Under maintenance
הויפט זייט » א בריוו פון א אנגעווייטאגטע זאלי

א בריוו פון א אנגעווייטאגטע זאלי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14032
דאנערשטאג יולי 09, 2020 12:45 am#454110
א בריוו פון א אנגעווייטאגטע זאלי
איך האב באקומען די בריוו אין אימעיל איך ווייס נישט וואס דער שרייבער איז עכט צו א זאלי צו א ארויני אבער ער זעהט אויס אביסל צומישט
דאנערשטאג יולי 09, 2020 1:47 am#454121
דער בחור זאגט דברים של טעם
דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:25 pm#454174
רט

שמעון וואלף האט געשריבן:דער בחור זאגט דברים של טעם


אבער דער אמת לאמתו איז מיט שקר און מיט לאכן פון דיני תורה קען מען קיין קהלה בויען
דאנערשטאג יולי 09, 2020 6:11 pm#454183
איי געס יעדעם דריקט עפעס אנדערש... אין זיין פערזענליכע לעבן איז אלעס אין ארדענונג ברוחניות וגשמיות? עלטערן און געשוויסטער?
זונטאג יולי 12, 2020 12:04 am#454304
א בריוו פון א אנגעווייטאגטע זאלי
זייער א חשובע בריוו און שיין געשריבען, א דאנק @אונטערסאנטער פארן אהער ברענגען.
סאטמאר רב זצ״ל האט טאקע געשריבען ״נשתכח דרך הבעש״ט הר׳ לגמרי מן הדור״ אבער אפי׳ דאך האט ער ווייטער געפראוועט רביסטיווע כאחד מן האדמו״רים. און אז מ׳האט אויפגענעמען דעם ברך משה און רבי זלמן לייב אלץ רבי זענען זיי א געהעריגע רבי, איך זאג נישט אז מען דארף יעצט צוגלייכען דעם ברך צום דברי יואל אזוי ווי איך האב געזען אינעם ילקוט מקראי קדש ווי זיי זענען מנצח ביידע רבי׳ס מיט ממש די זעלבע טיטלען..
רבי זלמן לייב האט אסאך אייגענע מעלות און זאלן זיינע חסידים און ״דער איד״ זיין פארנומען מיט אים דערהייבען, און זיך נישט שעמען, ער האט אין די גאס גאנץ א שיינע נאמען..
פרייטאג אוגוסט 07, 2020 1:55 pm#456080
די וועלט זאגט א ווערטל ווען מען ווייזט 1 פינגער אויף יענעם ווייזט מען 4 אויף זיך, דער הערט נישט אויף צי זאגן ווי דזשעליס ער איז אויף קהילת מהר"א אבער ער מיז כסדר אריינווארפן אה.. בעביס, מיינט זיך...

נישטא ווער סזאל לאכן...