Under maintenance
הויפט זייט » נייע אויסגאבע: אותיות

נייע אויסגאבע: אותיות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14198
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:12 am#458964
נייע אויסגאבע: אותיות
א נייע אידישע מאגאזין "אותיות", איז ערווארטעט צו ערשיינען אויף די שוין-אזוי-אויך-אנגעפילטע פאליצעס פון אידישע אויסגאבעס למיניהם.

ס'קומט ארויס אויף דעם יו"ט סוכות הבעל"ט.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 12:12 pm#458965
השגחה?
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:35 pm#458968
גראדע געפעלט מיר שטארק דעם קלאסישן דעקל. אבי נישט די סענזאציע קעפלעך מיט די גרויסע נאזלעכער בילדער.
גיימער עס קויפן. אויב איז עס אינעווייניג אויך אויף דעם שניט איז עס יקר המציאות.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:47 pm#458979
וואסיז דער חידוש וואס ער שטעלט צו?
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:27 pm#458986
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:גראדע געפעלט מיר שטארק דעם קלאסישן דעקל. אבי נישט די סענזאציע קעפלעך מיט די גרויסע נאזלעכער בילדער.

צופרידן אז ס'דא נאך איינער וואס עקלט זיך פון דעם. א גרויל אימפארטירט גראד פון די אוממענטשליכע וועלט.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:36 pm#458987
גרעפיקסער האט געשריבן:וואסיז דער חידוש וואס ער שטעלט צו?


סודות פונעם אתרוג פעלד און זכרונות פון הרה״ק מסאטמאר זצ״ל. דארפסט נאך?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:08 am#458997
מי זה ר' זלמן גלויבער דער שניצער? ער איז שוין אמאל געווען באשריבן?

וועלכע ארטיקל איז וויסנשאפט? און וואו זענען די פאעמעס און געזאנג?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:42 am#459009
זלמן גלויבער איז אן ארטיסט פון וויליאמסבורג, וועלכער איז א חידוש פאר א חסידישער אינגערמאן, ער איז א מומחה אין ערצייגן סקולפטורן און אנדערע קונסט וואס מ'זעט זעלטן ביים חסידישן עולם
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:23 pm#459275
עני אפדעיטס?
איך הער אז עס פארט ארום א סעמפל, איינער קען עס אפשר אהערשטעלן ?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:14 pm#459288
זלמן גלויבערס אינסטעגראם, מומלץ:
m https://instagram.com/zglauber m

אויף אייוועלט זע איך די אויסגאבע איז צוזאמגעשטעלט דורך יואל יונגערייז, א זון פון די מעלות ארויסגעבער. ער פלאנט עס פאר יעדן יאר פערטל. היינט איז עס שוין געווען אין די געשעפטען.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 7:54 am#459310
עמעזאן האט געשריבן:איך הער אז עס פארט ארום א סעמפל, איינער קען עס אפשר אהערשטעלן ?

צו גרויס ארויפצולייגן דא, אבער איינער האט שוין געשטעלט א גוגל דרייוו לינק
m https://drive.google.com/file/d/1ttsLRP ... sp=sharing m

ארץ חמדה האט געשריבן:וועלכע ארטיקל איז וויסנשאפט? און וואו זענען די פאעמעס און געזאנג?

נישט אלעס שטייט אויפן דעקל. קוק די סעמפל.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:36 am#459313
טיכטיגער האט געשריבן:זלמן גלויבער איז אן ארטיסט פון וויליאמסבורג, וועלכער איז א חידוש פאר א חסידישער אינגערמאן, ער איז א מומחה אין ערצייגן סקולפטורן און אנדערע קונסט וואס מ'זעט זעלטן ביים חסידישן עולם

ער איז א ברידער מיט פנחס גלויבער?
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:40 am#459318
אויב ר' יואלי יונגרייז איז טאקע אונטער דעם קומט זיכער מער חידושים ווי סודות פון פעלד און סאטמארער רב.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:40 pm#459322
פארוואס האלטסטו אזוי איך ציטער טאמער עס איז נאך א מעלות סטייל אויסגאבע
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:09 pm#459328
וואס ציטערסטו, אז ס'נישט דיין סטייל קויף עס נישט.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:29 pm#459337
ווייל אז איינער נעמט שוין די מי צו עפענען א נייע אויסגאבע הייבט זיך אן ביי מיר א שטיקל שמחה אז מ'וועט שוין האבן עפעס פריש נארמאל צי ליינען און אז איך וועל עס ליינען און זען אז עס איז נאך עפעס א נארישע אויסגאבע ווי די מעלות אוצרות אד"ג וואס באשרייבט ווי די רבי זי"ע האט געהאט אן אתרוג פון מאראקא תש"ד און די שווערסטע צייטן וועל איך שעלטען אינמיטן יו"ט פארשטאנען?
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:58 pm#459345
איז דא צוויי עצות.
אחת, שעלט פאר יו"ט על תנאי.
והשנית האלט די ערווארטונגען נידריג. מעגסט לערנען פון עקספיריענס.