זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:43 am#457306
א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געשען?
איך האב געשריבען אן ארטיקל צו ענטפערן א תגובה. אריין געארבעט אין דעם ארטיקל איבער א שעה. קיין איין טעות נישט געהאט כדי עס זאל זיין באטעמט צו ליינען, די מראה מקומות מיט די ראונות אליינד. אראפ געריסען, און געשעצט דעם און יענעם. בקיצער א ריעל קאלארפול ארטיקל. לשון הרע, ליצנות. (נישט קיין ניוול)
גאר געשמאק, ביים דריקן 'שיק' האט זיך די פאון פלוצלינג פארמאכט והארטיקל איננו כי לקח אותו אלקים.
געב איך מיר א טראכט, איך האב אין די ארטיקעל ארויס געברעגט א מדה מגונה פון גאר א גרויסען אדמור מיט אלע קאלירן, און מאידך גיסא ארויס געברענגט די קאנטראסט פון א צווייטער אדמור. (גראדע נישט קיין בר פלוגתא), אבער די מדה מגונה האט געשריגן פון זיך אליינס.
איז יעצט מיין חקירה אזוי צו איז עס א מופת פון די אראפגעריסענער אדמו"ר, און די השגחה עליונה האט נישט געלאזט די ספעציפישער ארטיקל ארויסקומען לאור עולם, אדער ניין, טעכנאלאגישע גליטשעס איז קאמען, און עס האט פאסירט.
(ברענגט מיר נישט צו די בלעטל מיטן בעש"ט מיט די השגחה פרטית ביטע).