Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 38 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14190
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:15 am#458675
ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:50 am#458676
מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 8:32 am#458679
"מאנכע" קען אמאל גענוצט ווערן מיט א נעגאטיווער קאנאטאציע, ווי צו זאגן "געוויסע בעלי בלי שם". אבער נישט אייביג.

"עקסטער" איז באזונדער.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:00 am#458680
אפיר = ארויס. אבער נאר אין די קאנטעקסט פון ארויסברענגן אן אביעקט. אין אלטע הגדות של פסח שטייט "צפון, מען ברענגט אפיר דעם באהאלטענע אפיקומן".
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:21 am#458682
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
אפיר קען אויך אויסגעטייטשט ווערן אלס accountable, "איך וועל עם אפיר האלטן"....
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:10 pm#458702
ניטאמאל איז "אפילו נישט". קענסט מיר געבן אפאר דאלער? ניטאמאל א גראשן.
מאנכע פארשטיי איך ווי די לשון רבים פון יעניגער.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:20 pm#458704
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:32 pm#458705
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:14 pm#458706
חתן בחור האט געשריבן:מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:17 pm#458707
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:36 pm#458724
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.

ליטוואק: אויב מ'ווילל דוקא פילאזאפירן קענמען זאגן אז דאס ווארט ...,אנט-ציקט"... באשטייט פון 2 סילאבלען. ממילא קומט עס מיט א טי"ת פאר די צד"י (ק)...!
נאר איך האב בילכערע (א ווארט וואס דוראק וועט זיכער וויסן דעם באדייט) דאגות ווי מ'ווערט אנטציקט מיט א טי"ת פאר'ן צדי"ק אדער ניט...!
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:02 am#458726
מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:08 am#458737
Billy האט געשריבן:מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.

נאך א פשט
זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:45 pm#458779
ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm#458854
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:38 pm#458855
דוראק האט געשריבן:דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער?!? :טראכט וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:41 pm#458856
מנחם ציון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:44 pm#458861
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative

דערפאר האב איך געקוואוט דער פשט פון @רביה"ק זי"ע
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:56 pm#458863
קא משמע לן האט געשריבן:ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.


ניטאמאל = not even, זו ואין צריך לומר זו

Neither nor = לא זו אף זו
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:45 pm#458883
חתן בחור האט געשריבן:
די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

סוּמאַטוּכע כּצ"ל (פון רוסיש: суматоха, זעה דא l viewtopic.php?f=7&t=13786 l )

עס מיינט שערוריה\סקאַנדאַל\טומל\בהלה\מהומה
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:21 pm#458895
סקוטשנע ?
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:31 pm#458930
לאַנגװייליג - משעמם - boring
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:27 pm#458939
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:32 pm#458940
חתן בחור האט געשריבן:ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

פאר א סיבה עפעס אזוי
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:41 pm#458942
חתן בחור האט געשריבן:ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

נעמליך

namely
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:54 pm#458943
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

נעמליך

namely

וואס איז די כלל טאקע? יעדע דויטשע ווארט ווערט אטאמאטיש יודיש?
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:58 pm#458944
אידיש איז א דייטשע דיאלעקט, ס'איז אזויווי דו זאלסטו פרעגן צו יעדע ווארט אין אמעריקאנע ענגליש ווערט אויטאמאטיש בריטישע ענגליש (עה, נישט ממש, אבער דו כאפסט די פוינט).
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:20 pm#459334
עמינדב האט געשריבן:סקוטשנע ?

א שפראך קענער האט מיר געשיקט: סקוטשנע הייסט טאקע בארינג, אבער ס'איז אן אומעטיקער בארינגנעס ווען ס'איז ביטער אויפן הארצן.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:05 pm#459367
ואפשר יש לפרש אז דאס ווארט ..."'ס'קוטשנע...מיינט אז ..."ס'איז קוטשנע, דערקוטשענד. נעגגינג...! ס'מאכט קאלעמוטנע אויפ'ן הארצן...!
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:11 pm#459683
ענדערש - בילכער/גלײכער/בעסער/גיכער
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:19 pm#459685
פאליטיקאנט האט געשריבן:אפיר קען אויך אויסגעטייטשט ווערן אלס accountable, "איך וועל עם אפיר האלטן"....

פאליטיקאנט: בעצם ביסטו גערעכט. אבער דאס ווארט ..."אפיהר"... אליין מיינט נאכנישט ..."עקאונטעבל"...!

נאר מ'קען לערנען פשט אזוי..."To hold it before him"...!

אויך. דאס איז דער חילוק פון...Transliterate. Or Translate...!
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:26 pm#459686
דוראק האט געשריבן:דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???

דוראק: דיין אויסשפראך איז (כפי הנראה) פון א רוסישן אפשטאם. משא"כ רוב מנין ורוב בנין פון די באנוצערס אויף קאווע שטיבל זענען פון א...פויליש/גאליציאנער/רומעניש/אונגארישן אפשטאם...!

איך האב געליינט גענוג חב"ד'סקער שריפטן צו וויסן אז דאס איז געווען די אויסשפראך פון די חב"ד'סקער מנהיגים און אנדערע תלמידי חכמים...!