דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:13 pm#454172אבינו מלכנו אויף א תעניתוואס איז די סיבה אז אין חסידישע שטיבלעך זאגט מען געווענליך נישט אבינו מלכנו אויף א תענית ציבור?
דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:23 pm#454173אן אויבערלענדער איד האט מיר פארציילט אז די מנהג ביי זיי איז אז אבינו מלכנו איז נאר פאר עשרת ימי תשובה, עס איז מתוקן פאר דעם. איך האב עס נישט געפארשט
דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:48 pm#454178Re: אבינו מלכנו אויף א תעניתס'שטייט אין אלע נוסח ספרד סידורים מיט אַ באזונדערער נוסח זכרינו פאר א תענית, אבער למעשה האב איך נאר געהערט זאגן אין נוסח אשכנז שולן.
פרייטאג יולי 10, 2020 11:38 am#454245אין די שוהל ווי איך דאווען האט מען געזאגט אבינו מלכינו דורכאויס די גאנצע קאראנע אפאכע מיט די זכרינו ווערסיעאיך וואלט נישט גענומען קיין ראי' פון מיין שוהל זינט דער רב איז קיין ראוו ניט
פרייטאג יולי 10, 2020 11:46 am#454247וועלכער שול, אדער כאטש סארט שול, ווי די עדה, חסידות, נוסח וכדומה?
פרייטאג יולי 10, 2020 12:09 pm#454250ביי אלגעמיינע אשכנז שולן זאגט מען עס אוודאי יא, אויף יעדער תענית, זאגאר בה"ב אויך. איך האב נאר אזוי געהערט פון אן אויבערלענדער איד, א שטייגער ווי וויען (ב"פ), דעברעצין, נייטרא, 69 אין לאנדאן און פרעשבורג אין ירושלים. אלע אשכנז שולן וואס זענען ליטווישע, פוילישע, רוסישע, יעקישע ועוד, זאגן עס נאך כנ"ל.
דינסטאג יולי 14, 2020 6:00 pm#454572אין אשכנז האט מען געזאגט אבינו מלכנו נאר עשרת ימי תשובה. אין ליטא בימי די נושאי כלים אויף שו"ע, האט מען אנגעהויבן זאגן אויך אין א תענית.
דינסטאג יולי 14, 2020 9:29 pm#454585אין סאטמאר ווייס איך אז מ'זאגט יא. אגב איז אינטרעסאנט צו פארשטיין אז סדא פלעצער ווי מ'זאגט תחנון פאר סליחות אזויווי יעדן טאג, אין אנדערע פלעצער זאגט מען קודם סליחות און נאכדעם תחנון אזוי ווי בימי הסליחות.ווער ווייסט אפשר האבן די 2 זאכן א שייכות.