Under maintenance
הויפט זייט » #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

#קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14114
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:28 am#456606
#קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.
טייערע ברידער און שוועסטער

איך וואלט אייך געוואלט איינלאדענען צו לערנען צוזאמען די קארסערע (coursera) קורס: ''פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע''. די קורס נעמט באלד אכט שעה און ווערט צוטיילט אין זעקס וואכן פארגעלערנט יעדע וואך דורך באזונדערע פראפעסארען מומחים אין זייער פעלד, פון די פרעסטיזשפולע ''אוניווערסיטעט פון עדענברע''.

די קורס וועט אייך געבן די מעגליכקייט צו בעסער פארשטיין, אנאליזירן און לערנען: קאמפליצירטע קאמפאזיציעס, ווי אויך וועט איר לערנען צו ליינען און שרייבן מעריב'דיגע מוזיק נאטן.

די קורס ווערט פארגעלערנט אין ענגליש און אנטיילנעמען איז גענצליך בחנם, איר דארפט נישט האבן קיין שום פריערדיגע וויסענשאפט, אזש איר בלייבט נישט מיט קיין אנדערע אויסוואל נאר זיך יעצט איינצושרייבן........

זיך איינצושרייבן Fundamentals of Music Theory.

און די אשכול וועט מען זיך: דארוכרעדן, איבערשמיעסן, פרעגן וואס איז נישט פארשטענדליך, צוצייכענען לינקס ווי זאכן ווערן ברייטער אויסגעשמיעסט וכדו'.

(שטארק געאייגענט צו לערנן מיט פריינט און פאמיליע.)
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:33 am#456608
אויב שרייבט איר זיך איין ביטע לייקט די רעאקציע, אדער מעלדט מיר אין אישי.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:06 pm#456633
א דאנק פארן ברענגען. איך האב מיר איינגעשריבן.

איך קוק ארויס צו ווערן עטוואס קלוגער.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:22 pm#456743
ווער עס וויל, פאַראַן אויף יוטיוב אַ קורס פון איינעם Andrew Furmanczyk וואָס לערנט פאָר די יסודות פון חכמת המוזיק.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:43 pm#456756
Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.
זיך איינגעשריבן.

איך האף איך וועל פארשטיין, ווייל ווי איך שטיי יעצט האב איך נישט קיין מושג אין מוזיק.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:09 am#458738
Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.
נא די עולם רוקט זיך מיט?

ביזדערווייל האב איך נאר אנגעיאגט צו פארשטיין סקעילס, אקטיווע, און קארדס, איך פיל נישט ווי איך האב עס עכט ארויס, אבער מ'רוקט זיך....
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:09 am#458746
איך האב זיך געלערנט ביי די 11 יאר, ס׳איז א גוטע חזרה.
איך האלט ביי וואך 2, און איך בין דארט אביסל שטעקן געבליבן ביי די tones און semitones, ווען א שווארצע קנעפל איז למשל א b flat אדער אן A Sharp. (איך האב עס אלץ אנגעקוקט ווי א b flat אבער זעהט אויס עס קען זיין ביידע?)
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:07 pm#458754
Re: #קורס: פונדאמענטן אין מוזיק טעאריע.
בת קול האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט ביי די 11 יאר, ס׳איז א גוטע חזרה.
איך האלט ביי וואך 2, און איך בין דארט אביסל שטעקן געבליבן ביי די tones און semitones, ווען א שווארצע קנעפל איז למשל א b flat אדער אן A Sharp. (איך האב עס אלץ אנגעקוקט ווי א b flat אבער זעהט אויס עס קען זיין ביידע?)
יא, עס קען זיין ביידע. עס ווענדט זיך ווי דער חמור שטייט איין, אין וועלכע סקעיל מע רעדט פון. יעדע סקעיל האט דאך a, b, c d, e, f , g, ממילא קען מען גרינג וויסען ווי אזוי עס צו רופען
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:04 am#458805
איך האב אן אלגעמיינע שאלה וואס האט נישט דוקא צוטון מיט דער קורס.

איך האב אלעמאל געהאט א משיכה צו נגינה און מוזיק און לעצטענס האב איך אנגעהויבן זיך ארומצושפילן מיט מוזיקל אינסטרומענטן. קודם האב איך מיך געלערנט אביסל שפילן קארדס אויף אן אקוסטיק גיטאר און יעצט האב איך אנגעהויבן שפילן די רעקארדער (חליל).

מיין שאלה איז אויב עס איז דא טעכניקן זיך אויסצולערנען שפילן by ear. ביי ביידע אינסטרומענטן האב איך מיך געלערנט וויאזוי עס צו האלטן, וויאזוי צו מאכן די קולות ריכטיג, וואס די נאטן זענען וכדומה. אבער ווען עס קומט צו שפילן דארף איך מיך עקסטער אויסלערנען א יעדע איינציגסטע ניגון און עס שפילן מערערע מאל ביז איך קען עס שפילן. און אויב שפיל איך נישט א ניגון פאר א לאנגע צייט וועל איך עס מוזן פריש איינחזרן. איך וויל קענען שפילן עני ניגון וואס מען זינגט נאר פון זיך אליינס. וויאזוי קומט מען אן צו דעם?


.
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:33 pm#458860
איך האב א פארקערטע פראבלעם.
איך פארשטיי נישט קיין כי הוא זה צו מוזיק, קארדס וכדו'. אבער ווען איך זעץ מיר צו א פיאנע אדער קיבארד קען איך שפילן כמעט סיי וועלכע ניגון ביים ערשטן אדער צווייטן try מיט כמעט נישט קיין טעותים (חוץ סקולענע ניגונים..). פארשטייט זיך נאר melody ווייל קארד האב איך נישט קיין אהנונג, חוץ פון האקן אויף אפאר באטענס אויפן לינקן זייט...

מיט יארן צוריק האב איך אויך פרובירט גיטאר, און melody איז געפארן נאכן פרובירן אפאר מאל..