Under maintenance
הויפט זייט » הרבני החסיד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה

הרבני החסיד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14261
פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:01 am#460504
הרבני החסיד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה
מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז עס איז נפטר געווארן הרבני החסיד ר' מאיר זעליג ריספלער ראש הקהל פון סאטמאר מהר"א.

ר' מאיר זעליג איז געוועהן געעהרט און געשעצט ביי יעדעם, און ווען ער איז געווארן ראש הקהל אפאר קורצע יאהרן צוריק האט עס אריינגעברענגט א פרישע רוח חיים אין סאטמאר.

ר' מאיר זעליג איז א קרבן פון די צווייטע כוואליע פון קאראנא וויירוס.
פרייטאג אקטאבער 16, 2020 10:14 am#460514
אויש
איך בין אים דאנקבאר פאר די שיינע שבע ברכות מוזיק 2018
פרייטאג אקטאבער 16, 2020 11:46 am#460525
מיינסט צו זאגן פאר די אינסטעטושן וואס האט דאס געמאכט לכבודו
מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 10:38 pm#460574
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:10 am#461239
איז דאס נארמאל אויסצורעכענן אויף א מציבה פאר וועלכע בנינים און מוסדות ער האט געגעבן געלט?
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:09 am#461245
Re: הרבני החסיד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס נארמאל אויסצורעכענן אויף א מציבה פאר וועלכע בנינים און מוסדות ער האט געגעבן געלט?
זיכער אז יא , כאטשיג דאס איז זיכער אמת, עס ממש ציפט מיר צו זען וואסערע לגיונות מיט גוזמעות וואס מען שרייבט אויף מציבות היינט צוטאגס , וואס איז אמת איז כאטשיג נישט קיין ליגענט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 8:32 am#461254
גבור חיל האט געשריבן:בד"ה סאטמאר רבי!


IMG_20201017_223435_673.jpg

גיבור חיל: די משפחה מעגעזין (עברית) איז נישט קיין סאך בעסער. מיין רבי'ן האבן זיי שוין 2 מאל געהרג'ט. ווייל אנדערע פראמינענטע אידן מיט'ן זעלבן נאמען זענען נפטר געווארן...לאל...!
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 8:51 pm#461294
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס נארמאל אויסצורעכענן אויף א מציבה פאר וועלכע בנינים און מוסדות ער האט געגעבן געלט?

שמעון וואלף: דאס איז א סגולה ממשיך צו זיין די השפעה אויף די קומענדיגע דורות...!
זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:35 am#461325
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס נארמאל אויסצורעכענן אויף א מציבה פאר וועלכע בנינים און מוסדות ער האט געגעבן געלט?

שמעון וואלף: דאס איז א סגולה ממשיך צו זיין די השפעה אויף די קומענדיגע דורות...!

וואט עווער.

אמאל איז געווען גענוג צו שרייבן בלויז פזר נתן לאביונים וכדומה און היינט דארף מען ארויסשרייבן ברחל בתך הקטנה. אפאר יאר ארום וועט מען לייגן בילדער פון די בנינים.
נאך א מזל ער האט נישט געשטיצט פריוואטע יחידים ווייל מ'וואלט נאך ארויסגעשריבן זייערע נעמען אויף די מציבה