Under maintenance
הויפט זייט » איך הייס בערל ****

איך הייס בערל ****

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14270
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:14 am#460744
איך הייס בערל ****
איך הייס בערל ****
כאב פארלוירן טעם וריח
איך לאז מאכן א בדיקה
בתנאי סבלייבט בשתיקה

כאב געהייסן רופן מיילעך
"קום גיך אהער און הייל מיך
ברענג אהיים מיר א שפיטאל
אלה אלהיך ישראל"

"האט נישט קיין פאראיבל"
שרייט ר' פנחס דער מקובל
"נפלה שלהבת בארזים
גאר טיפע רזא דרזין"

סאיז מקובל פון דער טאטע
א חסיד איז א שמאטע
ער איז אנטלאפן דורך לענדער
און איך הייס נישט אבערלענדער

מסירת נפש פאר די שווענץ
פאר צדיקים מצווה טענץ
מאסקעס נאר אויף פורים
מ'קומט אפ חטאות נעורים

הלמתים תעשה פלא?
שטארבן איז נישט קיין פעלער
אן אלמנה איז נישט קיין שאנדע
סמעג יתומים זיין א באנדע

איך וואוין אין קרית ****
מיט נאך א הויז אין טעלז
כאב פון קיינעם נישט קיין מורא
אין מיין קעשענע ליגט די תורה
כאטש מרופט מיך אויך ****
איך בין בערל דער רוצח
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:23 am#460745
גאונות!
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:38 am#460746
א שאד.

חילך לאורייתא.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:49 am#460748
הערליך!
כ'בין נייגעריג אויב אין אנדערע צייטן זארגט איר זיך אויך אזוי פאר'ן וואוילזיין פון אט די נעבעכדיגע חסידים
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:02 pm#460757
ווער זארגט זיך פאר זיינע חסידים? זיי קענען זיך אליין פארזארגן.

מיר זארגען זיך פאר אים, און מאכן זיכער ער באקומט די ריכטיגע הילף.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:39 pm#460765
קאווע קריטיק האט געשריבן:גאונות!
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:46 pm#460766
קריעטיוו!!

א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:49 pm#460767
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!

א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:13 pm#460768
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!

א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל

מום שבך אל תאמר לחברך.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:32 pm#460770
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!

א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל

מום שבך אל תאמר לחברך.
איך פארשטיי נישט, וועם האב איך געזאגט א מום?
און ווען האב איך מבזה געווען א גדול בישראל?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:41 pm#460772
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!

א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל

פאר אזא קריעטיוו שטיקל, קען מען זעך סומך זיין לכתחילה אויף שיטות הפוסקים, מהתאחדות עדת הרבנים החרדית, וואס האבן גע'פסק'נט אז ער איז נישט קיין מנהיג, וכו' וכו' יעו"ש.

חסידים הראשונים פלעגן דאך זאגען, מען טאר אויף א רבי נישט רעדען, קודם זאגט מען אז ער איז נישט ראוי צו זיין א רבי, און דערנאך מעג מען שוין רעדען אויף אים. ווי [להבדיל בין ... לקודש] שיטת התוס' אז שמואל און ר' יוחנן האבען געהאלטן אז רב איז נישט קיין תנא ממילא מעג מען זיך קריגען.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:48 pm#460777
זייער גוטע גראמען
אבער מען קען דאס זאגן אויף רוב רבי'ס צוזאמען
אלע וואס מאכן זיכער
אז די עולם זאל אין בית מדרש זיין שכיחי
טראכטן נישט פונעם קהלה
נאר פון זיך פון די פדיונות פולע
האבן מורא די אידישקייט וועט זיך נישט האלטן
פארדעם געמאכט אין כלל ישראל אזויפיל שפאלטן
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:17 pm#460780
סאיז אינטערסאנט צו ציצייכענען אז אדמור מקולויזענבערג פאר ווער סווייסט איז נאך אלץ אין קוואראנטין זינט פסח
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:27 pm#460781
דער שרייבער איז א שוטה רשע וגס רוח!
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 5:44 pm#460785
ויש אומרים שוטה, רוח, ורשע גס
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:01 pm#460786
תורה ומדע האט געשריבן:שוטה רשע וגס רוח!


נישט שיין צו רעדן אזוי אויף א מנהיג.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:16 pm#460787
איך בין מוחה אויף די עקעלהאפטיגע שורות .
בעבעלעך, דו שפילסט זיך מיט פייער, טראכט 2 מאל פאר די לאזט דיינע שאנד ווערטער נעכטיגן.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:19 pm#460788
בעבעלעך דו שפילסט מיט פייער!
די נשמות פון אט די געפאלענע אידן וועלן דיר נישט צורו לאזן אויב דו וועסט באזייטיגן דיינע שורות
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:39 pm#460792
דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:43 pm#460793
סמבטיון האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די עקעלהאפטיגע שורות .
בעבעלעך, דו שפילסט זיך מיט פייער, טראכט 2 מאל פאר די לאזט דיינע שאנד ווערטער נעכטיגן.

:lol: :lol: :lol: :lol:

"אלה אלהיך ישראל!"
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:47 pm#460794
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
הוגה האט געשריבן:דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
און ווען ס'שטייט ווען רבי פארדעם וואלט עס געווען מתוקן??
כ'געדענק איינעם אמאל א יונגע מענטש האט געשריגן אויף איינעם וואסי געווען דריי מאל אזוי אלט ווי יענעם "איר זענט א משוגענער, איר זענט א צודרייטער" זעהט אויס אז מ'איז מבזה איינעם מיט גרויס דרך ארץ דאן איז נישט קיין פראבלעם
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:59 pm#460796
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
הוגה האט געשריבן:דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
ס'איז אין א שמייכל.
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 8:59 am#460838
צוריק ;) ;) ;)
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:37 am#460851
בעבעלעך האט געשריבן:צוריק ;) ;) ;)

א מזל אז רוקח איז געבליפט. אין פאריז האט מען איינעם געשחטן דעי וואך צוליב ענליכס.
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:18 pm#460852
תורה ומדע האט געשריבן:שוטה רשע וגס רוח!

גס רוח במילא,רשע במילא נישט... אבער א שוטה אזאנס האט נאך קיינער געזאגט אויף איהם
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 2:09 pm#460864
איך כאפ נישט פונקטליך פון וועלכן בערל מ'רעדט דא אבער פריער איז דא געווען אן ענליכן אשכול וואס האט זיך באצויגן צום בעלזער רב, האב איך נאר געוואלט אנמערקן אז דער בעלזער רב'ס נאמען גראמט נישט מיט ריח און רוצח, ער רופט זיך רוֹקַח, נישט רוֹקֵחַ.
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:46 pm#460886
בעבעלעך האט געשריבן:אלה אלהיך ישראל"

לא עבדו ישראל עבודה זרה אלא להתיר להם רציחה בפרהסיא..
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 7:20 pm#460897
פאר די אלע וואס זענען פארווייטאגט אויף די זלזול אין א מנהיג, דער שרייבער איז אויף פארווייטאגט אויף די זלזול פון דעם מנהיג...

ערנסט גערעדט איז אנגענומען אז אין ארטיסטישע ווערק ברויך מען נישט זיין אזוי קארעקט, דעריבער, לענ״ד טאר נישט פאסירן קיין ענדערונגען אין די טעקסט פון דעם אשכול.

אז איינער איז פארווייטאגט זאל ער צוריקשיסן א גוטס אויף די שטאפל פון שעפערישקייט.
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:11 pm#460898
פירט די חסידים ווי א געטרייע פאסטוך
שטעלט זיך נישט אפ אפילו מ'צוקלאפט זיך
א יעדע חסיד ביי עם א אפענע אויער
א יעדע דבר שבקדושה א אפענע טויער

פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק
אפילו עס קומט נישט אן גרינג
נישט קיין נפק"מ מען איז אלט אדער יונג
האט נישט קיין מורא צו געבען א שפרינג

די עתיד פון יעדער יחיד אין קינד
די לעכטיגע קינדער אן קיין זינד
איז זיין זארג וואס ער טראגט אצינד
די תורה די עתיד זאל נישט גיין צוגרינד

אז מען קוקט אויף די סך הכל
ליידער איז מען געווארן געשלאגן איבעראל
נישט קיין חילוק צו מען איז געוועהן פארמאכט אדער אפען
די מגפה האט ליידער יעדעם געטראפן

קאווע שטיבל די פאן טרעגער פון טאלעראנץ
האט פארלוירן איר שיין און גלאנץ
ביסט גיט ווילאנג מיט אונזערע מיינונגען די טאנצט
אויב נישט ביסטו א שוואנץ

א מענטש מעג אן אנדערע מיינונג האבן
עס מיינט נישט אז ער גייט יעצט מענטשן באגראבן
אין דיעותיהם שוין
אוך בון נישט די איינציגע חכם ונבון

היינט פארן אריינקומען אין שטיבל
האב איך פונקט געטראכט ווער האט שוין ווייטער א פאראיבל
דא שפירט ער זיך באקוועם און מקובל
ווילאנג ער נעמט די היימישע יודן אויפן צימבל

שוין צייט א צווייטע יוד צו פארטראגן
וועט די עולם זיך מער נישט אפטראגן
אויפהערען צו וויינען און קלאגן
וועט א נייע מארגן דא אנפאנגען צו טאגן
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:44 pm#461045
זייער שיין
קען איך נישט טראכטן פון איין רעבע וואס מען קען צופאסן צו דיין געזינגעכץ
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:47 pm#461046
קומזיץ האט געשריבן:פירט די חסידים ווי א געטרייע פאסטוך
שטעלט זיך נישט אפ אפילו מ'צוקלאפט זיך
א יעדע חסיד ביי עם א אפענע אויער
א יעדע דבר שבקדושה א אפענע טויער

פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק
אפילו עס קומט נישט אן גרינג
נישט קיין נפק"מ מען איז אלט אדער יונג
האט נישט קיין מורא צו געבען א שפרינג

די עתיד פון יעדער יחיד אין קינד
די לעכטיגע קינדער אן קיין זינד
איז זיין זארג וואס ער טראגט אצינד
די תורה די עתיד זאל נישט גיין צוגרינד

אז מען קוקט אויף די סך הכל
ליידער איז מען געווארן געשלאגן איבעראל
נישט קיין חילוק צו מען איז געוועהן פארמאכט אדער אפען
די מגפה האט ליידער יעדעם געטראפן

ביז דא האב איך הנאה געהאט און מיטגעהאלטן דעם לאגיק פון א חסיד. פון דא און ווייטער בין איך געווארן צעמישט.


קומזיץ האט געשריבן:קאווע שטיבל די פאן טרעגער פון טאלעראנץ
האט פארלוירן איר שיין און גלאנץ
ביסט גיט ווילאנג מיט אונזערע מיינונגען די טאנצט
אויב נישט ביסטו א שוואנץ

א מענטש מעג אן אנדערע מיינונג האבן
עס מיינט נישט אז ער גייט יעצט מענטשן באגראבן
אין דיעותיהם שוין
אוך בון נישט די איינציגע חכם ונבון

אמת, "א מענטש מעג אן אנדערע מיינונג האבן," און פונקט ווי דער בעלזער חסיד קען און מעג האלטן אז זיין רבי'ס מהלך איז ריכטיג, און שטימט עפ"י קבלה, מעג א צווייטער האלטן אז דער מהלך איז שפיכת דמים. וואס איז דיין טענה, אז האלטן די צווייטע דעה איז אומטאלעראנץ? ווער לאזט דיך נישט האלטן פארקערט?

קומזיץ האט געשריבן:היינט פארן אריינקומען אין שטיבל
האב איך פונקט געטראכט ווער האט שוין ווייטער א פאראיבל
דא שפירט ער זיך באקוועם און מקובל
ווילאנג ער נעמט די היימישע יודן אויפן צימבל

שוין צייט א צווייטע יוד צו פארטראגן
וועט די עולם זיך מער נישט אפטראגן
אויפהערען צו וויינען און קלאגן
וועט א נייע מארגן דא אנפאנגען צו טאגן


איז ATUB @בעבעלעך ATUB "באקוועם און מקובל"? אויב קוקט מען אויף די קיתונות של שופכין וואס ער האט געכאפט וואלט איך געזאגט אז ער איז נישט מקובל. נאר מיט "באקוועם און מקובל" מיינסטו דער רעכט וואס אזא איינער ווי בעבעלעך האט פשוט זיך צו לאזן הערן.

ווייל דער בעלזער חסיד קען נישט סובל זיין שארפער קריטיק אויף זיין רבי'ן, הגם ער האט דעם זעלבן רעכט און מעגליכקייט צו לויבן דעם רבי'ן עד לב השמים. ער וויל לויבן דעם רבי'ן נאר דארטן וואו דאס פארקערטע איז נישט ערלויבט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:49 pm#461048
קומזיץ רעדט פון געפיל, געפילן קען מען נישט אפפרעגן מיט לאגיק.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:05 pm#461068
ATUB @קומזיץ ATUB זייער שיינע גראמען, א שאד נאר אז דיין רבי זז"ג האט נישט אויסגענוצט א געלעגנהייט ביי זיין שטייעדיגע תורה זיך מסביר צו זיין. פנחס פרידמאן האט געוויזן אויף זיין עניוות אז ער ענטפערט קיינעם נישט אפ און ווען ער זאל שווייגן איבער דער נושא וואלטן ענק אוודאי געזאגט אז ער'ז זיך נישט מחוייב צו פארענטפערן. מהיכן דנתני גייט נישט אן ווען צענדליגער שטארבן פאר דער צייט? ער האט למעשה נישט געשוויגן און אויך זיך נישט מסביר געווען. ער האט געשפעט פון אנדערע. ער האט געזאגט אז די וואס געבן אכטונג מיינען אז די תורה ליגט זיי אין דער קעשענע און זיי ווילן געפעלן פאר דער רעגירונג. און מער נישט. דו שרייבסט "פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק", הייסט אז זיין אמת איז ליצנות. אויב אזוי איז דאס אויך מיין אמת. מיר זענען נאר מחולק וואו די לצנות איז געצילט. ביי אים איז ליצנות אחת דוחה מאה מיתות און ביי מיר מאה רביס.

יעצט צו די אנדערע קריטיקער: ווען דער מדובר זאל זיין א גאון אדער א ת"ח איבערהויפט אז ער האט מסביר געווען זיין שיטה ע"פ תורה, ש"ס ופוסקים, קען מען זאגן אז ער האט זיך טועה געווען אבער עס קומט אים נאך אלץ דרך ארץ פאר זיין כבוד התורה און פאר זיך ממית זיין באוהלה של תורה. מהיכי תיתי אבער אזא כבוד פאר א רבי, וואס איז נישט א ספעציעלער ת"ח, נישט באוואוסט אלץ א מתמיד, לעבט א לוקסוסדיגער לעבן, און לכו"ע האט ער זיין פאזיציע וועגן זיין פעטער? ער איז א מנהיג בישראל? כלל ישראל האט אסאך מנהיגים איז טאר מען אויף קיין איינער פון זיי נישט זאגן קיין בייז ווארט? ער האט טאקע אויפגעשטעלט מוסדות אבער עס זענען דא אנדערע ווי אים און זיי מאכן נישט ליצנות פון זיך היטן פון א מגיפה און טראגן נישט אויף דער פלייצע אלמנות און יתומים אזוי ווי ער האט גורם געווען. ער האט א צייטונג, א חבר כנסת, א מקובל פאר א ספאקסמאן, א שטייעדיגע תורה, טעלעפאן נייעס ליינס און לייוו סטרימינג. אונדז האבן איין קליינע ארעמע שטיבל איז דאס אויכעט ניט?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:11 pm#461070
בעבעלעך האט געשריבן: ער האט א צייטונג, א חבר כנסת, א מקובל פאר א ספאקסמאן, א שטייעדיגע תורה, טעלעפאן נייעס ליינס און לייוו סטרימינג. אונדז האבן איין קליינע ארעמע שטיבל איז דאס אויכעט ניט?

:דאבללייק:
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:15 pm#461091
איך האב נישט געמיינט די מנהלים דא וואס לאזן צו אזא אשכול
, נאר די שטימינג דא אז די פרומע הנהגות איז אן קיין שכל,
געב א קוק וויפהול אשכולות האבן דא ארויסגעשפראצט צו באזידלן די היימישע רבנים און ציבור פאר די טעותים וואס זיי זענען באגאנגען לויט די שרייבערס,
מיט די אשכול איז מען שוין געדאנקען א טריט ווייטער מיטן אנריפן א מנהיג בישראל " רוצח"
יענער געט נישט צו קיין שום חידוש צום נושא נאר אלטע אויסגעדראשענע קריטיק וואס מען קייט שוין איבער דא אין שטיבל די לעצטע פאר חדשים
אבער מען פילט זיך זיכער און מקובל אנצופאנגען זיין תגובות דא מיט א קיתון של שופכים אויף א מנהיג בישראל , אויף וואס ער ווייסט נישט כי היא זה זיינע שיטות און זיין הנהגה און זיין סדר מדי יום ביומו, נאר אפאר פארשזאוועטע טענות אז ער האט א קדילאק און הנהגה פון זיין פעטער .. און נאך שטותים
אנשטאט צו פרוביררן נאכגיין און ווילן פארשטיין א צוויטענס דעה
ווייל ער ווייסט אז ער גייט יעצט ווערן אקצעפירט אז א חלק פון די קליגע ווייל על טאלערירט נישט די אומוויסענדיגייט פון די פרומע היימישע עולם
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:27 pm#461094
Re: איך הייס בערל ****
סמבטיון האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די עקעלהאפטיגע שורות .
בעבעלעך, דו שפילסט זיך מיט פייער, טראכט 2 מאל פאר די לאזט דיינע שאנד ווערטער נעכטיגן.
ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:50 pm#461095
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.


מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:16 pm#461102
Re: איך הייס בערל ****
גבור חיל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.


מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...
ווענדט זיך וועלכע חסידים ער האט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:34 pm#461109
גבור חיל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.


מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...

איך האב געהערט, ווענדט זיך וויפיל אמונה דו האסט אין זיינע ווערטער...
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:56 pm#461113
בעבעלעך האט געשריבן:@קומזיץ זייער שיינע גראמען, א שאד נאר אז דיין רבי זז"ג האט נישט אויסגענוצט א געלעגנהייט ביי זיין שטייעדיגע תורה זיך מסביר צו זיין. פנחס פרידמאן האט געוויזן אויף זיין עניוות אז ער ענטפערט קיינעם נישט אפ און ווען ער זאל שווייגן איבער דער נושא וואלטן ענק אוודאי געזאגט אז ער'ז זיך נישט מחוייב צו פארענטפערן. מהיכן דנתני גייט נישט אן ווען צענדליגער שטארבן פאר דער צייט? ער האט למעשה נישט געשוויגן און אויך זיך נישט מסביר געווען. ער האט געשפעט פון אנדערע. ער האט געזאגט אז די וואס געבן אכטונג מיינען אז די תורה ליגט זיי אין דער קעשענע און זיי ווילן געפעלן פאר דער רעגירונג. און מער נישט. דו שרייבסט "פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק", הייסט אז זיין אמת איז ליצנות. אויב אזוי איז דאס אויך מיין אמת. מיר זענען נאר מחולק וואו די לצנות איז געצילט. ביי אים איז ליצנות אחת דוחה מאה מיתות און ביי מיר מאה רביס.

יעצט צו די אנדערע קריטיקער: ווען דער מדובר זאל זיין א גאון אדער א ת"ח איבערהויפט אז ער האט מסביר געווען זיין שיטה ע"פ תורה, ש"ס ופוסקים, קען מען זאגן אז ער האט זיך טועה געווען אבער עס קומט אים נאך אלץ דרך ארץ פאר זיין כבוד התורה און פאר זיך ממית זיין באוהלה של תורה. מהיכי תיתי אבער אזא כבוד פאר א רבי, וואס איז נישט א ספעציעלער ת"ח, נישט באוואוסט אלץ א מתמיד, לעבט א לוקסוסדיגער לעבן, און לכו"ע האט ער זיין פאזיציע וועגן זיין פעטער? ער איז א מנהיג בישראל? כלל ישראל האט אסאך מנהיגים איז טאר מען אויף קיין איינער פון זיי נישט זאגן קיין בייז ווארט? ער האט טאקע אויפגעשטעלט מוסדות אבער עס זענען דא אנדערע ווי אים און זיי מאכן נישט ליצנות פון זיך היטן פון א מגיפה און טראגן נישט אויף דער פלייצע אלמנות און יתומים אזוי ווי ער האט גורם געווען. ער האט א צייטונג, א חבר כנסת, א מקובל פאר א ספאקסמאן, א שטייעדיגע תורה, טעלעפאן נייעס ליינס און לייוו סטרימינג. אונדז האבן איין קליינע ארעמע שטיבל איז דאס אויכעט ניט?

אפשר קענט איהר ארויס ברענגען אייערע פערזענליכע איבערלעבונגען מיטן בעלזער רב שליט״א וועלכער האבן אייך געגבעבן אזאן קלארע בילד פון זיין גדלות אין תורה ויראת שמים. אייערע דברי ליצנות והתעללות ווייזט אז ווארשיינליך האט איהר יונק געווען נאר פונעם וויליאמסבורגער תורת הצמצום, און ניט אפילו געהאט איין געלענגהייט קענען צו לערנען דעם בעלזער רב שליט״א, אדער נאך אזעלכע גדולי ישראל וועלכער האבן ניט אפגעקויפט די הונגארישע/וויליאמסבורגער תורה פאר גוט געלט. איך בין אייך שטארק מייעץ זיך מכניע זיין און קענען לערנען גדולי ישראל ואדמורים וועלכער האבן די מסורה החסידית בטהרתה, ניט פון די פאלשע הונגארישע רביס/רבנים וועלכער האבן אויסגעמישט די יוצרות, און שפעטער געקומען פרעדיגן זייערע דיעות צו די וועלכער זענען אויפגעוואקסען על ברכי הצדיקים האמיתיים זצוק״ל.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:58 pm#461114
[quot
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:00 am#461115
בעבלעך, קומסט מיר פאר ווי א סאטמערע וואס איז געבליבן שטעקן ערגעץ אין די תשמ יאהרן, ווען מען האט קאנווינסד די יוגנט אז בעלזע רב גייט קורצע הויזן אין שפילט בעסקעט באל פאר כל נדרי, בעלזע רב איז נישט באוויסט פאר א תלמיד חכם??, גיוו מי א ברעיק ,פרעג דיך אביסעל נאך פאר די פירקלסט אפ אפאר שורות, ער איז נישט קיין מתמיד? טאקע מיט דעם פנחס פריעדמאן איז ער אפגעזיצן יאהרן נעכט אויף נעכט אין געלערנט עד עלות השחר און שפעטער אויך, פון ווייס איך עס? ווייל איך בין געווען אין רבס שטוב א בן בית, און איך האב עס אליין געזעהן און מיטגעהאלטן.

און די בעסטע געפעלט מיר ווי דער חכם הרזים שרייבט, אז ער איז דאך נאר רבי ווייל זיין פעטער איז געווען רבי, אזוי? סא בעלזע רב איז געווארן רבי ביי די 18 יאהר זיך איינגעשפארט פאר 55 יאהר און סאמהאו האט זיך אויפגעשטעלט אן אימפעריע פו תורה וחסידות, און ממש לעצטענס איז ארויסגעקומען פארדאמען די מאסקעס , ווער איז ער בכלל ? ווער איז ער צו האבן א מיינונג? איך הער וואס דו טאנעסט.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:09 am#461117
Re: איך הייס בערל ****
תפארת האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:שוטה רשע וגס רוח!

גס רוח במילא,רשע במילא נישט... אבער א שוטה אזאנס האט נאך קיינער געזאגט אויף איהם
שטייט שוין אין רש"י וקור"ח שפיקח היה מה ראה לשטות זה.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:17 am#461120
קל וחומר איך האב נישט געמיינט צו סטראשענעון איינעם, יעדער קען שרייבן וואס ער וויל, איך האב נאר דערמאנט וואס שטייט אין חז"ל, רעדן אויף א גדול בישראל איז א שווערע מעשה, מיט ווייטאגליכע קאנסעקווענצן, און עס לוינט נישט, זיכער נישט פאר אפאר לייקס. דעטס אלל. מען קען מעקן אהער און אהין, יעדער ווייסט וואס דער כותב השורות מיינט דא. איך זאג עס נאכאמאל, עס וועט איהם קאסטן א טייערע פרייז.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:36 am#461123
גבור חיל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.


מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...

סד'א א מעשה אז דער פאפא רב זצ"ל האט געפרעגט זיין פעטער דעם צעלימער רב זצ"ל זיין חות דעת צו ער מעג גיין צום כותל. האט עים צעלימער רב געזאגט צו דו מעגסט גיין צו נישט ווייסעך נישט אבער אויב ווילסטו האבן שויבן אין דיין פענסטער זאלסטו בעסער נישט גיין...
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:38 am#461124
שמעקעדיג האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.


מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...

איך האב געהערט, ווענדט זיך וויפיל אמונה דו האסט אין זיינע ווערטער...

איך האב געהערט: אויב די חסידים האבן עס געהערט, דארפסטו חושש זיין...
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:13 am#461137
6t13tley.jpg

לאור דער שער בלאט פון המחנה החרדי וואס באשולדיגט שפיטעלער מיט רציחה צוזאמען מיט א גילוי דעת צום סוף, וויל איך אויך מגלה דעת זיין:
לצד זעקת הכאב המובאים כאן, חלילה להכליל כמובן, את מאות הרבנים, מורי הוראה וראשי ישיבות, וגם מספר מצומצם של אדמו"רים, העוסקים בעבודת הקודש במסירות וביעילות, להציל נפשות מישראל.