Under maintenance
הויפט זייט » כח הגמרא

כח הגמרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14086
פרייטאג יולי 31, 2020 7:03 pm#455666
כח הגמרא
שאלה:
פארוואס טוט סיי וואס פארא זאך וואס שטייט אין גמרא (משניות וכו') אונז מחייב זיין?

אזאך וואס איז א קלארע הלכה למשה איז פארשטענדליך, אבער סיי וואס עפעס אנדערש וואס איז זייער כח אז זיי קענען אונז מחייב זיין?
פרייטאג יולי 31, 2020 7:19 pm#455668
פרייטאג יולי 31, 2020 7:31 pm#455669
רביה"ק, צייכנסט צו זייער א שיינע אשכול, איך זעה אבער נישט אז אז מען פארענטפערט מיין פראגע, דעריבער לאמיר זיך קלאר מאכן:

1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?
מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 10:44 pm#455674
ליב צו וויסן האט געשריבן:1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

1) אויב חכמים קענען נישט פסק'נען פון זייער אייגען פארשטאנד, דעמאלטס וואס דארף איך לא תסור, וואס מיינט אפי' מן הדבר אשר "יגידו" לך, אויב ס'איז נאר הלכות מפורשות אין תושב"כ? און וואס מיינט ימין ושמאל אויב אלס איז הונדערט פערצענט אמת'דיגע תורה שבכתב?

אלא מאי, קען זיין די חידוש איז, אז זיי קענען פסק'ענען לפי ראות עיניהם, און ס'איז א כח וואס חכמים האבן. ובכלל אז א חכם דארף מכריע זיין אין א שאלה, איז לא ימלט אז ער זאל נישט צילייגען, אדער מתיר זיין, לויט זיין פארשטאנד, וואס איז נישט מפורש אין די תורה. איינס פון די צוויי וועט אייביג געשעהן.

2) קענסט זיך טאקע דערקלערן. נאר וואס, א ליגענער קענסטע נישט זיין, און קענסט נאר אויסניצען דיין חכם דעקלערונג אויב יענער קויפט עס אפ. און אלס עם הארץ קויפט דאס קיינער נישט. און אויב ביסט טאקע א חכם ווערט געברענגט אין חז"ל און הלכה אופנים ווי אזוי די קענסט דאס אויפווייזען. אפי' אויב ס'געלונגט דיר, נאכאלס קענסטו נאר "אנטיילען" פאר די ציבור וואס האט אייך ממנה געווען.
מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 11:34 pm#455677
לויט'ן רמב"ם פאנגט זיך די גאנצע קשיא נישט אן, פאלגן די חכמים איז פונקט אזא מצוה ווי אלע אנדערע מצוות, האסט א מצוה פון תפילין, א מצוה פון שמירת שבת, האסטו אויך א מצוה צו פאלגן די חכמים אפילו מיט זייערע אייגענע ערפינדונגען. אז דו פארשטייסט אנדערש פשט אין פסוק איז עס דיין פראבלעם, דארפסטו פאלגן די חכמים מיט דעם אויך....

ווידער לויט'ן רמב"ן אז ס'איז נאר אן אסמכתא ווענדט זיך צו וועם דיין קשיא איז געוואנדן. אויב דיין קשיא איז אויף די חכמים פארוואס זיי האלטן אז זייערע מיינונגען איז דיר מחייב פארשטיי איך נישט די קשיא, לאמיר זאגן אז די חכמים האלטן אז ס'פאסט נישט צו רוקן א האמער אום שבת אוודאי וועלן זיי זאגן אז מ'טאר נישט, כלומר זיי האלטן אז מ'טאר נישט, וואס זאלן זיי זאגן, אז מ'מעג יא? זיי האלטן דאך אז מ'טאר נישט.

ווידער אויב די קשיא איז אויף אונז פארוואס אונז פאלגן ווי לעמעלעך איז דער ענטפער פאר יעדעם אנדערש, די רבנים און דיינים וועלן פארשטייט זיך ווייטער שטופן אז מ'דארף זיי נאכטאנצן, ס'איז דאך זייער פרנסה. סתם עמך אידן זענען דא וואס זענען איינגערעדט (יעדער אין עפעס אנדערש), אנדערע טאנצן נאך ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם, און אנדערע מאכן טאקע א גרויסע ביי ביי און פוצן זיך אפ.
מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 11:42 pm#455678
Re: כח הגמרא
לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. ATUB @לעיקוואד ATUB רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:24 am#455706
וואלווי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

1) אויב חכמים קענען נישט פסק'נען פון זייער אייגען פארשטאנד, דעמאלטס וואס דארף איך לא תסור, וואס מיינט אפי' מן הדבר אשר "יגידו" לך, אויב ס'איז נאר הלכות מפורשות אין תושב"כ? און וואס מיינט ימין ושמאל אויב אלס איז הונדערט פערצענט אמת'דיגע תורה שבכתב?

אלא מאי, קען זיין די חידוש איז, אז זיי קענען פסק'ענען לפי ראות עיניהם, און ס'איז א כח וואס חכמים האבן. ובכלל אז א חכם דארף מכריע זיין אין א שאלה, איז לא ימלט אז ער זאל נישט צילייגען, אדער מתיר זיין, לויט זיין פארשטאנד, וואס איז נישט מפורש אין די תורה. איינס פון די צוויי וועט אייביג געשעהן.

די פסוק איז זיך מסביר זייער קלאר:
ס'איז דאך פאראן די הלכות פון דם, נגע וכו', וואס טוט זיך אז מען איז נישט קלאר וואס ס'גייט אריין אין גדר פון א נגע? פשוט! גיי צום כהן הגדול! וכו'.
אין פסוק שטייט אבער נישט קיין ווארט אז ער האט א כח צו מאכן "נייע מצוות אדער גזירות פאר עקזיסטירנדע".
זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:47 am#455707
וואלווי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

2) קענסט זיך טאקע דערקלערן. נאר וואס, א ליגענער קענסטע נישט זיין, און קענסט נאר אויסניצען דיין חכם דעקלערונג אויב יענער קויפט עס אפ. און אלס עם הארץ קויפט דאס קיינער נישט. און אויב ביסט טאקע א חכם ווערט געברענגט אין חז"ל און הלכה אופנים ווי אזוי די קענסט דאס אויפווייזען. אפי' אויב ס'געלונגט דיר, נאכאלס קענסטו נאר "אנטיילען" פאר די ציבור וואס האט אייך ממנה געווען.

1) ווי אין פסוק שטייט די הגדרות?
2) בקיצור, יעדע חכם -פאר זיינע מענטשן- קען מאכן וועלכע נייע זאכן ער וויל. וועסט דארפן קלארער מאכן דיין הגדרה, ווייל אויבן אויף ווערט צוריק די שאלה:
וואס פארא כח האט א שטיקל גמרא? איינער האט עפעס אויפגענומען "די גמרא" אז סיי וועלכע זאך פון סיי וועלכע אמורא זאל איינעם מחייב זיין? ס'איז בסך הכל אראפגעשריבענע שמועסן פון צענדליגער אמוראים.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:57 am#455708
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לויט'ן רמב"ם פאנגט זיך די גאנצע קשיא נישט אן, פאלגן די חכמים איז פונקט אזא מצוה ווי אלע אנדערע מצוות, האסט א מצוה פון תפילין, א מצוה פון שמירת שבת, האסטו אויך א מצוה צו פאלגן די חכמים אפילו מיט זייערע אייגענע ערפינדונגען. אז דו פארשטייסט אנדערש פשט אין פסוק איז עס דיין פראבלעם, דארפסטו פאלגן די חכמים מיט דעם אויך....

ווידער לויט'ן רמב"ן אז ס'איז נאר אן אסמכתא ווענדט זיך צו וועם דיין קשיא איז געוואנדן. אויב דיין קשיא איז אויף די חכמים פארוואס זיי האלטן אז זייערע מיינונגען איז דיר מחייב פארשטיי איך נישט די קשיא, לאמיר זאגן אז די חכמים האלטן אז ס'פאסט נישט צו רוקן א האמער אום שבת אוודאי וועלן זיי זאגן אז מ'טאר נישט, כלומר זיי האלטן אז מ'טאר נישט, וואס זאלן זיי זאגן, אז מ'מעג יא? זיי האלטן דאך אז מ'טאר נישט.

ווידער אויב די קשיא איז אויף אונז פארוואס אונז פאלגן ווי לעמעלעך איז דער ענטפער פאר יעדעם אנדערש, די רבנים און דיינים וועלן פארשטייט זיך ווייטער שטופן אז מ'דארף זיי נאכטאנצן, ס'איז דאך זייער פרנסה. סתם עמך אידן זענען דא וואס זענען איינגערעדט (יעדער אין עפעס אנדערש), אנדערע טאנצן נאך ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם, און אנדערע מאכן טאקע א גרויסע ביי ביי און פוצן זיך אפ.

די רמב"ם איז זיכער נישט פשוט פשט אין פסוק.. ס'איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..
והעיקר די פסוק רעדט פון א זמן ווען די חכמי (כהנים, לוויים ?) הדור זענען אלע אויף איין פלאץ און קלאר דעפינירט, אבער נישט אין גלות.

לויטן רמב"ן איז די עיקר שאלה אויף די מענטשהייט.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:01 am#455709
מי אני האט געשריבן:לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. @לעיקוואד רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.

הא גופא קשיא, ווי איז די מקור אז איין דור קען עפעס אפמאכן פאר שפעטערע דורות?
חוץ מזה, וואס הייסט קיימו וקבלו? ווער? די וואס האבן געשריבן די גמרא? וואס פארא כח האבן זיי אויף "כלל" ישראל אפילו "בימים ההם"?
זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:37 am#455710
שוין יארן וואס איך זוך אן עמטליכע תירוץ צו די פראגע. פאראיאר סוכות בין איך געווען אין א סוכה פון א חבר מיינער מיט זיין מחותן, וואס איז א נאנטער תלמיד פון פרפ' דוד ווייס הלבני זז"ג, און ער האט דאך אסאך צו זאגן אויף דער טעמע. דער איד האט מיר צוגעצייכענט א ביאור הגר"א אין חו"מ סי' כ"ה און דער באר אליהו פון הרב קוק דארט. ער זאגט מער ווייניגער אז די אוטאריטעט פון ש"ס איז פון דעם אז כלל ישראל האט עס אנגענומן אויף זיך. באקאנט איז אבער אז הרב אלחנן וואסערמאן האלט נישט אזוי, אין זיין קונטרס דברי סופרים, ווי ער זאגט אז ש"ס האט באמת נישט קיין אוטאריטעט, און דער חזון איש האט צו אים בריוון דערוועגן.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:16 pm#455717
Re: כח הגמרא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שוין יארן וואס איך זוך אן עמטליכע תירוץ צו די פראגע. פאראיאר סוכות בין איך געווען אין א סוכה פון א חבר מיינער מיט זיין מחותן, וואס איז א נאנטער תלמיד פון פרפ' דוד ווייס הלבני זז"ג, און ער האט דאך אסאך צו זאגן אויף דער טעמע. דער איד האט מיר צוגעצייכענט א ביאור הגר"א אין חו"מ סי' כ"ה און דער באר אליהו פון הרב קוק דארט. ער זאגט מער ווייניגער אז די אוטאריטעט פון ש"ס איז פון דעם אז כלל ישראל האט עס אנגענומן אויף זיך. באקאנט איז אבער אז הרב אלחנן וואסערמאן האלט נישט אזוי, אין זיין קונטרס דברי סופרים, ווי ער זאגט אז ש"ס האט באמת נישט קיין אוטאריטעט, און דער חזון איש האט צו אים בריוון דערוועגן.
ביז יעצט האט מען נאר געזוכט 'פארוואס' עס איז מחייב, יעצט זאגסטו אז ר' אלחנן האט טאקע געזאגט אז עס איז נישט מחייב?

אויב דו קענסט מער אויסברייטערן אויף ר' אלחנן'ס שיטה, און די נאכפאלגענדע חזון איש בריוון.
ייש"כ
זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:28 pm#455718
בדרך כלל איז אן אמורא נישט חולק אויף א תנא, פארוואס?
און אויב אן אמורא האט פארזעהן א ברייתא און איז יא חולק ענדיגט זיך דאס געווענדלך מיט א גרויסע תיובתא
איך מיין אז ר' אלחנן מאכט א חילוק צווישען א מימרה פין א תנא און א משנה

א משנה איז מחייב ווייל ס'איז בהסכמת כל חכמי הדור!!! (איז וואס?)
אפשר די זעלבע איז אויך בנוגע די גמרא
זונטאג אוגוסט 02, 2020 12:52 pm#455719
Re: כח הגמרא
ליב צו וויסן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. @לעיקוואד רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.

הא גופא קשיא, ווי איז די מקור אז איין דור קען עפעס אפמאכן פאר שפעטערע דורות?
חוץ מזה, וואס הייסט קיימו וקבלו? ווער? די וואס האבן געשריבן די גמרא? וואס פארא כח האבן זיי אויף "כלל" ישראל אפילו "בימים ההם"?
ווי אזוי איך פארשטיי ארבעט דאס אז טאמער נעמט מען אן אלס א פּרעמיס סיי דאס אמיתת התורה שבכתב ווי אויך דאס אמיתת תורה שבע״פ אז עס איז דאס ריכטיג מפרש און אז זייערע גזירות דארף מען מקיים ומציית זיין מה״ת (וע״ש בהרמב״ם פ״א ה״ב), דעמאלטס נעמט מען דאך לכאורה אויך אן די כלל פון אין בי״ד יכול לבטל דברי בי״ד הראשונים אלא א״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין. אין אנדערע ווערטער, מיינענדיג אז מ׳נעמט בעצם אן דעם כלל, נאר מ׳פרעגט דא אז איה״נ זאל מען נוצן די עצם כלל אליין צו מבטל זיין די גזירות וכו׳ פונעם גמרא אליין אויב זענען די שפעטערע גרעסער. יעצט, קומט לכאורה ווייטער אויס דערפון אז טאמער האט יעדע סאָבּסיִקווענט בי״ד דאס אליין אנגענומען אז זיי זענען נישט גרעסער [דהיינו ״מנין״, וע״ש להלן בהרמב״ם ה״ב] פון די [בי״ד] חכמי המשנה והתלמוד בחכמה ובמנין [״קימו וקבלו״], קענען די שפעטערע זיך נישט דינגען אויף זיי, אחוץ אויב זיי האלטן אז זיי זענען גרעסער בחכמה ובמנין פון אלע ב״ד בדורות הקודמין להן. דאס איז שוין א טאָל אָרדער.

‏ועיין ברדב״ז שם בפ״ב ה״ג. עס זעהט אויס אז אויף סתם דרשות מהפסוקים וכו׳ איז נישט גילטיג די כלל פון ״פשט״ פונקט אזוי ווי עס איז נישט גילטיג די כלל פון ״גדול״. אבער ווי אזוי איך פארשטיי איז די נידון דא בעיקר אויף זייערע גזירות וכדומה.

כנלע״ד לפום ריהטא.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:52 pm#455721
סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין
זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:56 pm#455722
הייסט עס אז ווען חז"ל זאגן אז שלמה המלך האט געמאכט א תקנה האבן זיי סתם ליגן געזאגט ווייל מ'האט עס שוין געוואוסט פון פריער, אינטערעסאנט.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:01 pm#455723
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הייסט עס אז ווען חז"ל זאגן אז שלמה המלך האט געמאכט א תקנה האבן זיי סתם ליגן געזאגט ווייל מ'האט עס שוין געוואוסט פון פריער, אינטערעסאנט.

איר האט נישט די קרידענשל עס צו קאראקטיזרן אלס א א "ליגן" איר קענט זאגן לכל היותר אז ס'איז א "קשיא",

איין זאך וואס כאב פארגעסן, אז פארשטייט זיך "גדרים וסייגים" איז יא פון חז"ל, וואס בעצם איז מן התורה ווייל ס'א לימוד פון א פסוק צו מאכן גדרים וסייגים,
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:06 pm#455724
אויב איך זאג אז איינס פלאס איינס איז פינעף האט איר נישט די וואטעווער עס צו קאראקטיזירן אלס "ליגן" איר קענט לכל היותר זאגן אז ס'איז א "קשיא".
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:18 pm#455725
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב איך זאג אז איינס פלאס איינס איז פינעף האט איר נישט די וואטעווער עס צו קאראקטיזירן אלס "ליגן" איר קענט לכל היותר זאגן אז ס'איז א "קשיא".

ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם, אין מיר ברויכן עס מער נאכפארשן, פארדעם האט כלל ישראל זיך ערווארבן אזא ריזיגן ספרים שאנק, אויב קען מיר ווען גיין מיט א שארט קאט און אלעס דימיסן אלס טעותים און שקרים, וואלט מיר אפשר געהאט איין קליינע שעלף אין אונזער ספרים שאנק,
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:20 pm#455726
גאלד האט געשריבן:ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם,

דאס האב איך טאקע געמיינט, דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו פונעם אוה"ח הק'.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:24 pm#455727
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם,

דאס האב איך טאקע געמיינט, דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו פונעם אוה"ח הק'.

אדער זעמיר נישט יורד לסוף דעתו פון חז"ל לגבי שלמה המלך, איינע פון די 2, און אונזער דשאב איז זיך צו מייגע זיין בתורה און פרובירן צו פארענטפערן אלע סתירות ופלאים,
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:27 pm#455729
אויב איך מעג מיך דינגען מיט דיר, אונז זענען גארנישט מחויב צו פארענטפערן, אז דער אוה"ח הק' זאגט פארקערט פון חז"ל איז עס זיין פערזענליכע אישו, זאל ער זיך אליינס פארענטפערן. אויב מ'האט א ספק וואס אפצולערענען כפשוטו און וואס נישט דארף מען נוצן דעם אייגענעם דשעלי אין קאפ, מיין דשעלי זאגט מיר אז די אוה"ח הק' איז נישט כפשוטו, אז דיין דשעלי זאגט דיר פארקערט כל הכבוד.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:35 pm#455730
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב איך מעג מיך דינגען מיט דיר, אונז זענען גארנישט מחויב צו פארענטפערן, אז דער אוה"ח הק' זאגט פארקערט פון חז"ל איז עס זיין פערזענליכע אישו, זאל ער זיך אליינס פארענטפערן. אויב מ'האט א ספק וואס אפצולערענען כפשוטו און וואס נישט דארף מען נוצן דעם אייגענעם דשעלי אין קאפ, מיין דשעלי זאגט מיר אז די אוה"ח הק' איז נישט כפשוטו, אז דיין דשעלי זאגט דיר פארקערט כל הכבוד.

דער אוה"ח איז אויסדריקלעך מיין און דיין אישו, פארשטייט זיך נאר אויב איר פראקטיצירט דעם פרומען אידישען רעליגיע ומסורה, ווי מיר, אויב נישט, דאן סליחה שפגשני, און סטאקע לגמרי נישט דיין אישו,
זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:46 pm#455731
ליעב צו וויסן: פאר א פשוט'ן טעם. ווייל די גמרא איז א דאקומענט וואס טוט אריינעמען אין זיך אלע הלכות פון די תורה שבכתב. און אלע שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער רי"ף און דער רמב"ם. טור און בית יוסף. און רמ"א און מגן אברהם. און מחצית השקל. טו"ז. און פרי מגדים. און משנה ברורה. און ערוך השולחן זענען גארנישט מחדש בהלכה. זיי זאגן נאר אז לפי ראות דעתם איז די הלכה אזוי. ממילא איז די גמרא דער יסוד פון אלע הלכות...!
זונטאג אוגוסט 02, 2020 3:05 pm#455734
גאלד האט געשריבן:דער אוה"ח איז אויסדריקלעך מיין און דיין אישו, פארשטייט זיך נאר אויב איר פראקטיצירט דעם פרומען אידישען רעליגיע ומסורה, ווי מיר, אויב נישט, דאן סליחה שפגשני, און סטאקע לגמרי נישט דיין אישו,

איך פראקטיציר דעם זעלבן רעליגיע ווי דון יצחק אברבנאל, וז"ל על מאמרם "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה": "והדברים האלה לחכמינו ז״ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו 'רבי (רבי יהודה הנשיא) דאתי מדוד, מהפך ודריש בזכותיה דדוד' (=רבי יהודה הנשיא, שמוצאו המשפחתי מדוד, הופך ודורש בזכותו של דוד) כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקירבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שביקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כולו בפירוש, ואם דוד לא חטא איך אמר חטאתי להשם? ולמה עשה תשובה מעולה, ואמר 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד'? וגם הפסוק שהביאם לזה, 'וַיְהִי דָוִד לְכָל דְּרָכָיו מַשְׂכִּיל וַה' עִמּוֹ', הוא קודם הסיפור ולא ישלול אותו מחטאו אחר כך, כי אם שהיה אז משכיל ונבון ומצליח במעשיו ושהשם היה עמו בכל אשר יעשה. כל שכן שעם היות שחטא באמת לפי שקבל עונשו ועשה תשובה היה השם עמו. ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט, ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה, ודוד אמר לאוריה שילך הלילה ההוא לביתו ושילך בבוקר, ויורה שלא היה שם גט והיה הייחוד כשר ונאות, ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה, לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך. סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאוד, ושב בתשובה גמורה וקבל עונשו ובזה נתכפרו עונותיו." עכ"ל הזהב.

לעניננו, דער אוה"ח הקדוש קען זאגן וואס אימער ער וויל, אבל לא אכחיש האמת הפשוט וואס די גמרא זאגט בפירוש צענדליגער מאל אז חז"ל האבן יא צוגעלייגט אייגענע זאכן.

און אט האט איר א טיילווייזע איבערזעצונג פונעם אברבנאל אין ענגליש וואס כ'האב אמאל צאמגעשטעלט:
מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:54 pm#455886
Re: כח הגמרא
אישתישבי האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

דאס איז נישט נאר א אור החיים נאר דאס איז פשוט פשט און אלע ראשונים שרייבען אזוי... חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן...(והפשט בזה שיש הרבה פעמים מחלקות ביניהם זה נושא אחר...)
דאס איז אבער אלס מיט מצוות וואס די תורה רעדט שוין פון די קשיא איז נאר אויף די נייע תקנות וסייגים....

ווי זאגען עס אלע ראשונים?

לאמיר צונעמען די זאך, איך ווייס נישט ווי דער אור החיים איז, אבער אין משך חכמה שטייט עס אויך, און איך וועל מסביר זיין לויט זיינע ווערטער.

פשוט ווען יעדער זאגען אז תורה שבעל פה איז געגעבען געווארען אין צוגאב צו תורה שבכתב, דאס הייסט אז תורה שבעל פה קומט מסביר זיין וואס שטייט אין תורה שבכתב. .

וואס מיינען די ווערטער אז כפשוטו איז עס געגעבען געווארען אין צוגאב צו תורה שבעל פה? ווער האט עס געגעבען? די חכמים האבען סתם געקענט אויפמאכען הסברים אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן?
אלא מאי אז די אלע פירושים האט שוין יעדער געוויסט פון מתן תורה און זיי האבען עס נאר אריין געלייגט אין די פסוקים.....
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:31 pm#455912
דער אוה"ח הק' איז אין פרשת תזריע, (ויקרא י"ג ל"ז)

כי הן אמת שכל דבר תורה נאמר למשה ואין חכם יכול לדעת יותר ממה שידע משה, והגם שתצרף כל דורות ישראל מיום מתן תורה עד שתמלא הארץ דעה אין חידוש שלא ידעו משה, אבל ההפרש הוא כי משה נתן לו ה' תורה שבכתב ותורה שבעל פה, והנה האדון ב"ה בחכמתו יתברך רשם בתורה שבכתב כל תורה שבעל פה שאמר למשה, אבל לא הודיע למשה כל מה שנתן לו בעל פה היכן הוא רמוז בתורה שבכתב וזו היא עבודת בני ישראל עמלי תורה ללבש ההלכות שנאמרו למשה בסיני והסודות והדרשות כלן יתנו להם מקום בתורה שבכתב, ולזה תמצא באו התנאים וחברו תורת כהנים וספרי וכו' וכל דרושתם בכתובים אינם אלא על פי ההלכות (שידעו מכבר) והלבישם בתורת ה' תמימה שבכתב, ואחריהם ועד היום זו היא עבודת הקודש בני תורה לדייק המקראות וליישבם על פי המאמרים שהם תורה שבעל פה

ווי מער איך טראכט אריין כאפ איך מיך אז סממש דברים פשוטים מאוד
די משנה אין אבות הייבט אן משה קיבל תורה מסיני ומסורה ליהושע וכו',
איז די שאלה וואס האט ער דען געדארפט איבערגעבן ספעציעל צו יהושע'ן,
סתם די פסוקים חומש פון אלע מצות? דאס איז דאך דברים שבכתב גלוי לכל,
דאס דארף דען א קבלה ומסורה? יעדער קען דאס אליין זעהן,
איז אבוויעסלי דא רעדט מען פון תורה שבעל פה,

יעצט וואס פונקטליך איז תורה שבעל פה,
איז בפשטות איז עס די פרטי הלכות, דהיינו די טויזנטער הלכות וואס מיר געפינען למשל אין רמב"ם אין שו"ע,
ווי למשל הלכות שחיטה וניקור, הלכות שבת, חושן משפט, זמנים, שיעורים, וכו'
ס'מוז דאך פשוט אזוי זיין, כלל ישראל האט דאך געמוזט somehow וויסן וויזוי זיך צו פירן ווי א איד צווישן קבלת התורה אין חז"ל,
און דאס האבן זיי געוויסט פון די קבלה פון תושב"פ וואס משה האט מקבל געווען מסיני ווי די משנה אין אבות זאגט,

יעצט ווי איך פארשטיי איז לכאורה משניות די מערסטע ענליך צו ארגינעלע תושב"פ, נישט ממש אלעס אבער אסאך,
איך געדענק איך האב אמאל געזען אדער געהערט בימי חורפי אז געוויסע פרקי משניות איז ארגינעל ווארט פאר ווארט מקובל ביז משה רבינו מסיני,
למשל דער פרק איזהו מקומן אין מס' זבחים, וואס האט נישט קיין מחלוקת, איז ממש ארגינעל ווארט פאר ווארט מסיני

אז מ'אבזערווירט די לשון און סיגנון פון משניות ספעציעל סדר טהרות, מס כלים, טהרות, נגעים אהלות,
שטעלט זיך ארויס א אינטערסאנטע זאך,
זייער אסאך משניות אפשר רוב, איז מציאות'ן, ער זאגט כמעט נישט קיין כללים,
למשל אזא מין טאפ איז טמא, אזא מין וואגן איז נישט טמא, א אויוון איז אזוי, א בענקל איז אזי,
איז פשט איז אזוי, לפענ"ד, די תורה האט געוואלט אונז זאל מיר רעקאנסיילן די אלע מציאות'ן אין אויספיגרן די כללים,
איינמאל אונז פיגור מיר אויס די כללים איז דער נעקסטער סטעפ איז ווי אין תורה שבכתב ליגן די כללים,
די שקלא וטריא פון גמרא טוהט ממש דאס, ווי אויך שפעטער די בעלי תוספות און שפעטער בכל הדורות עד היום הזה, צו גריבלען טיפער אלעס איז פשוט'ע לאגיק פן רעקאנסיילן תושב"פ וואס זענען בעיקר געבויט אויף טויזנטער מציאות'ן,

יעצט אזוי, די משניות דעקט נישט ממש יעדער איינציגער מציאות שבעולם, וואס איז געווען און וועט זיין לעולם ועד,
דאס איז דאך אין לדבר סוף און עס פעהלט עכט נישט אויס,
ער דעקט נאר פונקטליך וויפיל עס פעהלט זיך אויס צו כאפן די כללים,
דאס מיינט צו זאגן אז יעדער משנה האט א חידוש וואס שיקט א הינט צו ארויסהאבן די ריכטיגע כלל,

יעצט דורכאויס די פראצעדור פון אויספיגרן די כללים האבן פארשידענע חכמים זייער שכל געפירט צו אנדערע סברות סיי פון כללים און סיי וויזוי צו דרשנ'ן פון די פסוקים,
צוליב דעם איז נולד געווארן מחלוקת'ן, איבער הלכות פון מציאות'ן וואס האט נישט געהאט קיין קבלה מסיני, יעדער תנא האט זייער שכל אנדערש געפירט צו אנדערע מסקנות,

היוצא לנו מזה, די אלע טויזענטער הלכות וואס מיר ווייסן היינט איז איינע פון די 3

1, גראד מקובל מסיני אן קיין סברה, הללממס"נ
2, אויך גראד מקובל מסיני אבער מלובש אין תורה שבכתב, כפי האור החיים הק'
3, א מציאות וואס לפי חז"ל פאלט אונטער א כלל אויספארמירט פון אנדערע מציאות'ן וואס איז מקובל מסיני

נאכדעם איז דא אינגאנצן איין אנדערע ענין וואס האט גארנישט מיט כל הנ"ל, וואס רופט זיך "גדרים וסייגים",
וואס לפי האמת איז משורשו אויך תורת ה' ווייל די תורה האט געהייסן און געגעבן די אטאריטעט פאר חכמי הדור, צו גוזר זיין גזירות זאל זיין א סייג לתורה,
הא גופא צו מאכן גדרים וסייגים לערנט מען ארויס פון פסוקים,
און ווי עס שיינט ארבעט עס ענליך צו די אמריקאנע כלל וואס רופט זיך precedence דהיינו אז מ'קען נישט מבטל זיין א גזירה וואס פריערדיגע חכמים האבן גוזר נאר מיט גאר שטארקע אויסנאמען,

כן נלפענ"ד נכון
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 3:21 pm#455917
Re: כח הגמרא
די קשיא איז נאר אז עס איז דא זייער אסאך מחלוקות וואס איז אויף מציאות וואס איז יא אייביג געוועהן (ווי למשל רש"י און ר"ת תפילין ועוד הרבה) איז די שאלה וואס האבען זיי געטוהן פון מתן תורה ביז דעמאלס?.....
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 7:57 pm#455930
עוקר הרים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

דאס איז נישט נאר א אור החיים נאר דאס איז פשוט פשט און אלע ראשונים שרייבען אזוי... חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן...(והפשט בזה שיש הרבה פעמים מחלקות ביניהם זה נושא אחר...)
דאס איז אבער אלס מיט מצוות וואס די תורה רעדט שוין פון די קשיא איז נאר אויף די נייע תקנות וסייגים....

ווי זאגען עס אלע ראשונים?

לאמיר צונעמען די זאך, איך ווייס נישט ווי דער אור החיים איז, אבער אין משך חכמה שטייט עס אויך, און איך וועל מסביר זיין לויט זיינע ווערטער.

פשוט ווען יעדער זאגען אז תורה שבעל פה איז געגעבען געווארען אין צוגאב צו תורה שבכתב, דאס הייסט אז תורה שבעל פה קומט מסביר זיין וואס שטייט אין תורה שבכתב. זאגט דער משך חכמה (און אפשר דער אור החיים) אז פונקט פארקערט, קודם איז געגעבען געווארען אויף בארג סיני אלע תורה שבעל פה, און תורה שבכתב איז נישט געוועהן בשלימות (בפרט לויט דער שיטות אז תורה שבכתב פין חומש האט גענומען דורך אויס די פערציג יאר אין מדבר), און אלע הלכות פין תורה שבעל פה זענען געוועהן מרומז אין דער תורה שבכתב וואס איז דעמאלס געוועהן, און למשל אלע הלכות וואס אונז ווייסען מיר היינט אז מען לערנט זיי ארויס פין פסוקים אין סדר דברים האט מען ארויס געלערנט פין דיוקים פין פסוקים וואס איז געגעבן געווארען אויף בארג סיני. אויב אויף בארג סיני איז נאר געזאגט געווארען די עשרות הדברות איז עס פין דארט, און טאמער איז אויף בארג סיני געזאגט געווארען אלע וידבר ד' אל משה לאמור'ס, איז עס פין די פרשיות אויך, און מען האט געהאט אנדערע יסודות פין די י"ג מדות ארויסצולערנען פין די פסוקים אלעס.

איז ממילא פארקערט, אז לכתחילה איז געגעבען געווארען תורה שבעל פה, און די תורה שבכתב איז געוואקסען איבער צייט, און די רמזים וויאזוי צו טרעפען די הלכות אין תורה שבכתב האבען זיך מיטגעטוישט לפי הזמן.

ע"כ

שטייט עס אין אלע ראשונים? לכאורה נישט.

אין בזה שום חידוש עיין בהקדמת פירוש המשניות להרמב"ם ובהקדמת הרמב"ם ליד וזה פשוטו של דבר

אביסל צו לאנג די הקדמה צו קענען וויסען וואס די מיינסט.

קענסט אפשר זיך נעמען די מיה און ברענגען וואס די רעדסט?

אלץ נעמט נישט אוועק די פשוטן של דברים אז תורה שבעל פה איז א פירוש צו תורה שבכתב.

בכלל זעה איך דא א שטיקעל קינדערישקייט אז מען שרייבט דער אור החיים צו דער משך חכמה איז דער פשטות, און כאילו מען קען נישט זאגען פארקערט. אויב איז עס אזוי פשוט פארוואס שרייבט מען דערוועגען בכלל? ברענג ארויס מיט א שטארקייט מיט וואס איז עס א חידוש וואס וואלט מען געזאגט ווען נישט זיינע ווערטער.
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:23 pm#455953
Gedorim Usyagim is not considered new mitzvah's it's to enhance and strengthen the old existing one
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:50 pm#455955
דער גר''א זאגט א מוראדיגע ווארט. תורה של ב''פ איז דאך איבערגעגבן געווארן מסיני. טא, פארוואס אין תשב''פ טרעפט מען מחלוקת'ן, עס וואלט דאך געדארפט זיין דברים ברורים? די תירץ איז אז די גלות'ן און צרות האבן געמאכט פארגעסן הלכות, כמש''כ הרמב''ם בהלכות שופר.

עס איז אבער דא איין פרק אין משניות, דער פינפטער אין מסכת זבחים המכונה איזהו מקומן, וועלכע פארמאגט נישט קיין שום מחלוקות, ממש כנתינתה מסיני.

זאגט דער גר''א, וועגן דעם טאקע ווערט אין פרק איזהו מקומן אנגעריפן די ווענט פון די ביהמ''ק בלשון ''קלעים'' (''לפנים מן הקלעים''), וואס לכאורה פאסט עס בכלל נישט אויף א ציגלנער וואנט? נאר וויבאלד די משנה איז דאך א חלק פון סיני, און דאן זענען די ווענט פון משכן טאקע געווען קלעים. און די משנה איז קיינמאל נישט פארגעסן געווארן, ממילא שטייט נאך די ארגינעלעם לשון.

ודפח''ח ושפתים ישק.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 9:54 am#455993
כרם זית האט געשריבן:דער גר''א זאגט א מוראדיגע ווארט. תורה של ב''פ איז דאך איבערגעגבן געווארן מסיני. טא, פארוואס אין תשב''פ טרעפט מען מחלוקת'ן, עס וואלט דאך געדארפט זיין דברים ברורים? די תירץ איז אז די גלות'ן און צרות האבן געמאכט פארגעסן הלכות, כמש''כ הרמב''ם בהלכות שופר.

יא, דער איזהו מקומן רעיון האב איך פריערט ערווענט, כאב נישט געוויסט אז דער מקור איז די גר"א, שכוח.

לגבי מחלוקת'ן, סאיז דא א ירושלמי וואס קוקט לכאורה אויס וואס זאגט עפעס אנדערש ווי דער גר"א,
דער ירושלמי אין אין סנהדרין פ"ד ה"ד, דארט איז עפעס משמע אז (קען זיין נאר געוויסע) הלכות האט משה מקבל געווען מסיני די דרשות לכאן ולכאן אן קיין פסק הלכה און די קבלה איז געווען אז אחרי רבים להטות וויזוי רוב חכמים העלן מחליט זיין,
קען זיין איך האב א טעות אין דעם הבנה פונעם ירושלמי?

וז"ל הירושלמי [די ארומגעקעסלט איז פון פירוש פני משה]

א"ר ינאי אילו ניתנה התורה חתוכה [פי' הפני משה: פסק הלכה בלא נטיית דעת כאן ולכאן] לא היתה לרגל עמידה [לא היה קיום לעולם דהתורה צריך שתהי' נדרשת לכאן ולכאן]. מה טעם וידבר ה' אל משה [ואמר לו כל הדינים התלוים בכל פרשה ופרשה והדרשות הנוטות לכאן ולכאן], אמר לפניו רבונו של עולם הודיעני היאך היא ההלכה, [שלא יהיה בו ספק] אמר לו [זה אי אפשר] אחרי רבים להטות [מפני שהתורה צריך שתהיה נדרשת במ"ט פנים לכאן ולכאן, ואם אני מגלה לך ההלכה שוב לא תהיה נדרשת בהרבה פנים] רבו המזכין זכו, רבו המחייבין חייבו, כדי שתהא התורה נדרשת מ"ט פנים טמא ומ"ט פנים טהור מיניין ודגל"ו. וכן הוא אומר אמרות ה' אמרות טהורות כסף צרוף בעליל לארץ מזוקק שבעתים ואומר מישרים אהבוך:
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:32 pm#455999
Re: כח הגמרא
כרם זית האט געשריבן:דער גר''א זאגט א מוראדיגע ווארט. תורה של ב''פ איז דאך איבערגעגבן געווארן מסיני. טא, פארוואס אין תשב''פ טרעפט מען מחלוקת'ן, עס וואלט דאך געדארפט זיין דברים ברורים? די תירץ איז אז די גלות'ן און צרות האבן געמאכט פארגעסן הלכות, כמש''כ הרמב''ם בהלכות שופר.

עס איז אבער דא איין פרק אין משניות, דער פינפטער אין מסכת זבחים המכונה איזהו מקומן, וועלכע פארמאגט נישט קיין שום מחלוקות, ממש כנתינתה מסיני.

זאגט דער גר''א, וועגן דעם טאקע ווערט אין פרק איזהו מקומן אנגעריפן די ווענט פון די ביהמ''ק בלשון ''קלעים'' (''לפנים מן הקלעים''), וואס לכאורה פאסט עס בכלל נישט אויף א ציגלנער וואנט? נאר וויבאלד די משנה איז דאך א חלק פון סיני, און דאן זענען די ווענט פון משכן טאקע געווען קלעים. און די משנה איז קיינמאל נישט פארגעסן געווארן, ממילא שטייט נאך די ארגינעלעם לשון.

ודפח''ח ושפתים ישק.

וואס איז די פשט אין דעם מען האט פארגעסען אסאך הלכות, און יעדע חכם איז געקומען זאגען נייע הלכות לפי וואס ער האט אפגעמאכט אן קיין שום מסורה??
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:13 pm#456009
עוקר הרים האט געשריבן:וואס איז די פשט אין דעם מען האט פארגעסען אסאך הלכות, און יעדע חכם איז געקומען זאגען נייע הלכות לפי וואס ער האט אפגעמאכט אן קיין שום מסורה??

ניין, מ׳האט אפיר גענומען חכמים וואס האבן געדענקט הלכות פון זייערע רבי׳ס און זיי האבן איבערגעגעבן לויט ווי זיי האבן געדענקט, און צוליב די וואנדערונגען האבן זיי טייל מאל נישט פונקליך געדענקט, אדער איז אריינגעפאלען מחלוקת צווישן אנדערע וואס האבן געדענקט א צווייטן מהלך. און בכלל קענסט זעהן אין משנה ס׳איז דא מחלוקת צווישן בית הלל און בית שמאי, און אנדערע בתי מדרשים און תנאים, וואס האבן געלערנט מעיקר הדין אז די הלכות זענען אנדערש.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:45 pm#456010
Re: כח הגמרא
חתן בחור האט געשריבן:

איז אויב האבען האבען זיי נישט פינקטליך געדענקט נאר בערך פארוואס האבען זיי עס איבער געזאגט און פארוואס דארף מען זיי פאלגען??
און אויב האט יעדער געדענקט אנדערש אפשר איז דער אמת גאר א דריטע מהלך וואס קיינער האט נישט געדענקט??
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 4:02 pm#456011
עוקר הרים האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:וואס איז די פשט אין דעם מען האט פארגעסען אסאך הלכות, און יעדע חכם איז געקומען זאגען נייע הלכות לפי וואס ער האט אפגעמאכט אן קיין שום מסורה??

ניין, מ׳האט אפיר גענומען חכמים וואס האבן געדענקט הלכות פון זייערע רבי׳ס און זיי האבן איבערגעגעבן לויט ווי זיי האבן געדענקט, און צוליב די וואנדערונגען האבן זיי טייל מאל נישט פונקליך געדענקט, אדער איז אריינגעפאלען מחלוקת צווישן אנדערע וואס האבן געדענקט א צווייטן מהלך. און בכלל קענסט זעהן אין משנה ס׳איז דא מחלוקת צווישן בית הלל און בית שמאי, און אנדערע בתי מדרשים און תנאים, וואס האבן געלערנט מעיקר הדין אז די הלכות זענען אנדערש.

איז אויב האבען האבען זיי נישט פינקטליך געדענקט נאר בערך פארוואס האבען זיי עס איבער געזאגט און פארווס דארף מען זיי פאלגען??
און אויב האט יעדער געדענקט אנדערש אפשר איז דער אמת גאר א דריטע מהלך וואס קיינער האט נישט געדענקט??

א מין קשיא? האסט שוין אמאל געלערנט גמרא רש"י תוספות, זעהסט נישט ווי אונזערע חכמינו ז"ל נעמען זיך די מיה צו אראפלייגן זייער לאגיק, אויב אייער שכל זאגט אנדערש, דאן זענט איר מכבוד צו שרייבן א ספר מיט אייערע חידושים מיט צע"ג,
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:00 pm#456012
Re: כח הגמרא
גאלד האט געשריבן:

תורה ארבעט נישט מיט לאגיט עס ארבעט מיט א מסורה מסיני פון די אייבערשטער.....
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 6:09 pm#456014
עוקר הרים האט געשריבן:איז אויב האבען האבען זיי נישט פינקטליך געדענקט נאר בערך פארוואס האבען זיי עס איבער געזאגט און פארוואס דארף מען זיי פאלגען??
און אויב האט יעדער געדענקט אנדערש אפשר איז דער אמת גאר א דריטע מהלך וואס קיינער האט נישט געדענקט??

איך זעה וואס דיין אישו איז. קיינער דארף נישט קיינעם פאלגען, ס׳איז נישט דא אזא זאך אין די וועלט ווי דארפען. די מאכסט אפ וויאזוי די ווילסט האלטן. לאמיר זאגן די נעמסט אן די רמב״ם און טוהסט וואס ער זאגט. ער שרייבט וואס די הלכות זענען, און ער זאגט אז טאמער האבן די חכמים אזוי געזאגט איז אזוי די הלכה, דאס איז זיין פסק על פי אשר יורוך. מאכט נישט אויס צו זיי האבן פארגעסן, אדער געמאכט טעותים.

ס׳איז מוז אפילו נישט זיין אזא זאך ווי א עכטע הלכה. שטייט גענוג אין גמרא ווי ״חזר [רבי אליעזר] ואמר להם: אם הלכה כמותי מן השמיים יוכיחו... יצתה בת קול ואמרה: מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום. עמד רבי יהושע על רגליו ואמר: לא בשמיים היא!״

די פראבלעם איז אז ס׳רוב יודען (Consciously & Subconsciously) האלטן יודישקייט נאר צוליב פחד פון גיהנום, ממילא ווילען זיי טוהן וואס זיי דארפן עכט טוהן. למעשה איינער וואס וויל זיין א אמת׳ע יוד דארף זיך בוחר זיין וואס איז הייליג פאר אים און וואס ער וויל גלייבן און האלטן. אויסער דעם איז נישט דא אזא זאך פון מוז/דארף. ווער קען דיך מחייב זיין צו גיין אין דיין טאטע׳ס דרכים? ווער זאגט אז די מוזט גלייבן וואס שטייט און תורה? ווער זאגט די מוזט טוהן סיי וואס? אלעס וואס א יוד טוט, טוט ער נאר ווייל ער גלייבט, אבער ווער איז אים מחייב צו גלייבען? ס׳מוז זיין אן אייגענעם טשויס, אויב נישט דארפסטו נישט גארנישט.
זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:34 am#456101
חתן בחור האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:וואס איז די פשט אין דעם מען האט פארגעסען אסאך הלכות, און יעדע חכם איז געקומען זאגען נייע הלכות לפי וואס ער האט אפגעמאכט אן קיין שום מסורה??

ניין, מ׳האט אפיר גענומען חכמים וואס האבן געדענקט הלכות פון זייערע רבי׳ס און זיי האבן איבערגעגעבן לויט ווי זיי האבן געדענקט, און צוליב די וואנדערונגען האבן זיי טייל מאל נישט פונקליך געדענקט, אדער איז אריינגעפאלען מחלוקת צווישן אנדערע וואס האבן געדענקט א צווייטן מהלך. און בכלל קענסט זעהן אין משנה ס׳איז דא מחלוקת צווישן בית הלל און בית שמאי, און אנדערע בתי מדרשים און תנאים, וואס האבן געלערנט מעיקר הדין אז די הלכות זענען אנדערש.

בית שמאי האט 'געדענקט' לחומרא און בית הלל האט 'געדענקט' לקולא?...
וויאזוי ביסטו מסביר 'לא ירדו חכמים לסוף דעתו של ר' מאיר'.
אין הלכה כר' אליעזר דשמותי הוא, ועוד ועוד.??
זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:28 am#456105
דא קען מען טרעפן דער ר' אלחנן, און גייט'ס ווייטער אין די ספר, דער דרוקער האט אריין געלייגט די השגות פון דער חזון איש דארט אויך. ר' אלחנן האלט אז גמרא איז מחייב פונקט ווי ב"ד הגדול, און די נעקסטע דור קען עס טוישן, לויט שיטת הרמב"ם אז אין בי"ד מבטל דברי חבירו וכו' איז נאר אויף גדרים וסייגים. למעשה האלט ער אויך אז עס איז אוממעגליך דאס צו טון, אבער דאס איז בלויז טעכניש.
דער חזון איש טענה'ט אז פון ברייתות זעט מען אויף תיובתא'ס וואס איז משמע אז די 'הסכמת כל ישראל' אויף די משניות איז נישט די מחייב וואס די אמוראים האבן געהאט צו די משניות, ע"ש עוד.
ער טענה'ט אויך אז קבלת והסכמת כל ישראל איז נאר מחייב מדין נדר, און ממילא האט עס אנדערע דינים.
זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:32 am#456108
כרם זית האט געשריבן:דער גר''א זאגט א מוראדיגע ווארט. תורה של ב''פ איז דאך איבערגעגבן געווארן מסיני. טא, פארוואס אין תשב''פ טרעפט מען מחלוקת'ן, עס וואלט דאך געדארפט זיין דברים ברורים? די תירץ איז אז די גלות'ן און צרות האבן געמאכט פארגעסן הלכות, כמש''כ הרמב''ם בהלכות שופר.

אין דעם גאַנצן נושא איז זייער אינטערעסאַנט די דעת הרס״ג, וואָס עס זעט אויסעט אַז ער האַלט אַז גאַנץ תורה שבע״פ איז הלכה למשה מסיני.

צום בײשפּיל, ער האַלט אַז דער קידוש החודש ע״פ החשבון איז דער עיקר המצווה, און ע״פ הראיה איז נאָר להוציא מלבן של צדוקים. אַײ עפ״ז ווערט דאָך די קשיא וואָס עפּעס יו״ט שני של גלויות? האַלט ער טאַקע אַז מלכתחילה איז די מצווה היטן איין טאָג יו״ט אין א״י און צוויי טעג אין חו״ל.

אין אַנאַנדער אָרט שרײבט ער אַז אַלע מחלוקת'ן פון חז״ל איז ניט דער פשט אַז זיי זײנען חלוק וואָס איז דער דין, נאָר זיי האָבן אַזוי געוויזן בכדי לחדד התלמידים.
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:57 am#456171
Re: כח הגמרא
מצפצף האט געשריבן:‎בית שמאי האט 'געדענקט' לחומרא און בית הלל האט 'געדענקט' לקולא?...
‎וויאזוי ביסטו מסביר 'לא ירדו חכמים לסוף דעתו של ר' מאיר'.
‎אין הלכה כר' אליעזר דשמותי הוא, ועוד ועוד.??

ניין, דארפסט עס אנקוקען פראקטיש. די זעלבע קשיא איז שווער היינט, וויאזוי איז שייך איין מורה הוראה איז מחמיר און דער צווייטער א מקיל? ס׳איז דאך דא איין רמב״ם און איין שו״ע וכדומה. דארפסט אפילו נישט גיין צו הלכה למשה מסיני, די קאנסטיטושען (להבדיל) איז געשריבן געווארן בלויז עטוואס מער ווי 200 יאר צוריק, און מ׳קריגט זיך איבער דעם אין גרויסען. די לינקע זאגן ס׳האט דאס געמיינט, די רעכטע האלטן פארקערט, יעדער איז גורס זיינע סברות.

בית שמאי און בית הלל זענען געוועהן א different school of thought, זיי האבן זיך מחולק געוועהן וויאזוי מ׳גייט צי צו אן ענין, וואס פסק׳נט מען אין פאל פון א ספק און ווען מ׳געדענקט נישט, און נאך הונדערטער פאלן וואס געשענט אין פראקטיק. כשם שפרציפהן משונות כך דעותיהן משונות, יעדער לערנט הלכות אנדערש, און די חכמים האבן א כוח מכריע צו זיין ווי וועם די הלכה איז. די כוח פון חכמים ווערט שוין ברייט דורכגעשמועסט דא אין קאווע שטיבל.

אויך זעה וואס כ׳האב געענטפערט פאר עוקר הרים. ס׳מאכט נישט אויס צו זיי האבן מכוון געוועהן צום אריגינעלען הלכה צו נישט, די תורה איז געגעבן געווארן פאר די מענטשהייט.