Under maintenance
הויפט זייט » בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון

בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14211
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:41 am#459388
בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון
דעם קומענדיגער דינסטיג פ' חיי, ט''ז מרחשוון תשפ''א, וועט געפייערט ווערן די בר-מצוה פונעם בן יחיד פון יגאל עמיר דער וואס האט אפציעל צוגעברענגט די טויט פונעם לינקער ראש ממשלה אין ישראל - יצחק רבין - גענוי 25 יאר בעפאר.
דער בר מצוה וועט זיין אין יענע וואך ווען ס'קומט פאָר די אפדענק ווען רבין איז געשאסן געווארן - לויט'ן ענגלישער קאלענדער.

ינון אליהו שלום עמיר וואס איז געבוירן 12 יאר גענוי נאכ'ן אטענטאט, (דורך א קאמפליצירטע וועג פון קידושין און שפעטער הזרעה מלאכותית,) ווערט אט אט א גדול!

ס'טוט זיך יעצט דערוועגן, צו יגאל עמיר וועט זיך קענען משתתף זיין ביים סעודה, אדער וועט עס זיין אינעם טורמע - אויב ער וועט נאכנישט זיין באפרייעט פריער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:33 am#459389
11285250_11297745_rumble_490X0.jpg
יגאל עמיר נאך יארן אין טורמע
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:35 am#459390
ינון אליהו שלום עמיר - ער קען שוין די מלאכה...
67716433_881624305527293_5485193782733307904_o - Copy.jpg
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 9:51 pm#459430
לדעתי אלץ א רעכטער, איז דאס א קנאקעדיגע ניצחון קעגן די לינקע בפרט, ווען זיי האבן יעדע שטאפל פראבירט צו שטערן, און ס'איז א קלארע סייעתא דשמיא אז ער האט עס אדורכגעמאכט ביז היינט.
סיי דאס טרעפן א שידוך, און די קידושין ע''י שליח, און דאס גורם זיין צו האבן א קינד געזונט און שטארק, און דערלעבן ביז אהער צו מיטהאלטן ווי ער וואקסט ערליך און געטריי, ווי זיין שטרעבן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:57 pm#459432
איך זעה נישט וואו נאציאליסטישע שיטות, ווצב"ש אז דו ביזט א רעכטער קומט אריין דא אין בילד.

א רוצח אז חייב מיתה (פארשטייט זיך מיט עדים און התראה) עפ"י דין תורה. עמיר איז א מערדער, נישט קיין נפקותא וועם ער האט דערשאסן און וואס זיינע מאטיוון זענען געווען.

איך זעה נישט דיין ניצחון און דיין פרייד פאר דעם מערדער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:16 pm#459434
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך זעה נישט וואו נאציאליסטישע שיטות, ווצב"ש אז דו ביזט א רעכטער קומט אריין דא אין בילד.

א רוצח אז חייב מיתה (פארשטייט זיך מיט עדים און התראה) עפ"י דין תורה. עמיר איז א מערדער, נישט קיין נפקותא וועם ער האט דערשאסן און וואס זיינע מאטיוון זענען געווען.

איך זעה נישט דיין ניצחון און דיין פרייד פאר דעם מערדער.

ראשית איז די ציל פון די לינקע צו צוטרעטן שומרי תורה ומצוות, און אויב ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז מ'האט עהם געשוינט דאס לעבן, אפגערעדט וואס די אורזאך איז געווען, איז עס א ניצחון אז לבסוף האט עס געראטעוועט די רעגירונג אין ישראל צו גיין וואס מער לינקס, און האט געהאלפן שטופן דעם רעכטן זייט אויפ'ן בענקל - זייט דעמאלטס.

שנית, איז רבין געווען מחויב מיתה, [כאטש מיר זענען נישט כהיום הזה מחויב דאס אויסצופירן], צוליב עטליכע סיבות וואס מ'ווייסט, און אויך צוליב נאך אסאך סיבות וואס זענען היבש פארהוילן פונעם ציבור עד היום.

ס'איז אין דעם פרשה פארהאנען אסאך אסאך סודות, וואס רינט - וואס א צייט מער - ארויס צום גאס, און יעדע דורכברויך איז גורם אז ס'זאל שנעלער באוואוסט ווערן די סודות וואס זענען עד היום געווען בכוונה באהאלטן.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:17 am#459437
Re: בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון
אפשר שרייבט איר די סודות וואס זענען לעצטענס ארויס געקומען?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:55 am#459439
קוויטעל האט געשריבן:שנית, איז רבין געווען מחויב מיתה, [כאטש מיר זענען נישט כהיום הזה מחויב דאס אויסצופירן]

אין וועלכער בית דין איז ער גע'משפט געווארען? און אויך דעמאלטס איז עס נישט ביד כל אדם [אויסער א רודף בשעת מעשה] נאר בי"ד מעג טון די דזשאב.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:04 am#459440
קוויטעל האט געשריבן:דורך א קאמפליצירטע וועג פון קידושין און שפעטער

לויט וויקי איז געווען א שליח פאר קידושין. נישט אזוי קאמפליצירט, נאר נישט רעגולאר.
אויך זאגט וויקי אז זיי האבן באקומען רשות זיך צו טרעפן.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 9:09 am#459441
עמינדב האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:דורך א קאמפליצירטע וועג פון קידושין און שפעטער

לויט וויקי איז געווען א שליח פאר קידושין. נישט אזוי קאמפליצירט, נאר נישט רעגולאר.
אויך זאגט וויקי אז זיי האבן באקומען רשות זיך צו טרעפן.

אוודאי על פי תורה איז עס אויסגעהאלטן, אבער ס'איז נישט געווען לעגאל פונעם רעגירונג'ס שטאנדפונקט, און נאר צום סוף האבן זיי געמוזט מסכים זיין, ווען אנדערע פאליטישע חשבונות האבן געשפילט א ראלע.
דאס איז מיר אויך א חידוש, אז אויך שב''כ האט מורא פון די רעכטע כוחות, אלא מאי, אינעם שב''כ זענען דא פאר'רעטער, אדער גאר האבן זיי א אומדיירעקטע האנט אין זאכן צו שטיצען רעכטע כוחות, נאר זענען עס מעלים פונעם אפענעם פאקט און אין היסטאריע.

וויקי זאגט נאר די פאקטן פונעם סך הכל וואס איז געבליבן אין קורצן, אבער די היסטאריע וויאזוי ס'איז געווען לענגאויס די יארן איז דא צו שרייבן לאנגע מאמרים. ווייל ס'גארנישט אזוי פשוט די גאנצע מערכה דארט וועגן דעם גאנצן מעשה, ווער ס'האט געשאסן, ווער האט געהייסן שיסן, ווער האט געלאזט שיסן, ווער האט נישט געלאזט צוריקשיסן, און ווער האלט יגאל עמיר ביים פיסק ער זאל נישט רעדן וואס מ'וויל נישט. עד היום גייט אן די געראנגל, און וועגן דעם שרייב איך דא, אז די קומענדיגע בר-מצוה איז א חלק פונעם מערכה אהין און צוריק.

ס'איז היבש אינטערעסאנט צו דעקן אסאך פרטים וואס ליגן דערונטער. זייער אסאך פרטים. סיי די מאטיווען פון יגאל, סיי די מאטיווען פון זיין משפחה, פריינד, און... הויעכע שישקעס... אסאך פאר ס'האט פאסירט.

לאמיר דא לייגן עטליכע לינקן צום מערכה.

m https://www.youtube.com/watch?v=RT1gi6f9HhA&t=1998s m - זיין ברודער חגי וואס איז געזעצן זעכצן יאר וועגן דעם פרשה.

m https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 75,00.html m - וועגן א פילם וואס איז געשפילט געווארן וועגן די געשיכטע - קעגן די ווילן פון די חברי כנסת

m https://www.mako.co.il/weekend-articles ... 051006.htm m - אביסעלע אינפארמאציע ווער ס'האט געהאט שייכות צום אטענטאט

ס'דא אסאך מער וואס ס'איז באקאנט, און אויסער דעם וואס יודעי דבר זאגן אז דאס איז געווען א נקמה קעגן די רציחה וואס רבין האט געהאט א רעכטע האנט קעגן די ילדי תימן - וואס משפחת עמיר איז פון זיי, און אינעם געשיכטע פון דערטרענקן א שיף מיט עולים, נאכן שואה, און נאך.

די נאמען אבישי רביב - דער סוכן שב''כ - וואס אומאפציעל איז געווען דער עכטע מערדער, האט נישט געקריגן קיין קראץ! ווען פארדעם און נאכדעם האט ער געשפילט דעם שאך געים מתחילתו ועד סופו.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:00 pm#459445
Re: בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון
קוויטעל האט געשריבן:שנית, איז רבין געווען מחויב מיתה, [כאטש מיר זענען נישט כהיום הזה מחויב דאס אויסצופירן], צוליב עטליכע סיבות וואס מ'ווייסט, און אויך צוליב נאך אסאך סיבות וואס זענען היבש פארהוילן פונעם ציבור עד היום.

דו ווייסט? פשיהא. פארצייל אונז ביטע.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 4:07 pm#459452
החוקר האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:שנית, איז רבין געווען מחויב מיתה, [כאטש מיר זענען נישט כהיום הזה מחויב דאס אויסצופירן], צוליב עטליכע סיבות וואס מ'ווייסט, און אויך צוליב נאך אסאך סיבות וואס זענען היבש פארהוילן פונעם ציבור עד היום.

דו ווייסט? פשיהא. פארצייל אונז ביטע.

כ'האב שוין געשריבן פריער בקיצור.
וועגן די דערטרונקן שיפן מיט יודען נאכן קריג. און צוליב די גונב איש ומכרו באקאנט מיט'ן נאמען 'מרבד הקסמים' וכו'.
מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 9:22 pm#459457
קוויטעל: די אלע זאכן זענען פיינע פשט'לעך איבער וואס מ'קען זיך דינגען אהין און צוריק. ואין לדבר סוף...! אבער די אונטערשטע שורה איז אז יגאל עמיר איז יענעם מוצאי שבת ארויס פון זיין הויז מיט אן אנגעלאדנטן גאן. און ער האט געשאסן יצחק רבין. ממילא איז ער א מערדער... וועלכער האט במזיד געהרג'ט א מענטש. אט דאס זענען די פאקטן. אלע איבריגע זאכן פאללן אוועק...!
מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 11:26 pm#459458
berlbalaguleh האט געשריבן:קוויטעל: די אלע זאכן זענען פיינע פשט'לעך איבער וואס מ'קען זיך דינגען אהין און צוריק. ואין לדבר סוף...! אבער די אונטערשטע שורה איז אז יגאל עמיר איז יענעם מוצאי שבת ארויס פון זיין הויז מיט אן אנגעלאדנטן גאן. און ער האט געשאסן יצחק רבין. ממילא איז ער א מערדער... וועלכער האט במזיד געהרג'ט א מענטש. אט דאס זענען די פאקטן. אלע איבריגע זאכן פאללן אוועק...!

און אז אייזיק שוחט איז יעצט ארויס פון זיין שטוב מיט א שחיטה מעסער אין טאש, און אפגעקוילעט דריי טויזענט כפרה עופה'לעך איז אויך א פאקט!

ס'ווענדט זיך אויב ער האט עס געמעגט טון, צו געמוזט טון, צו לכתחילה צו בדיעבד. אפשר קענסטו זיך דינגן מיט מיר צו ס'איז רציחה צו מלחמת מצוה, אבער די פאקט וואס ער האט געטון מאכט עהם נישט דווקא א רוצח.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:45 am#459459
סא יגאל עמיר האט אים גע'הרג'ט מצד ווייל די הלכה האט דאס פארלאנגט\ערלויבט? אדער צוליב פאליטישע דיפערענצן וואס ער אדער אנדערע האבן דאס שפעטער בארעכטיגט אז יא ער איז טאקע געווען מחויב מיתה?
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:04 am#459460
קוויטעל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קוויטעל: די אלע זאכן זענען פיינע פשט'לעך איבער וואס מ'קען זיך דינגען אהין און צוריק. ואין לדבר סוף...! אבער די אונטערשטע שורה איז אז יגאל עמיר איז יענעם מוצאי שבת ארויס פון זיין הויז מיט אן אנגעלאדנטן גאן. און ער האט געשאסן יצחק רבין. ממילא איז ער א מערדער... וועלכער האט במזיד געהרג'ט א מענטש. אט דאס זענען די פאקטן. אלע איבריגע זאכן פאללן אוועק...!

און אז אייזיק שוחט איז יעצט ארויס פון זיין שטוב מיט א שחיטה מעסער אין טאש, און אפגעקוילעט דריי טויזענט כפרה עופה'לעך איז אויך א פאקט!

ס'ווענדט זיך אויב ער האט עס געמעגט טון, צו געמוזט טון, צו לכתחילה צו בדיעבד. אפשר קענסטו זיך דינגן מיט מיר צו ס'איז רציחה צו מלחמת מצוה, אבער די פאקט וואס ער האט געטון מאכט עהם נישט דווקא א רוצח.

קוויטעל: און אויב ס'איז פארהאן אזא זאך ווי א הינדל קאורט, וועללן איהם טאקע די הינדלעך שטעללן צו א משפט אלס מאסן מערדער. אבער דערווייל זענען הינדלעך געמאכט צו עסן. און שחיטה איז א מצוה אויף וואס מ'מאכט א ברכה. און הרג'נען א מענטש איז פארבאטן אין די תורה. ס'שטייט אין די תורה לא תרצח...!

אפשר אין די היינטיגע געזעץ ביכער איז צוגעצייכנט אז פאר פאליטישע מאטיוון מעג מען יא...!
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:07 am#459462
berlbalaguleh האט געשריבן:

:lol: :lol: :like :like
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:24 am#459463
יגאל עמיר האט נישט געהאט קיין פאליטישע חשבונות אלץ פאליטיק, נאר פשוט הבא להרגך השכם להרגו, און ספעציעל ווען ער האט שוין געהאט אומשולדיג בלוט אויף זיין האנט פארדעם גענוג און נאך.

די גמרא רופט דאס אן מיט אזא לשון. גברא קטילא קטל! ער האט געשניטן א טויטע שטיק בשר
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 10:42 pm#460154
מנחם ציון האט געשריבן:סא יגאל עמיר האט אים גע'הרג'ט מצד ווייל די הלכה האט דאס פארלאנגט\ערלויבט? אדער צוליב פאליטישע דיפערענצן וואס ער אדער אנדערע האבן דאס שפעטער בארעכטיגט אז יא ער איז טאקע געווען מחויב מיתה?

אני שמח שיש אשכול על הנושא הזאת, יש לי שייכות קרוב למשפחת עמיר הי''ו, וכמה ספרים כבר נכתבו על הנידון, ורחוק הדבר מפשוט.
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 4:59 pm#460215
תרומה האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:סא יגאל עמיר האט אים גע'הרג'ט מצד ווייל די הלכה האט דאס פארלאנגט\ערלויבט? אדער צוליב פאליטישע דיפערענצן וואס ער אדער אנדערע האבן דאס שפעטער בארעכטיגט אז יא ער איז טאקע געווען מחויב מיתה?

אני שמח שיש אשכול על הנושא הזאת, יש לי שייכות קרוב למשפחת עמיר הי''ו, וכמה ספרים כבר נכתבו על הנידון, ורחוק הדבר מפשוט.

אדרבה, ברענג סחורה און מער פרטים וועגן די עבר און עתיד דארט.
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 5:09 pm#460216
בתקציר, מה שלא סופרי החדשות ובפרט השמאלנים במערכת הביטחון, אביא פה כהתחלה פרטים הללו.

יגאל עמיר השתמש ״בהסכמי אוסלו״ כמסווה ותירוץ לרצח רבין, והאמת שסיבת וגורם הדברים שרצה להרגו, היה על חלקו העיקרי ״בפרשת ילדי תימן״ ומעצרו וכליאתו של הרב עוזי משולם בהוראת יצחק רבין שר''י. בגלל שהמסמכים הסודיים שהחזיק הרב עוזי משולם ז״ל בנושא חטיפת ילדים וניסויים רפואיים. והתבצרות עוזי משולם ביהוד, היתה באפריל 1994 ולאחריה הרב עוזי משולם נעצר ונכלא בהוראה אישית של יצחק רבין, ואכן הרצח היתה בנובמבר 1995. בהשראת דברי הרב עוזי משולם, כי יצחק רבין גרם די מאוד אסון נורא לעדה התימנית, במטרה לבדלה מעם ישראל והתבוללותה וחילונה למשך השנים עד היום.

אין ספק שיצחק רבין היה רוצח מתועב. ומהפורסמים תבין על הנסתרות, מאז שירה למוות בניצולי שואה בספינת 'אלטלנה' בזמן שהיו במים, וכמה עשרות יהודים פליטים נטבעו למצולות. ועוד התרברב על כך בספרו "פנקס שרות". וגם בן גוריון שפקד עליו לרצוח היה פושע מתועב. ויש הרבה להאריך בנושא.
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 8:20 pm#460235
כמה עשרות ניצולי שואה מתו על ספינת אלטלנה?
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 9:21 pm#460236
59fad6da6be195352.jpg
דאס ביכל האט די ווייב פון יגאל ארויסגעגעבן, אבער די מדינה לאזט עס נישט פארקויפן.

דאס ביכל האט די ווייב פון יגאל ארויסגעגעבן, אבער די מדינה לאזט עס נישט פארקויפן.
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 10:05 pm#460237
קוויטעל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קוויטעל: די אלע זאכן זענען פיינע פשט'לעך איבער וואס מ'קען זיך דינגען אהין און צוריק. ואין לדבר סוף...! אבער די אונטערשטע שורה איז אז יגאל עמיר איז יענעם מוצאי שבת ארויס פון זיין הויז מיט אן אנגעלאדנטן גאן. און ער האט געשאסן יצחק רבין. ממילא איז ער א מערדער... וועלכער האט במזיד געהרג'ט א מענטש. אט דאס זענען די פאקטן. אלע איבריגע זאכן פאללן אוועק...!

און אז אייזיק שוחט איז יעצט ארויס פון זיין שטוב מיט א שחיטה מעסער אין טאש, און אפגעקוילעט דריי טויזענט כפרה עופה'לעך איז אויך א פאקט!

ס'ווענדט זיך אויב ער האט עס געמעגט טון, צו געמוזט טון, צו לכתחילה צו בדיעבד. אפשר קענסטו זיך דינגן מיט מיר צו ס'איז רציחה צו מלחמת מצוה, אבער די פאקט וואס ער האט געטון מאכט עהם נישט דווקא א רוצח.

קוויטעל: ווען ס'שטייט געשריבן אין די עשרת הדיברות .."לא תרצח"...שטייט נישט צו געשריבן א פינטל מיט קליינע ווערטער אז אויב מ'האט א פאליטישן מאטיוו איז רציחה ערלויבט...!
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:17 am#460245
Re: בר-מצוה פון יגאל עמיר'ס זון
קוויטעל האט געשריבן:
59fad6da6be195352.jpg

דאס ביכל האט די ווייב פון יגאל ארויסגעגעבן, אבער די מדינה לאזט עס נישט פארקויפן.
אבער זי פארקויפט עס ערגעץ אנדערש? - אינדערויסן פון מדינה?
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 1:04 am#460250
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:
59fad6da6be195352.jpg

דאס ביכל האט די ווייב פון יגאל ארויסגעגעבן, אבער די מדינה לאזט עס נישט פארקויפן.
אבער זי פארקויפט עס ערגעץ אנדערש? - אינדערויסן פון מדינה?

איך פראביר עס צו דערווישן.

די אנדערע ביכער וואס די לינקע האבן ארויסגעגעבן איז פול מיט האס קעגן די ערליכע, כאטש ס'שטייט היבשע פרטים אינערהאלב די זיכערהייט.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 2:13 pm#460442
קוויטעל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:
הקובץ המצורף 59fad6da6be195352.jpg לא זמין יותר.

דאס ביכל האט די ווייב פון יגאל ארויסגעגעבן, אבער די מדינה לאזט עס נישט פארקויפן.
אבער זי פארקויפט עס ערגעץ אנדערש? - אינדערויסן פון מדינה?

איך פראביר עס צו דערווישן.

די אנדערע ביכער וואס די לינקע האבן ארויסגעגעבן איז פול מיט האס קעגן די ערליכע, כאטש ס'שטייט היבשע פרטים אינערהאלב די זיכערהייט.

נכון שהספרים שיצאו לאור על ידי השמאלנים למיניהם, הם מלא שנאה נגד החרדים עד מאוד.

אם מישהו רוצה לרכוש אחד מהם, יש ספר בשם 'יצחק' שנכתב על ידי סוכן שב''כ בימים ההם - דביר קריב - שיש בה הרבה פרטים, אבל בכל זאת לא נכתב בכבוד.

מאידך יש ספר 'לריסה' ו'סף הפחד' ששם נכתבו שורשי הדברים, מאיפה התחיל הכל, ואיך הצליחו משפחת עמיר לנצח עד היום כח השמאל הידוע לשמצה - נגדם בפרט.

laarisa.jpg
מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:53 pm#460583
אויב איינער וויל לייענען דעם ביכל פון די לינקע לאגער 'יצחק' פון דביר קריב, דא האט איר דעם דעקל.

download.jpg
download.jpg (4.81 KiB) געזען געווארן 614 מאל
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 8:27 pm#460798
לאחר שנים, נתגלה יותר פרטים שמשנה כל התמונה, בנוגע הרצח. כלומר, שיש קונספיראציות שונות, שנראים מאוד קרוב לאמת - לפי העדויות והמציאות והראיות שבידי הקונספיראטורים, שהם פרופסרים מובהקים מומחים בשדה הפטולגי, מומחים לגילוי פשע עוינים, ופיזיקאים, שאומרת שהיה יד שב''כ באמצע, עד שהם העלימו מציאות הרצח שהיה על ידיהם - ויגאל עמיר היה פופיט שלהם.

יש עדויות סותרות לגמרי, יריות מקדימה ומאחורה, וכמה נוסחאות הירי לפרטיהן.

פה צרוף כמה סירטונים שמספר באריכות הנוסחאות השונות.

m https://www.youtube.com/watch?v=ukuf1xdSAaI m

m https://www.youtube.com/watch?v=7xhN1O7WhaE m

m https://www.youtube.com/watch?v=Ig9vBVqtreE m
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:56 pm#460904
כ'האב געטראפן נאך א ביכל, דארט שטייט די הויפט קאנספירעסי, מיט בילדער!

16782.jpg
16782.jpg (14.73 KiB) געזען געווארן 513 מאל
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:49 am#461268
אין קורצן: יגאל עמיר האָט געמאָגט הרג'ענען רבינ'ען, כאָטש ער האָט עם בפועל קיינמאָל ניט גע'הרג'עט. דערפאַר טאַקע האָט עמיר אַ דין רודף, און דערפאַר האָט די מדינה עם טאַקע אַרײנגעזעצט אין חד גדיא.
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:50 pm#461288
דוראק האט געשריבן:אין קורצן: יגאל עמיר האָט געמאָגט הרג'ענען רבינ'ען, כאָטש ער האָט עם בפועל קיינמאָל ניט גע'הרג'עט. דערפאַר טאַקע האָט עמיר אַ דין רודף, און דערפאַר האָט די מדינה עם טאַקע אַרײנגעזעצט אין חד גדיא.

כ'זע נישט קיין איין סיבה פארוואס ער האט עהם נישט געדארפט הרגענען. די פראגע איז פארוואס אסאך אנדערע האבן עהם נישט געהארגעט. ס'האט זיך געגאסן יודיש בלוט אין די גאסן, און רבין האט מפקיר געווען גאנצע שטחים מיט יודישע משפחות פאר די ווילדע חיות. וויאזוי שטעלט מען אפ א משחית, מיט א פיקל אין בויך אריין
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 8:38 pm#461292
דו דערמאנסט מיך פון דער לוה וואס האט געזאגט פארן מלוה "קודם כל האב איך
קיינמאל נישט געבארגט פון דיר, צווייטנס האב איך דיר שוין באצאלט".
דארפסט אפמאכן דיין מיינונג צו ער האט נישט גע'הרג'ט, אדער ער האט יא, אבער ער
האט געמעגט\געדארפט.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 9:05 pm#461296
ער האט זייער שטארק געוואלט, אבער צו ער איז למעשה עס אויסגעפירט, דאס סתם אזוי אינטערעסאנט צו לייענען.
און כ'וואלט געראטן אז ווער ס'וויל פארשטיין וואס מ'רעדט, און די זייער אינטערעסאנטע צדדים פון די מיינונגען, זאל לייענען די ביכער, אדער עכ''פ מער לייענען וועגן דעם אין מאמרים אנליין, און וועט זען גאר א אנדערע בילד.

איר קענט הערן די יו-טוב קליפס פון ביידע צדדים, און אביסל זען ווי נישט פשוט די געשיכטע איז. ווייל פארדעם איז נישט ריכטיג צו זאגן א מיינונג