דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:33 am#459623
מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה
ווי באקאנט האלטן ארכעאלאגן אין איין טרעפן מקוואות וואס אידן האבן גענוצט אין ארץ ישראל אין זמן פון בית שני. לעצטנס איז געווען באריכטעט וועגן נאך אזא מקוה אינעם גליל.
שטייענדיג פאר סוכות איז דאס אן אינטערעסאנטע טעמע, וויבאלד רוב מקוואות זענען געפונען געווארן אין ירושלים, וואו הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך גע'טובל'ט ווען זיי זענען געקומען צום בית המקדש עולה רגל זיין.
ווי באקאנט איז דער שיעור מקוה אמה על אמה ברום שלש אמות, און דאס איז מ' סאה, וואס איז 5,760 ביצים. די ראשונים (כמדומה התשב"ץ) האבן זיך שוין געמוטשעט אז דער שיעור שטימט נישט מיט די ביצים בימיהם, און כידוע האט דער נודע ביהודה מחדש געווען (בספרו צל"ח) אז נתקטנו הביצים.
מיין שאלה: איז איינער באקאנט מיט די שיעורים פון די ארכעאלאגישע מקוואות, און וואס זאגן זיי אויף די אמת'ע שיעורים פון אמה און ביצה?