוט נישט געהאט אזויפיל איבעריגע צייט ווי איך האב יעצט, ב"ה די ביזנעס לויפט (שטייצעך מיט עגמת נפש דא דארט - אבער מער ווייניגער גוט), און די שטוב פירט זיך אויך פיין.

אויכעט איך גיי נישט זאגן קיין פרטים אלס חשש גילוי אבער אלע יארן פלעג איך זיין זייער פארנומען נאך פסח אויף די זוממער..... עפעס מיט קעמפס..... אבער דאס יאר.....
דאנערשטאג יולי 09, 2020 1:26 am#454120
קאצקע ציקער האט געשריבן:צוויי פון דעי ליסט זענען נישט ניי אבער יא זיי זענען אלע פיין כה לחי

קאצקע ציקער: און מי אני איז שוין נישט אזוי ניי. אבער זיינע תגובות ומאמרים זענען אייביג רייצנד, געשמאק און עמקות'דיג...!
דאנערשטאג יולי 09, 2020 8:04 am#454127
נייע העלדן
איך הייב אן נאטיסען אז איך דארף שרייבן מערער, און שארפער.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 09, 2020 4:34 pm#454164
Re: נייע העלדן
מ'קען אלס פארבעסערן צו שרייבן מער און אפטער.
אבער דאס אז כוכב האט דיך נישט דערמאנט דא, מיינט גארנישט.
ער האט נישט אויסגערעכנט אלע נייע צום זאך ניקס דא - אזויווי ער האט קלאר ארויסגעברענגט.


@מיינונגזאגער א שטארק אפיניאנעיטעד ניק דא, וואס איז זיך גוט מסביר (און מוטשעט זיך מיט זיין אידישע קיבאורד) .........
דאנערשטאג יולי 09, 2020 6:07 pm#454182
ATUB @במדבר ATUB הגם נישט אזוי אקטיוו ממש יעצט, אבער אריינגעקומען זייער קלאר און ברייט אין מערערע נושאים.
דאנערשטאג יולי 09, 2020 10:33 pm#454209
פאליטיקאנט האט געשריבן:מ'קען אלס פארבעסערן צו שרייבן מער און אפטער.
אבער דאס אז כוכב האט דיך נישט דערמאנט דא, מיינט גארנישט.
ער האט נישט אויסגערעכנט אלע נייע צום זאך ניקס דא - אזויווי ער האט קלאר ארויסגעברענגט.


@מיינונגזאגער א שטארק אפיניאנעיטעד ניק דא, וואס איז זיך גוט מסביר (און מוטשעט זיך מיט זיין אידישע קיבאורד) .........

יישר כח @פאליטיקאנט:
ביי די וועי די קיבאורד סיטשועישאן האט זיך עטוואס פארבעסערט, מיר ווארטן נאך אלץ אויף א גרויסע ישועה, אבער מען זעהט שוין שטארקע שינויים לטובה.
פרייטאג יולי 10, 2020 1:28 am#454224
מיינונגזאגער: ס'איז טאקע מצפים לישועה. אבער א סאך פראקטיס העלפט. ווייל אז דו ווילסט אפקלאפן א תגובה'לע פון די ..."גאט"...קומט עס דיר אן גרינג. משא"כ אויב מ'דארף זיך מוטשען מיט א יעדע שורה באזונדער. שרייבט מען נישט אזוי אפט...!
פרייטאג יולי 10, 2020 2:30 pm#454256
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:@במדבר הגם נישט אזוי אקטיוו ממש יעצט, אבער אריינגעקומען זייער קלאר און ברייט אין מערערע נושאים.


א ווארימע דאנק @אינגערמאנטשיקל: סאיז מיר פון א גרויס עהרע, אז די דערמאנטס מיר אין די האל אוף פעים, פון ''נייע העלדן''.

------------------------

@אינגערמאנטשיקל: אן עלאַקוואַנט שרייבער, קורץ אין צי די זאך, טיילט'ס אים אפטער לייקס אין ער וועט שטארק בארייכערן אינזער שטיבל (ס'נישט בלויז אן ''אתנן'' איך האב עס באלד באמערקט אין אייער סטיל).
פרייטאג יולי 10, 2020 5:50 pm#454271
ער איז טאקע נישט א ״נייע״ העלד אבער איינע פון מיינע בעסטע שרייבערס דא אין שטיבל: דער חשובער שריפטשטעלער, גראמאטיקער, היסטאריע און שפראך קענער: ערעב בערל דער קעדילעק דרייוווער.
זונטאג יולי 12, 2020 3:12 am#454313
גדליה: ייש"כ. איך בין ערשט אנגעקומען צו ליינען דיינע חשוב'ע ווערטער אום זונטאג פארטאגס. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ און נשמה.

איך האב נאר איין זאך צו זאגן..." שפתיים ישק משיב דבר נכון"...! איך פריי מיך זייער שטארק אז דו ביסט דא צוריק. ווייל צו דיין שעפערישקייט און אריגינאלקייט איז כמעט נישטא קיין גלייכן...!

דער פאקט אז מ'האט דיר (נאך) נישט געשאנקען דעם ראנג פון ..."שריפטשטעלער"...ווייזט אויף דער ארביטראריזם און אומ-רעכטפארטיגקייט פון די וועלכע זענען אויף די פארטיילונגס זייט...!
זונטאג יולי 12, 2020 3:41 am#454315
Re: נייע העלדן
berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: ס'איז טאקע מצפים לישועה. אבער א סאך פראקטיס העלפט. ווייל אז דו ווילסט אפקלאפן א תגובה'לע פון די ..."גאט"...קומט עס דיר אן גרינג. משא"כ אויב מ'דארף זיך מוטשען מיט א יעדע שורה באזונדער. שרייבט מען נישט אזוי אפט...!
אם תפלתי שגור בפי וכ״ו


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג יולי 12, 2020 1:07 pm#454329
איך מיין מען קען טוישט די קעפל צו "א ווינקל להרבות ריעות אין שטיבל"
זונטאג יולי 12, 2020 2:36 pm#454340
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: ייש"כ. איך בין ערשט אנגעקומען צו ליינען דיינע חשוב'ע ווערטער אום זונטאג פארטאגס. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ און נשמה.

איך האב נאר איין זאך צו זאגן..." שפתיים ישק משיב דבר נכון"...! איך פריי מיך זייער שטארק אז דו ביסט דא צוריק. ווייל צו דיין שעפערישקייט און אריגינאלקייט איז כמעט נישטא קיין גלייכן...!

דער פאקט אז מ'האט דיר (נאך) נישט געשאנקען דעם ראנג פון ..."שריפטשטעלער"...ווייזט אויף דער ארביטראריזם און אומ-רעכטפארטיגקייט פון די וועלכע זענען אויף די פארטיילונגס זייט...!

יישר כח. באמת האב איך נאך געוואלט מאריך זיין מיט לאנגע דיבורים איבער מיין ליעבשאפט צו אייערע פענע, נאר מיר האבען זיך מונע געווען ווייל איך האלט אז דרעוילם דא איז סייווי נישט קיין מבינים אויף אייער שרייבעריי.
בנוגע די שריפטשטעלער עסק, פארשטייט דאך יעדער איינער אז ״שריפטשטעלער״ איז נישט סתם א טיטעל נאר סאיז א מציאות, איינער וואס האט די כשרונות און שרייבט מיט א מער ויייניגער אויסגעהאלטענע גראמאטיק אין א קלארע גוטע שפראך איז א שריפטשטעלער, אנדערש נישט!
אגב איך וויל בשום אופן נישט באקומען דעם שריפטשטעלער טיטול ווייל כבין בטבע א הצנע לכת און כגלייך נישט ארויסצושטיין, בפרט אז איך ווייס נישט צי איך וויל מיך שטעלען אויף די זעלבע קאטאגאריע פון טייל וואס טראגען די טיטול.
זונטאג יולי 12, 2020 6:18 pm#454364
@גדליה: זייער גוט ארויסגעשטעלט דיין געדאנקען גאנג מיט דיין פעדער, קענסט ריכטיג ווערן אנגערופן שריפט-שטעלער. איי וועסטו דאך ווערן געשטעלט אויפן קאטעגאריע פון שריפט-שטעלער וואס זענען בכלל נישט קיין שריפט-שטעלער?
האפנטליך וועלן די ליינער דאס קענען מבחין זיין בין שריפט-שטעלער לשריפט-שטעלער. און טאמער ח"ו נישט מיינט דאך דאס, אז אין די קאטעגאריע איז דאס טאקע יא דער זעלבער.
מאנטאג יולי 13, 2020 12:33 pm#454428
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: ייש"כ. איך בין ערשט אנגעקומען צו ליינען דיינע חשוב'ע ווערטער אום זונטאג פארטאגס. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ און נשמה.

איך האב נאר איין זאך צו זאגן..." שפתיים ישק משיב דבר נכון"...! איך פריי מיך זייער שטארק אז דו ביסט דא צוריק. ווייל צו דיין שעפערישקייט און אריגינאלקייט איז כמעט נישטא קיין גלייכן...!

דער פאקט אז מ'האט דיר (נאך) נישט געשאנקען דעם ראנג פון ..."שריפטשטעלער"...ווייזט אויף דער ארביטראריזם און אומ-רעכטפארטיגקייט פון די וועלכע זענען אויף די פארטיילונגס זייט...!



ATUB @berlbalaguleh ATUB , כ'בין נייגעריג. די רעדסט דיך אגאנצען צייט אפ אז די ביסט נישט קיין שריפטשטעלער, כ'האב געזעהן אז ATUB @מנהל ATUB האט געשריבן אז ווער עס וויל זיין א שריפטשטעלער זאל זיך ווענדען צו אים. וואס האט ער געענטפערט ווען די האסט דיך געמאלדען צו אים?
זונטאג יולי 26, 2020 6:49 pm#455163
Re: נייע העלדן
מזל טוב @מי אני פאר זיין ערשטע אייגענע אשכול (כפי מיטב זכרוני).

זאל גאט דיר טאקע געבן די כוח אויף ווייטער (מער א טראדיציאנאלע ברכה).
זונטאג יולי 26, 2020 7:17 pm#455166
עס איז שוין זיין צווייטע. אבער זיינע אשכולות זענען אייביג באגריסנד.