Under maintenance
הויפט זייט » ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט?

ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14225
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:08 pm#459666
ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט?
אין אמת אריין קען מען פרעגן אפאר שאלות
1. ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט נאך?
2. ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט?

און אז מען פרעגט שוין:
3. ווער איז דער מערסט באליבסטע מענטש אויף דער וועלט?
4. ווער איז די מערסט איינפלוסרייכסטע מענטש אויך דער וועלט?
5. ווער איז די הייליגסטע מענטש אויף דער וועלט?
6. וואלסט געקענט טרעפן איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:19 pm#459668
ס'קומען ענטפערס אויך אדער דו פלאנסט אונז צו לאזן הענגען מיט די פראגעס?
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:36 pm#459669
דאכט זיך דער כינעזער * וואס האט געפרעסן א בע"ט א יאר צוריק ענטפערט אויף א טייל פון די פראגעס.
האלב ערנסט גערעדט. און אפשר גאנץ.


* פארראכטן לויט די מעגליך-ריכטיגע באמערקונג פון רביהק.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:38 pm#459670
עמינדב האט געשריבן:דער כינעזער אוממענטש וואס האט געפרעסן א בע"ט א יאר צוריק

:?: :?: :?:
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:42 pm#459672
קוק וואס ער האט אנגעמאכט. ווילסט אים נאך רופן א מענטש?

אקעי, כ'האב געטוישט.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:04 pm#459674
לגבי די שאלה פון די מערסטע איינפלוסרייכסטע מענטש [שאלה 4], אויב רעכענט מען אפילו איינער וואס איז נישט בין החיים [א היסטארישע פיגור] און מ׳עקסקלוּד רעליגיעזע פיגורן ווי משה, אברהם, ולהבדיל אותו האיש ומוחמד ודכוותייהו, דעמאלטס איז אינטרעסאנט צו צוצייכענען דעם אנעקדאט. דא [0:35-1:20] פארציילט דר. פּיִטער אדאמסאן אז ווען די BBC האט געמאכט א סורוועי איבער ווער איז ״די גרעסטע פילאזאף״ האט אים א קאלעגע געזאגט אז ״ס׳איז דאך אזוי אַבּוויאס אז עס איז אריסטו״. האט ער אים געענטפערט אז די שאלה איז נישט ווער ס׳איז די מערסטע ״איינפלוסרייכע״ פילאזאף נאר ווער ס׳איז די ״גרעסטע״. כידוע איז זיין השפעה איבער די גאנצע מערב-וועלט ציוויליזאציע גאר גאר שטארק.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:06 pm#459675
איך מיין אז די צוויי מערסט איינפלוסרייכע מענטשן זענען געווען אדם און חוה.. (אדער דער מענטש וואס האט אויסגעטראפן פייער, pick & choose in accordance with your agenda)
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:31 pm#459679
עמינדב האט געשריבן:קוק וואס ער האט אנגעמאכט. ווילסט אים נאך רופן א מענטש?

אקעי, כ'האב געטוישט.

שוגג כמזיד???
איך וויל נישט רעדן צופיהל, און כ׳קען אויך נישט הימלישע חשבונות - אבער ווען ער האט עס געגעסן האטסעך אים ׳גארנישט׳ גע׳חולמ׳ט וואס פאסירט זיך אפ אין די דאזיגע מינוט, משא״כ... וד״ל!
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:41 pm#459680
אקעי אקעי כ'דאָך שוין געטוישט. עכט עקלט מיר דאס עצם פרעסן בעט"ס אבער כ'פארשטיי דאס האט צו טון מיט געוואוינהייט.
בלייבט נאר איבער צו וויסען פשט אין דיין וד"ל??? יויש ביניך נייגעריג.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:27 pm#459696
וועלן מיר אנפאנגען מיט די ערשטע שאלה ווער איז די באקאנסטע מענטש
לענ"ד טראמפ יר"ה
זיי זאגן אז די ROCK איז די מערסטע באקאנטסטע מענטש.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:30 pm#459697
ווער איז די מערסטע באליבט אדער ADMIRED
לויט די גאלאפ פאלל איז עס א טיי פון טראמפ און אבאמא (עטליסט פאר אמעריקאנער]
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:42 pm#459699
2. ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט ?
איך וואלט געזאגט היטלער ימ"ש
איך האב הנאה אז איך האב צוגעטראפן צו זיי, נאך אלע גרויס רעליגיעזע פיגורן קומט היטלער די ערשטע אריין.
עס איז אינטערעסאנט די סדר וואס זיי געבן
1. יעזוס
2 מחמוד
3 אברהם
4.משה
5. בודא
6. פאועל
שיין זעהן מיר אויס אז יאשקע איז מער באקאנט ווי משה, רחמנא יצילנו.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:46 pm#459701
6. וואלסט געקענט טרעפען איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איזת און פארוואס ער איז נישט געבליבן מיט די אידן אין מדבר.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:49 pm#459702
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?
דער טאטע פון אונזער סיסטעם, AKA סאטמאר רב (עס דערמאנט מיר אן ארטיקל פון קןפערניקוס, ווי ער באשרייבט "אי לאו האי יומא" ווי אזוי מיר וואלטן אויסגעקוקט היינט צו טאגס.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:50 pm#459704
יתרו האט געשריבן:אין אמת אריין קען מען פרעגן אפאר שאלות
1.ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט נאך ?
2. ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט ?
און אז מען פרעגט שוין :
3 ווער איז דער מערסט באליבטסע מענשט אויף דער וועלט?
4. ווער איז די מערסט איינפלוסרייכסטע מענשט אויך דער וועלט ?
5. ווער איז די הייליגסטע מענטש אויך דער וועלט?
6. וואלסט געקענט טרעפען איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?


יֵשׁוּעַ (יעזוס) פון נצרת, ענטפערט אלע אחוץ די ערשטע פראגע.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:51 pm#459705
במדבר האט געשריבן: יֵשׁוּעַ (יעזוס) פון נצרת, ענטפערט אלע אחוץ די ערשטע פראגע.

:lol: אוי ביזטו מיאוס צופאטשקעט.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:53 pm#459706
עס איז נישט קלאר ארויסגעשריבן אבער די שאלות עקסקלוּדן רעליגיעזע פיגורן
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:55 pm#459707
4. ווער איז די מערסטע איינפלוסרייכסטע מענטש אויך דער וועלט ?
איך וואלט געזאגט איינשטיין, אבער זיי לייגן אים אויפן צענטן ארט, דער ערשטער גיבן זיין פאר יצחק ניוטאן (אפילו פאר יאשקע!)
פרייטאג אקטאבער 02, 2020 6:35 am#459723
יתרו האט געשריבן:6.איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איז.

וואס הייסט זיי זענען דאך צוטיילט... !
דו מיינסט אודאי וואס איז דער אינסייד סטארי...
פרייטאג אקטאבער 02, 2020 7:08 am#459725
והאיש משה האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:6.איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איז.

וואס הייסט זיי זענען דאך צוטיילט... !
דו מיינסט אודאי וואס איז דער אינסייד סטארי...

דאס קען מען פרעגן פון האיש משה אליינס..
פרייטאג אקטאבער 02, 2020 10:55 am#459733