Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען

קאווע שטיבל • גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14210
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:58 pm#459354
גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען
עס ווערט באריכטעט אז די שטאט ראט אין בית שמש האט גע'וואט אז די גאסן וואס הייסען נאך פרויען זאל מען מאכן די ערשטע נעמען גאר קליין , אז די חרדישע אידן וואס האבן נישט ליב ערשטע פרויען נעמען זאלן נישט ווערן געטריגערט.

m https://www.jpost.com/israel-news/beit- ... gns-643331 m ?

מחיל אל חיל
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:02 pm#459355
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:35 pm#459359
Re: גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען
און דאס איז שוין מיט'ן "אנטיסעמיטישן" מעיאר (דאכט זיך מיר בלאך, ניין?)?
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:39 pm#459377
און דא ביי אונז איז דער שטן לא עלינו מרקד, און מען האט היימישע חתונה זאלען אויף די ערשטע נעמען פין פרויען. א בושה און א חרפה. און די גמרא זאגט שוין כל האומר רחב רחב געשעהט געפערלעך.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:55 pm#459380
Re: גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען
די גמרא פרעגט שוין וויאזוי קען איך זאגן רחב שתי פעמים און גארנישט געשעט (כ'ווייס נישט צו זיי האבן עס געטרייעט)?
ענטפערט די גמרא אז נאר ווער ס'האט זי געקענט....

מוז מען זאגן אז די וואס האבן פראבלעמען מיט שמות נקבים, קענען זיי פערזענליך......
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:48 am#459391
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיי זענען אין גוטע קאמפאני.

אז אזא שוואכע און אומקלארע חיתוך הדיבור זאל פאסיג זיין פאר אזא סארט פאפ ווידעאו איז מאדנע. אפשר איז עס קיהל?? גאט זאל באהיטן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:15 am#459396
דער מאדנע זאך אז דער מנהג פין נישט רופען א פרוי ביים ערשטע נאמען, האט נישט מיט אידישקייט גארנישט, האט נישט קיין מקור אין חז"ל, און איז סתם צוגעלייגט געווארען צו חריידיזים אין די לעצטע פערציג יאר, ווייל עפעס א פארקאקטע משוגענער איז אזוי איינגעפאלן, און אלע רבנים טאנצען מיט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:07 pm#459416
נאך וואס איך זעה די אשכול, הייב איך אן טראכטען אז יש דברים בגו, זעהט אויס אז ס'דא מענטשן וואס די נאמען אין רעגולער סייז קען זיי ברענגן צו א ערנסטע הרהורים ר"ל. און אדרבה, ס'זייער עפרישיעטעד די שווערע ארבעט פון די רבנים/עסקנים צו בויען א שפיטאל נעבען די איינגעפאלענע בריק צו היילען די מענטשען וואס פאלן אריין...
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:20 pm#459418
יא! די נאמען חולדה הנביאה מאכט מיך הייס...
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 9:27 pm#459429
נישט גאלדא מאיר?
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 6:57 pm#459594
קען זיין אז און ארץ ישראל איז מען חושש אויף זייער ווייטע חששות, א שטייגער ווי מען וועט זיך אנשטעקען פון די אישפיזין [זיי גייען דאך פון איין סוכה צו די צווייטע]

אבער מיר איז אינטערסאנט פארוואס זיי טוען דאס, קודם זאלען זיי קליין מאכען די פרויען, און דערנאך די נעמען.