Under maintenance
הויפט זייט » איש האלוקים

איש האלוקים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14059
דינסטאג יולי 21, 2020 3:40 pm#454845
איש האלוקים
אט די טערמין 'איש האלוקים' איז א געוואגטע טערמין; עפעס וואס די תורה שרייבט אויף משה רבינו, און מיר זינגן עס אינעם פיוט 'ואמרתם' אויף רבי שמעון בר יוחאי.

ס'כאפט א פחד ווען מ'טראכט אריין, וואס דאס מיינט אז משה רבינו איז געווען אין הימל און געהאנדעלט מיט מלאכים, טאקע א געטליכע מאן.
דינסטאג יולי 21, 2020 3:45 pm#454846
טאקע מאדנע

ס'איז פינקט ווי איינער זאל שרייבען דוד מלך ישראל אויף סקווערע רבי

אדער מנשה מלך יהודה אויף מנשה לוסטיג
דינסטאג יולי 21, 2020 3:55 pm#454847
המלוכה והממשלה האט געשריבן:טאקע מאדנע

ס'איז פינקט ווי איינער זאל שרייבען דוד מלך ישראל אויף סקווערע רבי

אדער מנשה מלך יהודה אויף מנשה לוסטיג

ס'קומט א ו' פונקט
דינסטאג יולי 21, 2020 6:52 pm#454860
ביי אסאך טיטלן קען מען דאס זאגן. מליצות פון פסוקים זענען א היתר פאר שעפערישקייט, נישט קיין אמת'דיגע פערספעקטיוו אויף א מענטש
דינסטאג יולי 21, 2020 7:42 pm#454864
הלוואי זאל כאטש ווער ס'נוצט עס ביים שרייבן, כאטש אליינס גלייבן וואס ער שרייבט
דינסטאג יולי 21, 2020 7:49 pm#454866
פארקערט, ווען ער גלויבט עס איז עס צרות. די ישועה איז אז ער גלויבט נישט.
דינסטאג יולי 21, 2020 7:57 pm#454868
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארקערט, ווען ער גלויבט עס איז עס צרות. די ישועה איז אז ער גלויבט נישט.

אמת אז דו האפסט אז ער גלייבט עס נישט, אבער איך רעדט אז ס'איז אבסורד אז מ'שרייבט טערמינען וואס מ'גלייבט אליינס נישט, נאר כדי אז שמערל אויפ'ן מקוה באנק - וואס איז ממילא מיין פארטיי - זאל זיך פאטשן די הענט מיט צופרידנקייט, און אנדערע גייט עס ניטאמאל אן. איז מה תקינו חכמים בכתיבתם?
מיטוואך יולי 22, 2020 2:01 pm#454919
אין די ספרים הקדושים זעט מען ווי זיי שרייבן אויפ'ן הייליגער בעל שם טוב נבג''מ, א טיטול ''אור שבעת הימים'', עפעס וואס מ'שרייבט נישט אויף קיין שום אנדערע מנהיג נאך עהם.

אבער יעצט זע איך אז אויפ'ן נייעם בוך וואס קומט ארויס, מיט'ן נאמען ''אורשיווע'' שטייט דארט די לעבן און שאפן פונעם 'אור שבעת הימים'. איז דאס אויך שוין אריין אינעם לעקסיקאן פון טיטלען וואס מיינט גארנישט, און מ'קען עס שרייבן אויף וועמען שליבי חפץ???
מיטוואך יולי 22, 2020 7:27 pm#454955
אויפן הייליגען רשב"י שטייט גרעסערע זאכן אין זוה"ק
במילא איז עס נישט סתם א מליצה
מיטוואך יולי 22, 2020 8:20 pm#454957
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אויפן הייליגען רשב"י שטייט גרעסערע זאכן אין זוה"ק
במילא איז עס נישט סתם א מליצה

'אור שבעת הימים' טייטש די לעכטיגקייט וואס איז געווען אנהייב ביי מעשי בראשית, און וועט זיין בימי הגאולה, און דאס איז א זעלטענע אויסדרוק, און כ'ווייס נישט וועלכע אויסדרוק איז ביי דיר גרעסער פון דעם?

אבער דעמאלטס איז נאך גרעסער די פראגע, פארוואס נוצט מען דעם אויסדרוק אויף א ביכל פון א היינטיגער? איז דאס א קינדער שפיל? אזוי ביליג זעמער געווארן?
מיטוואך יולי 22, 2020 11:38 pm#454963
בוטן האט געשריבן:אבער יעצט זע איך אז אויפ'ן נייעם בוך וואס קומט ארויס, מיט'ן נאמען ''אורשיווע'' שטייט דארט די לעבן און שאפן פונעם 'אור שבעת הימים'

איך ווייס נישט פון וועלכע ביכל דו רעדסט, אבער עס קוקט מיר אויס ווי סתם א מליצה, 'אורשיווע'ס הימים.