Under maintenance
הויפט זייט » אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?

אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14177
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:17 pm#458467
אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך דריי מיך אסאך ארום מיט דער געפיהל פון “אויב איך קען ווען איבער שפילן מיין לעבן אין סיי וועלכע תקופה וועלכע וואלט איך געוואלט אויסוועלן?”

אזוי סקראלן'דיג דא ארויף און אראפ, האב איך מיר אנגעשטויסן און דער אלי וויזעל אשכול, ליינענדיג אזוי תגובה, האב איך ווידער אנגעהויבן קלערן דערין, נעמליך ווי מאדנע עס הערט זיך קריג איך זיך מיט ר' בערל…

איך האב עפעס אן אבסעסיע מיט דער דור פון בעפאר די קריג, און איך וואלט זיכער אויסגעוועלט מיין פלאץ אין א צווייטע לעבן, אין אייראפע, צווישן די וועלטס קריגן. און ווי מאדנע עס הערט זיך וואלט איך אפי' געוואלט דורכלעבן די קריג.....
איך בין שוין גענוג פארשריגן געווארן פון מיינע חבירים ביים אויפברענגן דעם אבסורדאלער געדאנק, אבער וואזשע זאל איך טוהן, איך שפיר אזוי....
דאס אידיש לעבן פון דאן איז דאך געווען עפעס מלא חן -כפי די שילדערונגען און די ביכער-. טראץ די שרעקליכע ארעמקייט אין מיינסטענס אידישע שטעט, אבער עפעס אן הימלישער חן רוהט אויף יענע תקופה אין מיינע אויגן, סיי פון א פרומער אידישער שטאנדפונקט, ווי אויך פון א סעקולערער שטאנדפונקט.
עס האבן זיך דאן געיאוועט טאלאנטפולע פאעטן, שרייבער, אקטיארן, און נאך, אזוי אז נישט קיין אונטערשייד אין וועלכע גייסט איך וואלט נאר אויפגעוואקסן, וואלט מען געהאט אויף וועם ארויף צוקוקן.

ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.

ווי אויך וואלט איך געוואלט מיטלעבן מיט דער געבורט פון פארשידענע טערמינאלגיעס, ווי צום ביישפיל, ווען זענען אויפגעקומען די ווערטער טויט מארש, גאז קאמערן, סעלעקציע, זענען זיי טערמינען וואס מען האט עס אזוי גערופן בשעת מעשה? אדער זענען היסטאריקער אויפגעקומען דערמיט נאכ'ן קריג? (געטא, קאנצענטראציע לאגערן, און אנדערע, טרעפט מען שוין געשריבן אין טאג בוכער פון אידן אין די געטאס, אבער די אויבן דערמאנטע ווערטער בין איך נייגעריג צו אידן האבן עס אזוי גירופן בשעת מעשה)

סא…. ווען וואלט איר געוואלט לעבן?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 5:03 pm#458471
פוילן אדער אונגערן?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 5:11 pm#458472
גוטע קשיא
מיין נטי' איז קיין פוילן און ליטא זיי האבן עפעס א געוויסע שארפקייט און אויטענטישקייט אבער אפי' אונגארן אויב ס'איז נישט די פארקוועטשטע אידישקייט וואלט איך הנאה געהאט
שטערט מיר נישט צו זיין פרום אבער נישט די שגעונות פון וועלכע מיר ליידן נאך היינט
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 6:22 pm#458476
פאר קיין געלט וואלט איך נישט געוואלט זיין אין א וועלט אהן אינטערנעט.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:10 pm#458477
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך טראכט אז די גאלדענע תקופה פון שפאניע מיט די גאונים און דוכטער. ווער רעדט נאך פון די רייכטום יענע צייט.
אבער למעשה מיינעך אז איך וויל בעסער טוילעט פעיפער סאו איך בין צופרידן איצטער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:56 pm#458478
איך קלויב די צייטן פון גלייך נאכן קריג איך וואלט געוואלט קענען די גדולי ישראל נאכן קריג איך וויל פארשטיין וואס מיינט אז יעדער האט געוויינט ביים רבי'נס כל נדרי דרשה
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:18 pm#458480
מנחם ציון האט געשריבן:ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.

מיט רחמים, אן רחמים, דו וואלסט געוואלט ליידן יסורים טאג טעגליך, אויסגעפייניגט און אויסגעהונגערט, צוקוקן מאסן רציחות און רשעות, נאר צו זיין א חלק דערפון?
אדער כאפסטו פשוט נישט אז עס האט שטארק שטארק וויי געטון צו זיין דארט?
אדער האסטו נישט קיין געפילן פון א יומען ביאינג + צער טאלירענס ביזן הימל?

כ'פרעג נישט סארקאסטיש. ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין אזא תאוה צו וועלן זיין אין איינס פון די ערגסטע סיטואטיציעס מעגליך.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:44 pm#458482
עמינדב האט געשריבן:

הונדערט פראצענט גערעכט!

איך טראכט צו מיך א סאך מאל וואס פאר א צילייגער איך בין. אין מיין קאפ רעד איך מיך איין אז איך בין א שטארקע כאראטקער און איך האב פון גארנישט מורא. נישט פון שטארבן, נישט פון קענסער, נישט פון יושב'ן אין חד גדיא וכו'. דערנאך טרעף איך אנגעצויגן צוליב די פרעשור ביים ארבייט אדער דיפרעסט ווייל מ'קען נישט גיין אויף וועקעישאן און ס'קאסט מיך א ביטערע געלעכטער. אויך מיר א גיבור.

.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:46 pm#458483
נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער. די ווייקינגס, Rollo the walker, וויליאם דער ממזר, די הייליגע רוימישע אימפעריע, די האבסבורגס, די פראנקן, ווען דער פויפסט האט נאך געמיינט עפעס, קריסטאפער קאלאמבוס, די פייטנים און מקובלי אשכנז, רבי יהודה החסיד, דער מהרי"ל, די קעניגן און פירשטן מיט זייערע פאלאצן, שלעסער, און מלחמות, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט.

און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מערב אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:47 pm#458484
real fake news האט געשריבן:פאר קיין געלט וואלט איך נישט געוואלט זיין אין א וועלט אהן אינטערנעט.

כִּי בְּרֹב חָכְמָה רָב כָּעַס. וְיוֹסִיף דַּעַת יוֹסִיף מַכְאוֹב.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:48 pm#458485
און יעצט צום פותח האשכול.

איך וואלט געוואלט לעבן אין די צייטן פון די ערשטע מענטשן. פארוואס? צוליב אלע סיבות וואס דו גיבסט אויבן. דעמאלטס האט זיך נישט נאר אנטוויקלט טירמענאלידזשי, נאר אלע קאמיוניקאציע מיטלן, די ערשטע ווערטער און אותיות, געשריבנע און גערעדט, האבן זיך דאן אנטוויקלט. און נישט נאר דאס נאר די גאצע מציאות האט זיך דאן אנטוויקלט. ס'הייסט נישט נאר די מישוג פון הויז נאר אויך די עצם הויז זעלבסט. וכן בכל התחומים.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:53 pm#458486
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים? כמיין אינז זעמיר אלע געווען סיי אמאל, און סיי היינט?!

ערנסט גערעד: איך וואלט געוואלט זיין אין די תקופה פון די גאונים. שוין נאכן מסדר זיין די מצות התורה ווי די חכמים האבן מקבל געווען. נאך פארן ווערן איבערגענומען פון אייגענע צרפתישע סברות, און דרויסענדיגע מיסטיקע. און פאר רביה''ק זי''ע: פארן ווערן איבערגענומען פון די פילוספיה הארורה.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:07 pm#458487
כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

ATUB @הוגה ATUB מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:12 pm#458489
עמינדב האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.

מיט רחמים, אן רחמים, דו וואלסט געוואלט ליידן יסורים טאג טעגליך, אויסגעפייניגט און אויסגעהונגערט, צוקוקן מאסן רציחות און רשעות, נאר צו זיין א חלק דערפון?
אדער כאפסטו פשוט נישט אז עס האט שטארק שטארק וויי געטון צו זיין דארט?
אדער האסטו נישט קיין געפילן פון א יומען ביאינג + צער טאלירענס ביזן הימל?

כ'פרעג נישט סארקאסטיש. ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין אזא תאוה צו וועלן זיין אין איינס פון די ערגסטע סיטואטיציעס מעגליך.

דאס איז דער טיפישער רעאקציע פון אלע וואס הערן וואס איך וואלט געוואלט
אבער זיך אביסל מער מסביר זיין איך וואלט געוואלט לעבן אין יענע תקופה מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט איז עס געווען אן ערע מיט שלוה און שפע איי וואלד 'ליוו' וויט איט
ס'איז דאך אבער נישט געווען קיין בא'טעמ'טע תקופה איז טאף ברויך מען עס אננעמען אויף אזא אופן אויך
אין אנדערע ווערטער איך וואלט געוואלט זיין א תר"נ-ס איד וכל אשר יש בה
( אגב איז בכלל נישט אויסגעשלאסן צו זאגן אז דער תקופה איז געפארמט געווארן דייקא צוליב די אומשטענדן וואס כלל ישראל איז דאן אריבער ממילא די גאנצע חן וואס עס טראגט איז דייקא צוליב צרות ודו"ק)
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:18 pm#458490
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

דיין תגובה איז בעיקר שטארק געבויעט אויף ארויסברענגען די מעלות פון היינט קעגן אמאל
אויף דעם בין איך אויך מודה און ווער קריגט זיך בכלל דערין אבער ס'וועט יעדער מודה זיין אז דער אמאל מיט אירע אלע פראבלעמען איז נישט קיין פינטל קעגן די היינטיגע פראבלעמען
און לגבי נאסטאלגיע, קיין צווייפל אז דער גאנצער געדאנק מיינער איז געבויעט אויף נאסטאלגיע די שאלה איז נאר ווי ווייט עס פירט אונז צוריק מיר טראגט עס סך הכל א הונדערטער צוריק אנדערע טויזענט יאר
איז דא עמיצער וואס וויל לעבן און טויזנט יאר ארום?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:22 pm#458491
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:23 pm#458492
און אז מען רעדט שוין, די תקופה פאר די קריג איז שוין געווען גענוג א פארגעשריטענע און אסאך באקוועמליכקייטן וואס מיר האבן היינט איז שוין געווען דאן
גרויסע שטעט האבן שוין געהאט וואסער לייטונג, עלעקטריציטעט, אויטאס, באנען, און וואס נישט
ספעציפיש וועגן עיר קאנדישנס, פון די עלטערע אידן מיט וועם איך האב גערעדט איז פארשטאנדיג אז די וועטערס זענען ווייט נישט געווען אזוי הייס ווי היינט און דאהי
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:25 pm#458493
כרם זית האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.

אויב עפעס איז משמע פארקערט פון גמרא בבא מציעא קז ועיין די באקאנטע רש"ש וואס האט געפירט צום בעלזא התנגדות צו לימוד הרש"ש
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:40 pm#458496
דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).

צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:15 pm#458501
עס איז גאַנץ נאַטירליך אַז מענטשן ראָמאַנטיזירן דעם אַמאָל וואָס זיי קענען נאָר פון דערציילונגען.

איך גלויב ניט אַז בשעת מעשה האָט אימיצער געפילט אַז ער לעבט אַדורך אַ ספּעציעלע תקופה, פּונקט ווי דו פילסט ניט איצט אַז דו לעבסט אין עפּעס אַ ספּעציעלער תקופה.

ווילסט הערן וואָס אַ בן התקופה האָט געטראַכט וועגן יענער צײט? הער ר' יו״ט ערליכס לידל „שוואַרצע וואָלקנס” אין חבלי משיח.

מיר איז עס קיין ספק ניט: פון יענעם אָרט וואו איך און מײן משפחה שטאַמען, איז יענע תקופה געווען פון די ערגסטע צו לעבן.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:23 pm#458502
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

פי כפיו. כאטש כ'וואלט געקענט באשטיין מיטצולעבן פארשידענע תקופות, אינקלאודינג די צווייטע וועלט מלחמה כדברי מנחם, איז דער מיטל-אלטער דער שפיץ. אה, די דארק עידזשעס.

לגבי די סוגיא פון נאסטאלגיע, און אירע לעכער, פרוביר איך אמאל א טראכט-עקספערימענט.

כ'נעם א זאך וואס וועט לכאורה נעלם ווערן אינעם עתיד, און כ'פרוביר צי כ'קען שפירען דעם נאסטאלגישן זיסקייט, אינעם הוה.

אז ס'כאפט דיר אמאל א בענקעניש נאכ'ן פערד און וואגן, לייג זיך אריין אין די עבודה פון דרייוון. אין רביה"ק'ס ו'תש"פ וועט דרייוון שוין זיכער זיין עקסטינקט, אלעס וועט זיין אטאמאטיש, און ס'וועט זיך טון א בענקעניש נאכ'ן דרייוון.

קענסטו יעצט שפירן דעם זיסקייט אין דרייוון?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:41 pm#458504
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).

צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
מ׳ זאגט אז דער רש"ש איז געווען א איידעם ביי די אלמנה ראם די מאמע פון האלמנה והאחים ראם פון דפוס ווילנא
ער איז טאקע געווען א בעה"ב אבער א גאון עולם, זיינע הגהות זענן מאיר עיני הלומדים, אויך געווען א גרויסער מתנגד (פון דאס שטאמט די בעלזע התנגדות)
אגב סאטמארער רבי זצ"ל אין דברי יואל פארענטפערט דעם רש"ש׳ס קשיא
לענין וועלעכער דור געוואלט זיין, איך מיין אז אין די צייטן פון שלמה המלך איז געווען די בעסטע פאר אידן ברוחניות ובגשמיות

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:43 pm#458506
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

@הוגה מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...
ווי איז דער מקור פון דעים ר׳ סעדי׳ גאון?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:30 am#458532
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט מיטהאלטן די "געזונטע יארן" אין סאטמאר, ביים רבי׳ן זצ"ל, תשי׳ס און תש"כ׳ס, די למ"ד יארן האב איך ב"ה מיטגעהאלטן
יעצט וויל איך בלייבן דא ביז די 120 יאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:39 am#458535
פאר עפעס א סבה האב איך בענקשאפט נאך די יארן גלייך פאר ת"ח ות"ט, אבער דאס קען זיין ווייל נאך ת"ח ות"ט האט מען גערעדט מיט נאסטאלגיע אויף יענער יארן, פונקט ווי מ'רעדט היינט אויף די תקופה פאר די קריג.

יעדער תקופה איז באקוועם מיט איר באגריפן, און עס איז שווער צו לעבן מיט אנדערע. אין די יארן גלייך נאך די קריג, האט יעדער עמך איד געטראכט פון בויען, אויפטון און עפעס אוועק שטעלן. דאס קען זיין ווייל די זעלבע נאטור האט געהאלפן אט די סארט מענטשן איבערלעבן די קריג, אדער ווייל די תוקפה האט עס געפאדערט, איך ווייס נישט. למעשה האבן זיי געלעבט מיט א תחושה אז וואס מ'טוט איז געטון. נישט ווי היינט ווי אלס גייט בעצלתיים. אפשר וואלט איך צוליעב דעם געוואלט לעבן אין די י' יארן. אז סאטמאר האט דעמאלס געבליט איז מיר נישט אזוי אינטרעסאנט, אנטשולדיגט.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:45 am#458540
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר עפעס א סבה האב איך בענקשאפט נאך די יארן גלייך פאר ת"ח ות"ט, אבער דאס קען זיין ווייל נאך ת"ח ות"ט האט מען גערעדט מיט נאסטאלגיע אויף יענער יארן, פונקט ווי מ'רעדט היינט אויף די תקופה פאר די קריג.

יעדער תקופה איז באקוועם מיט איר באגריפן, און עס איז שווער צו לעבן מיט אנדערע. אין די יארן גלייך נאך די קריג, האט יעדער עמך איד געטראכט פון בויען, אויפטון און עפעס אוועק שטעלן. דאס קען זיין ווייל די זעלבע נאטור האט געהאלפן אט די סארט מענטשן איבערלעבן די קריג, אדער ווייל די תוקפה האט עס געפאדערט, איך ווייס נישט. למעשה האבן זיי געלעבט מיט א תחושה אז וואס מ'טוט איז געטון. נישט ווי היינט ווי אלס גייט בעצלתיים. אפשר וואלט איך צוליעב דעם געוואלט לעבן אין די י' יארן. אז סאטמאר האט דעמאלס געבליט איז מיר נישט אזוי אינטרעסאנט, אנטשולדיגט.
סאטמאר האט געבליט? איך ווייס נישט דערפון, נישט וועגין דעם וויל איך, אלס סאטמארער וואלט איך געוואלט מיטהאלטן די עבודה פון מיין רבי׳ן
אוודאי אינטערסירט דיך נישט, פונקט ווי מיר אינטעסירט נישט לעיקוואד, פאנעוויזש וכדומה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:22 pm#458553
איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.

---

אויב דארף איך גיין צום עבר, וויל איך גיין צו איין פלאץ, אטענס 2,400 יאר צוריק. א זעלטענע שפע פון חכמה איז ארויסגעקומען פון אזא קליינע פלאץ אין אזא קליינע תקופה. מיטהאלטן א דיאלאג אונטער די פרייע הימל, הערן טעאריעס וואס ווערן געמאכט לעבעדיג און וועלן האלטן פאר טויזנטע יארן. אה! גם זה הבל.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:38 pm#458554
מיר אינטרעסירט אויך נישט פאנאוויעז אדער לעיקוואד, אין סיי וועלכע תקופה.
איך וואלט אבער געוואלט זען דער בעל התניא זאגן א מאמר, אע"ג אז איך בין נישט קיין חסיד. איך וואלט געוואלט מיטהאלטן א שיעור פון דער אריז"ל מיט זיין תלמידים, אע"ג אז איך בין נישט קיין מקובל.

אבער א תקופה צו לעבן זעט מיר אויס פאר ת"ח ות"ט א גאלדענע. ווען אשכנז האט געבליט און די מאכט איז געווען אין די הענט פון אזעלכע ווי דער סמ"ע און דער רבי ר' הערשל ועוד.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:44 pm#458555
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.
די אפטימיזם איז אויך אז מ׳נעמט אן אז דאס גרויסע פילטער איז אינעם עבר ווי איידער אינעם (עכ״פ נאנטן) צוקונפט.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:57 pm#458558
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אז משיח וועט צו אידן קומען,
וועט דער יצר הרע פון אלעמען ווערן צוגענומען.

און יראת שמים וועט זיך גיסן, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט זיין, פול מיט ישיבות,
גרויסע מרכזים, און קלענערע סביבות.

און תורה וועט זאך לערנען גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע לומדים זיין

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אלע ישיבות וועלן זיין, מוסר שטיבלאך,
און מוסר וועט זיך לערנען, ווארעם און ליבלאך.

און בעלי מוסר וועלן זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט לעבן, מיט בטחון אן השתדלות,
מען וועט זיך מער נישט בוקן צו די האמער מיט די קאבאדלעס.

און געטלעכקייט וועט דאך זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס אין גיכן דערלעבן.

עס וועט דאך זיין, זיס און פיין,
און מיר וועלן אלע גליקלעך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

(קרעדיט: נאוואהרדאק)
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:01 pm#458559
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:04 pm#458560
מנחם ציון האט געשריבן:
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)

ווילסט זאגן אז 'לדעת את ה' איז א סתירה צו מוסר?

עכ"פ, דא זעט מען אז אין נאוואהרדאק האט מען אויך געהאלטן ענליך צו דער רמב"ם
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:06 pm#458561
יעמאָלט ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן וועט מען ערשט ביינקען נאָך די גלות טעג. יעמאָלט וועט ערשט פאַרדריסן פאַרוואָס מ'האָט ניט געטאָן אין עבודה. מען וועט ערשט דערהערן דעם גרויסן ווייטאָג פון העדר העבודה. איצטער אין די ימי הגלות, איז די ימי העבודה צו מכין זײן זיך צו ביאת המשיח במהרה בימינו אמן.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:33 pm#458565
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)

ווילסט זאגן אז 'לדעת את ה' איז א סתירה צו מוסר?

עכ"פ, דא זעט מען אז אין נאוואהרדאק האט מען אויך געהאלטן ענליך צו דער רמב"ם

ניין איך האב געוואלט זאגן אז
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:55 pm#458570
אין מיין פריערדיגן לעבן בין איך געווען טובי' דער מילכיגער. נישט טאפאל נאר דער היימישער מיטן ווייסן בארד פונעם אידישן מאווי. און איך וואלט עניטיים צוריקגעגאנגען אהין.
דער מאווי האט מיר גאנץ גוט אראפגעשפילט, זיי האבן אבער ארויסגעלאזט די חלק אז איך בין געווען א דבקותדיגער חבדסקער וואס האט געהאקט אייז פארן זינגען די ד' בבות.
די צער גידול בנים איז קיין מילך מיט האניג נישט געווען אבער יעצט קוקנדיג צוריק האב איך הנאה פון זיי. ווי מזאגט ביינונז בדיעבד איז עס לכתחלה גוט געווען.