Under maintenance
הויפט זייט » קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?

קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14179
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:31 pm#458510
קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?
אין ליכט פונעם תגובה פון כ"ק מרן ATUB @רביה"ק זי"ע ATUB און אנדערע אין דעם אשכול וואס כ'האב פריער באמערקט, וואלט איך געוואלט עפענען אן אשכול אויסצושמועסן א שאלה וואס איז שוין מעגליך ערגעצוואו דא מבואר געווארן.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?


כ'וויל עפעס פארשטיין; וואס איז א נפקא מינה ווער עס איז געווען א דור פריער (און ער הייסט א ראשון) און אפאר דורות שפעטער (און ער הייסט אן אחרון) אז איינער זאל נישט מעגן פרעגן אדער קריגן אויף א ראשון? פארוואס ווייסן מיר אז ווען איינער איז מפקפק אויף א ווארט פון א ראשון צריכים לבדוק אחריו. פארוואס מעג א כולל יונגערמאן נישט חולק זיין מיט א ראשון?

דער ראשון איז געווען הייליגער? אקעי, און?

א ת"ח מובהק מעג קריגן מיט ר' מלכיאל קאטלער? לכאורה יא. און מיט'ן חזון איש? אפשר. און מיט'ן ריטב"א? חלילה.

ממה נפשך, איז דער נקודה די עלטער (די מספר השנים), הייסט, דעמאלט אפילו דער יונגערער זאגט דברים של טעם הארכט מען נישט וואס ער זאגט און שרייבט וויבאלד ער קריגט אדער האלט אנדערש פון איינער וואס איז עלטער פון אים?

און אויב דער נקודה איז די חכמה, דאן וואס א חילוק ראשון אדער אחרון, תנא אדער אמורא? זאגט ער א דבר חכמה? קבל את האמת ממי שאומרו!

און דעם איז נכלל נאך א נקודה; ווען דער ט"ז און מג"א קריגן זיך, נעמט מען געווענליך אן ווי איינע פון די צוויי, און אז איך קום אריין מיט א זאכליכע הכרעה'דיגער פסק הלכה, פארוואס זאל מען אין די גאנצע וועלט נישט אננעמען מיין פסק הלכה?...

[במאמר המוסגר, מעג הרב פרידמאן פון גאלאנטא שרייבן אדער פסקנ'ען אנדערש פונעם רמ"א? --ביסט משוגע געווארן? איין מינוט, פארוואס נישט? וואס זענען די כללים לויט וועלכע מען איז מחליט יא אדער ניין? און בכלל, פארוואס האט דער כלל 'ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א' א קראפט? וואס איז דער עומק הענין?
און אז מ'לאזט זיך שוין יא אריין אין א שמועס איז אזוי, היינט קומען דאך ארויס הערליכע ליקוט ספרים אויף הלכה, און עס איז קיין ספק נישט, אז היינט האט יעדער יונגערמאן מער צוטריט צו אינפארמאציע וואס רבותינו הראשונים והאחרונים אשר מפיהם ומפי כתבם אנו חיים האבן נישט געהאט. אויב אזוי, אפשר מאכט מען אז פון היינט און ווייטער זאל מען איינפירן אין אלע ישיבות אז אנשטאט מחבר און רמ"א זאל מען לערנען טור און פסקי תשובות? (אפשר בית יוסף אויך, צו פארשטיין בעסער דעם פסקי תשובות...)].

כ'בין זיכער אז כ'פרעג א פשוט'ע שאלה, און ווער עס קען ענטפערן תבוא עליו ברכתי ברכת הדיוט.

כ'בין זייער צעמישט.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:15 am#458515
ר' יצחק לאווי אין זיין מייסטער סעריע "ירידות הדורות" וועלכע איז געלאפן אין דער וועקער בארירט שטארק דער נושא עס איז ווערד צו כאפן א בליק (צופעליג פונקט דעם שבת איבערגעליינט)
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:06 am#458521
Re: קענען אחרונים קריגן אויף ראשונים?
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:24 am#458524
איך געדענק ס'איז א בפירוש'ע רמ"א אנפאנג חושן משפט אז מ'מעג מחולק זיין אויף ראשונים.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:33 am#458527
שמעון וואלף האט געשריבן:איך געדענק ס'איז א בפירוש'ע רמ"א אנפאנג חושן משפט אז מ'מעג מחולק זיין אויף ראשונים.

מסתם מיינסטו דאס m https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... %A3_%D7%90 m

הגה: מיהו י"א דאם נראה לדיין ולבני דורו מכח ראיות מוכרחות שאין הדין כמו שהוזכר בפוסקים יכול לחלוק עליו מאחר שאינו נזכר בגמרא (טור בשם הרא"ש)
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 7:59 am#458533
עס איז נישט דא קיין כלל אדער חק אז איינער טאר זיך נישט דינגן אויף די צווייטע. נאר געווענדליך איז עס אזוי, אז די שפעטערע דורות בויען זייער תורה אויף פריערדיגע, יעדער איינער לויט זיין דרגה. עס איז דא מענטשן וואס יעדער פסק פון הרב שמואל וואזנער איז זיי מחייב, און עס איז דא אזעלכע וואס געבן די פאזיציע נאר ביז צום חת"ס מיט רעק"א. עס ווענד זיך אויף די מהלך הלימוד פון דער מענטש.

איך האב שוין ערגעץ געשריבן. 'הגיע להוראה' איז די טייטש, א מענטש וואס ענדיגט א סוגיא מיט א מסקנא וויאזוי די הלכה דארף זיין, און ער איז רואיג מיט זיין מסקנא אויף אן אמת (נישט ווייל ער איז א קל און עס גייט אים נישט אן די אמת, נאר פון אן ערנסטקייט), און געווענדליך טוישט ער נישט זיין מיינונג אויף מארגן. ער איז אנגעקומן צו א שטאפל אז זיין מסקנות בלייבן געווענדליך ביי אים.

אזא איינער קען פסקנ'ן וויאזוי ער פארשטייט. טאמער ער קומט אן צו די שטאפל דורך לערנן בלויז גמרא (א זאך וואס איז מיר כמעט אוממעגליך אנצונעמן אין היינטיגע דורות), איז ער טאקע נישט משועבד צו די ראשונים. טאמער ער דארף די ראשונים, איז ער משועבד דערצו. וכן הלאה צו די אחרונים. עס איז אייביג דא גרויסע וואס לערנן אויף אן אופן אז זיי פארמעסטן זיך מיט פריערדיגע, א שטייגער ווי הרב משה פיינשטיין וואס רעדט פאניע בראט מיט דער ב"ח און דער מג"א. אוודאי האט ער געהאט גרויס דרך ארץ פאר זיי, אבער אין די הלכה האט ער גערעדט מיט זיי ווי א חבר. אויף די ראשונים האט ער נישט אזוי געטון. ווידער דער ש"ך האט אזוי געטון צו די ראשונים אויך. יעדער לויט זיין שטאפל.

און אזוי אויך איז עס נישט סימפל. ווען אלע ראשונים זאגן עפעס, וועט דער ש"ך זיך נישט דינגן. ווען עס איז דא א מחלוקת, וועט ער מכריח זיין איין צד מיט ראיות פון די גמרא. אבער די מהלך הראשונים האט א שטארקן געוויכט ביי אים אויך.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:48 am#458536
ס'איז א שאד זאלסט זוכן א "לאגישע" ענטפער דערויף.. ס'איז נישטא...
"הלכה כבתראי" איז א לאגישע סברא (זיי האבן געזעהן אלע זייטן), אלעס אנדערש איז געפיל.

די תשובה אויף דיין שאלה איז בערך די זעלבע ווי אויף די פאקט אז טויזנטער אידן גייען אריין מיט קוויטלעך צו מענטשן וואס פארמאגן גארנישט מער ווי איך און דו...
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:08 am#458537
אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:05 am#458541
איך מיין די גדר איז אויב "נתפשטה בכלל ישראל" אדער נישט
דאס קען האבן א דין וואו א נדר וכו'

און דאס איז די כח פין תלמוד
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 5:35 pm#458567
שמעון וואלף האט געשריבן:איך געדענק ס'איז א בפירוש'ע רמ"א אנפאנג חושן משפט אז מ'מעג מחולק זיין אויף ראשונים.


אין ממונות איז טאקע אזוי.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:52 pm#458577
א גרויסע יישר כח ATUB @לבי ובשרי ATUB פארן עפענען אזא אינפערמאטיווע אשכול. ירבוי כמותך וכמו אשכולתך בקאווע שטיבל!
יעצט מיינע צוויי צענט אויפן ענין:

א] דער מהר''ל אנהייב פונעם בארות רעדט ארים מיט אן אריכות אז עס איז נעריש און נישט תורה'דיג צו זאגן אז היינט'יגע ווייסן בעסער ווי אמאל, ע''ש (נישט ווייל איך בין פויל, נאר איך געדענק נישט די גאנצע אריכות).

ב] אבער מען טרעפט יא געציילטע שפעטערדיגע וועלכע האבן זיך געקריגט מיט פריערדיגע, ווי רב וואס איז תנא ופליג.

ג] אויסער די שאלה צי א שפעטערדיגע ''קען'' זיך קריגן מכח ההלכה, דארף מען וויסן צו ער קען זיך קריגן מכח לאגיג. כמיין פארוואס זאלסטו וויסן מער ווי א ראשון וועלכע איז געווען מער אידישלעך און ת''ח ווי רוב גרויסע היינט. ממילא אפילו וואלסט ווען ''געקענט'' קריגן וואלסטו אבער נישט אויפגעקומען מיט בעסערע סברות און ראיות ווי דער פריערדיגער. איז פארוואס זאל זיין נראין דבריך יותר מדבריו?

ג] ר''ח וואלאזשין זצ''ל האט מקבל געווען פון די גר''א נישט נושא פנים זיין בהלכה פאר קיינעם פון די ראשונים ביזן רא''ש. האט ר''ח אבער געזאגט אז דאס איז נאר ווען די ראשונים שרייבן ראיות, קען ער זיך קריגן מכח סברא. אבער ווען א ראשון שרייבט ''לבי אומר לי'' קען ער זיך נישט קריגן ''ווייל די הארץ פון א ראשון האב איך נישט''. איז דאס קען זיין א סיבה פארוואס אין סענסעטיווע אידישקייט ענינים, וועלכע פאדערן א אידישע געפיל, האט מען זיך נישט אוועגעריט פון די פריערדיגע.

(ומענין לענין איז טאקע דא די פלאץ אויסצודריקן מיין מחאה אויף ר' דוד ליכטנשטיין וועלכע האט, אין זיין שאו לעצטע וואך איבער הארבע ענינים מדיני יוחסים, זיך אויסגעדריקט אז ''לבי אומר לי'' נישט ווי די שיטה פון איינער פון די גדולי בעלי הוראה. כ'מיין,ברענגט נישט אריין דיין הערצעלע אין הלכה. וכדי בזיון וצחוק.)

דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:11 am#458593
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט


דרך ארץ איז "געפיל" נישט לאגיק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:14 am#458594
כרם זית האט געשריבן:
וועלכע איז געווען מער אידישלעך און ת''ח ווי רוב גרויסע היינט.



[/size]


פון ווי נעמסטו דאס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:06 am#458596
ליב צו וויסן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט


דרך ארץ איז "געפיל" נישט לאגיק.

עס איז ראטזאם צו ליינן ביז'ן סוף, ווי איך בין מסביר די שכל דערפון
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:32 am#458603
פאר אלעם, א דאנק פאר די טיטלען. :oops:

צום נושא: איך ווייס נישט פארוואס מ'דינגט זיך נישט מיט ראשונים, די סיבה פארוואס איך דינג זיך נישט מיט ראשונים איז ווייל איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס, מ'קען טרעפן היתרים אן זיך פארפלאנטערן מיט דעם טאבו, והאשכול ההוא תוכיח. באמת דינג איך זיך כמעט נישט מיט קיינעם, אפילו ווען דו זאלסט זאגן א סברא וועל איך עס אננעמען. וואס יא, איך קען ברענגען ראיות אז דיין סברא אדער פסק הלכה איז נישט אמת, איך קוק עס אבער נישט אן ווי זיך "געדינגען". אויב זעה איך קלאר אין גמרא אז דיין פסק הלכה איז נישט אמת איז פארקערט, דו ביזט דער וואס דינגט זיך מיט די גמרא, און אויב דו האסט רעכט זיך צו דינגען מיט די גמרא איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס איך זאל מיך נישט מעגן דינגען מיט דיר.

נאכדעם איז דא א צווייטע פראגע, צו די ראשונים האבן זיך געקענט דינגען מיט די גמרא, און דער ענטפער איז אז יא. איין פאל וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן געדאנק איז די מצוה פון קריאת שמע, די גמרא זאגט אז קריאת שמע איז א דרבנן, און (כמעט) אלע ראשונים דינגען זיך און זאגן אז ס'איז א דאורייתא, און זיי ברענגען זיך ראיות פון משניות און ברייתות. כאטש וואס מ'קען די ראיות פארענטפערן זעהט מען אבער אזויפיל אז די ראשונים האבן געהאלטן אז זיי מעגן זיך דינגען מיט די גמרא. לויט דעם איז שווער, אויב די ראשונים האבן זיך געמעגט דינגען מיט די גמרא פארוואס טארן אונז זיך נישט דינגען מיט זיי? איין תירוץ קען מען ענטפערן אז מ'מעג זיך טאקע יא דינגען... אדער וועט מען מוזן זאגן ווי איך האב געזאגט אז זיך דינגען מכח ראיות הייסט זיך נישט געדינגען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:33 am#458606
לדעתי וואלט איך געזאגט אז דער נישט קריגן מיט ראשונים קומט גרינגער מאכן. פארוואס?

די ראשונים כדי זיך צו פארלאזן אויף א גמרא האבן געמוזט קענען ש"ס כדי צו וויסן אױב איז נישט דא קיין סתירה צו דער הלכה פין ערגעץ אנדערש, און אויב איז דא א סתירה, עס מיישב זיין, און לויט דעם פסק'נען.

פאר אונז היינט איז אסאך גרינגער, מען דארף נישט געדענקן ש"ס מען דארף נישט געדענקן אפילו גאנץ שולחן ערוך, קוק נאך די הלכה, און די קענסט דיך פארלאזן אז די ראשונים האבן שוין אדורך געטוהן, און געזאגט אז אזוי איז די הלכה.

טאמער איינער קען ש"ס, און ער האלט אז אין א געוויסע פלאץ האבן די ראשונים נישט גוט מכוון געוועהן, אדער אז ער האט א בעסערע תירוץ, אדרבה, און אחרונים זענען פיל דערמיט.

לאידך גיסא, דער ריבוי התורה וואס איז צוגעקומען פין די תורת הראשונים, האט געטוישט דער דרך הלימוד דראסטיש, און כמעט וואס אונז קענען נישט ש"ס, נאר געוויסע חלקים, און ממילא גיבט עס כמעט נישט קיין אויטאריטעט צו קענען מחולק זיין בדרך קבוע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:16 pm#458658
ליב צו וויסן האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:
וועלכע איז געווען מער אידישלעך און ת''ח ווי רוב גרויסע היינט.





פון ווי נעמסטו דאס?


איך נעם עס נישט פון ערגעץ. איך זאג נאר אז אויב עס איז אזוי די פאקט דאן איז נישט שכל'דיג זיך צו קריגן מיט פריערדיגע. אדרבה, אז דו קענסט איינער פון היינטיגן דור וואס איז מער פון דער רשב''א, דאן געב אים א קוויטל בשליחותי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:03 pm#458663
מיט וואס איז דער רשב"א גרעסער פין רח"ק?
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:16 am#458666
אישתישבי האט געשריבן:מיט וואס איז דער רשב"א גרעסער פין רח"ק?


גערעכט, איך האב טאקע געשיקט א קוויטל דורך קיפת העיר.