Under maintenance
הויפט זייט » דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.

דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14055
מאנטאג יולי 20, 2020 3:53 pm#454771
דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.
דער גיבערנאטור פון לואיזיאנא, דזשאן עדווארדס האט היינט פארעפנליכט א דעקרעט אין וועלכע ער רופט זיינע אונטערטאנען פאר דריי טעג פאסטן און געבעט צום באשעפער, אפצושרייען די ביטערע אונטערגאנג גזירה וואס פלאגט דאס לאנד. דאס איז א פרעצעדענטלאזע שריט פון א אמעריקאנער גאווערנער!
עס איז בלויז צום האפן אז דער ק-ל כביר לא ימאס תפילת רבים, וועט אויפנעמען דאס פאסטן געבעטן פון די לואיזיאנער ערלים, און באפעלן פארן שווארצן טייוול אז ער זאל שוין ענדליך צוריקצושטעלן זיין שווערד אין שיידל אריין, און דער אונטערגאנג זאל קומען צו א פרידערליכער אפשטעל.
ס'זאל נאר נישט זיין קיין חילול השם, זאגאר צו זיין אייגן פאלק הארכט ער נישט, אבער צו די לואיזיאנער ערלים הארכט ער יא!
דער פאסיגער לעזונג צו אזא פארשטייענדער אויסווירקונג וואלט ווען געווען, אז כלל ישראל זאל זיך צושטעלן צו די תעניתים און צו די תפילות מיט די לואיזיאנער ערלים. נאר וואזשע דען? מיר האבן זיך אזוי אפגעמאכט צווישן אונדז, אז דער כינעזער אונטערגאנג געהערט שוין צו די ווייטע פארגאנגנהייט, מיר האבן נישט די נערווען צו די אלע איזאלאציעס און באגרענצונגען, נישטא מער קיין ווירוס, און פערטיג. מיר שטעלן זיך אזוי אויס דאס ווירקליכקייט לויט אונזערע באקוועמליכקייטן און באדערפענישן. מי כעמך ישראל...
מאנטאג יולי 20, 2020 5:07 pm#454781
איך האָב זיך טאַקע באַוואונדערט שוין גאָר אין סאַמע אָנפאַנג פאַרוואָס אונזערע רבנים האָבן ניט גוזר געווען כאָטש אַ תענית שעות (ווי דער רמב״ם זאָגט אַז „כל האומר מקרה נקרה ומדרך העולם הוא הרי זה דרך אכזריות”), אָבער ווי עס קומט אויסעט האָבן זיי געהאַט אַ גוטע סיבה און עס בדווקא ניט געטאָן – דעם ערשטן יום כיפור קטן האָבן זיי געלאָזט מעלדן אַז קיינער זאָל ניט פאַסטן ווײלע לויט די דאָקטוירים פאַרגרעסערט דאָס די סכנה זיך אָנצושטעקן אויף אַן ערגערן אופן.
מאנטאג יולי 20, 2020 10:24 pm#454792
Re: דער גאווענער רופט פאר א תענת שלושת ימים, יומי וליל.
דוראק האט געשריבן:איך האָב זיך טאַקע באַוואונדערט שוין גאָר אין סאַמע אָנפאַנג פאַרוואָס אונזערע רבנים האָבן ניט גוזר געווען כאָטש אַ תענית שעות (ווי דער רמב״ם זאָגט אַז „כל האומר מקרה נקרה ומדרך העולם הוא הרי זה דרך אכזריות”), אָבער ווי עס קומט אויסעט האָבן זיי געהאַט אַ גוטע סיבה און עס בדווקא ניט געטאָן – דעם ערשטן יום כיפור קטן האָבן זיי געלאָזט מעלדן אַז קיינער זאָל ניט פאַסטן ווײלע לויט די דאָקטוירים פאַרגרעסערט דאָס די סכנה זיך אָנצושטעקן אויף אַן ערגערן אופן.
ווייל בשעת מגפה איז אסור צו פאסטן
דינסטאג יולי 21, 2020 11:21 am#454817
קען זיין אז זיי האבן אנגענימען די כלל פון טראכט גוט וועט זיין גוט
(הגם די ערשטע מאל האט עס נישט געארבעט אבער מען טאר נישט אויפגעבן)