Under maintenance
הויפט זייט » ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע

ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14105
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:33 pm#456295
ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע
יעצט געבראכן די נייעס. טאקע א שווארצע און א פרוי אזוי ווי ביידן האט געזאגט. זי איז אויך געלאפן יעצט קעגן ביידן אין די פריימעריס וואו זי איז נישט געווען אזוי נייס צו ביידן ביי די דעבעיטס.

זי ווערט זייער אראפגעריסן פאר אירע שטרענגע יוסטיץ סיסטעם וואס זי האט איינגעפירט אלס אטוירני דזשענעראל אין קאליפארניע. אסאך האבן געהאלטן אז דאס וועט זיין א סיבה פארוואס ביידן וועט איר צום סוף נישט נעמען.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 6:13 pm#456300
א שאד ער האט נישט גענומען הילערי קלינטאן. דאס וואלט ממש ווען געווען א שידוך פון הימל...
זיידי ביידן האט אמאל געזאגט א אבאמא איז געווען דער ערשטער זויבערע שווארצער וואס ער האט נאר אמאל באגעגענט. ווארשיינליך איז די חאשיש אנגערייכערטער העריס פון קארליפארניע אויך עטוואס זויבער... גיי ווייס...
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:51 pm#456311
אויך מיר שווארץ. אביסל קאלירט, מ'קען מיינען. ניטאמאל קיין אפריקאנער אפשטאמיגער.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:14 pm#456313
מפיל קינד: כבר היה לעולמים. אין די היינטיגע וועלט. א פרוי וועלכע איז געווען א פאבליק פיגור האט זיך דערקלערט אז זי איז א שווארצע. אנטשולדיגט. אן אפריקאנער אמעריקאנער. און די שווארצע עסטאבלישמענט האט איהר אראפגעריסן אז זי האט נישט די זכיה זיך צו רופן שווארץ. זי איז (ליידער) ווייס...!
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:48 am#456321
מפיל קינד האט געשריבן:אויך מיר שווארץ. אביסל קאלירט, מ'קען מיינען. ניטאמאל קיין אפריקאנער אפשטאמיגער.

It's called
People of color
לאו דוקא שווארץ
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:01 am#456330
Re: ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע
berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד: כבר היה לעולמים. אין די היינטיגע וועלט. א פרוי וועלכע איז געווען א פאבליק פיגור האט זיך דערקלערט אז זי איז א שווארצע. אנטשולדיגט. אן אפריקאנער אמעריקאנער. און די שווארצע עסטאבלישמענט האט איהר אראפגעריסן אז זי האט נישט די זכיה זיך צו רופן שווארץ. זי איז (ליידער) ווייס...!
ווער?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:36 pm#456355
איר מאן דאגלעס עמיהאף, איז א איד, ארגינעל פון ברוקלין, פארמאגט צוויי קינדער. אלזא זי פארמאגט צוויי אידישע שטיף-קינדער. אין אן אינטערוויו האט קאמעלע געזאגט אז אירע קינדער רופן איר צומאל "מאמעלע".

איראניש איז, אז ביים געמישטן חתונה, האט זי געבראכן א גלאז ביי איר חתונה... א מנהג וואס מ'טוט אלס זכר לחורבן.
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:38 pm#456357
Re: ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע
וואס איז איר שטאנד אויף מדינות ישראל?
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:29 pm#456391
Re: ביידען נעמט קאמאלא העריס פאר וויצע
פאליטיקאנט האט געשריבן:וואס איז איר שטאנד אויף מדינות ישראל?
ווענדט זיך, פאר די וואלן בשעת'ן קאמפיינען אדער נאכדעם??
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:26 am#456399
פאליטיקאנט האט געשריבן:וואס איז איר שטאנד אויף מדינות ישראל?


זי איז חתונה געהאט צו א אידישער מאן, און זי ציעט אויף זיינע צוויי קינדער, ממילא איז איר שטאנד אויף מדינת ישראל גוט, דא האט איר א ארטיקל פון די ירושלימע פאוסט איבער אירע מדינת ישראל פאליסיס.

און דא האט איר א סטעיטמענט וואס די רעפאבליקאנע שטומע אין די אידישע קאמיוניטי האט צו זאגן איבער איר.
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 1:14 pm#456410
:?: :?: :?: :רח"ל :רח"ל :נעבעך :נעבעך

The fact that Senator Kamala Harris has just been named the vice presidential running mate for presumptive Democratic presidential nominee Joe Biden has some questioning her eligibility for the position. The 12th Amendment provides that "no person constitutionally ineligible to the office of President shall be eligible to that of Vice-President of the United States." And Article II of the Constitution specifies that "[n]o person except a natural born citizen...shall be eligible to the office of President."

Her father was (and is) a Jamaican national, her mother was from India, and neither was a naturalized U.S. citizen at the time of Harris' birth in 1964. That, according to these commentators, makes her not a "natural born citizen"—and therefore ineligible for the office of the president and, hence, ineligible for the office of the vice president.
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 4:19 pm#456417
?Was she born on American soil
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 4:21 pm#456418
Yeah