Under maintenance
הויפט זייט » ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?

ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14278
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:42 pm#460991
ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
אין א אנדערן אשכול האב איך געשריבן :

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.

דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.

האט ATUB @רביה"ק ATUB גע'טענה'ט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עה, נישט ממש, כ'בין לעצטנס געווען אין א געגנד אין די סטעיטס, די נייטלייף גייט אן מיט'ן פולן טעמפאו, כמעט וואס מ'זעהט נישט קיין מאסקעס..

ווי איז דאס, און ווי נאך איז דא וואס מ'טוט זערא, ממש זערא, וועגן די קאראנא וויירוס?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:42 pm#461003
כרגע געפין איך זיך אין שיקאגא, אין די גאסן זעט זיך גארנישט אן חוץ דער פאקט אז געוויסע גאווערמענט סערוויסעס און אפיסעס זענען סוספענדירט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:06 pm#461011
אין די היימישע געגנטער גייען מייסנטס גוים מיט מאסקעס און נאר די אידן נישט, וועגן דעם באקומט מען אזא איינדרוק כאילו ס'איז אידן יא גוים נישט, אין אנדערע געגנטער איז אבער נישט אזוי, ס'איז אינטערעסאנט טאקע פארוואס.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:22 pm#461012
געווען לעצטענס אין א סטאר אין pa און זיי האבן מיר געזאגט אז א מאסקע איז אפשינעל
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:42 pm#461014
א גרוס פון מיינס א נאנטן וואס איז איצט געווען אין פלארידע (ווייס נישט גענוי וועלכע געגנט) מאסקעס איז נישן צום האבן

נאך איינער, א חבר וואס האט געוויילט ראש השנה אין קליוולאנד זאגט מיר, אז די מאסקעס האבן זיך אפגעטוהן פון פאר זיינע אויגן ווי נאר ער איז אראפ פון פליגער, און זיי האבן זיך צוריקגעקערט ווי נאר ער איז צוריק ארויף
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:32 pm#461019
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
דאס איז ווייטער אין אמעריקע ווי די פרעזידענט פון אמעריקע איז ממש א חסיד טרעף מיר ערגעץ אנדערש פון אמעריקע

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:46 pm#461020
ווילסט א גרוס פון זימבאבוועי?
קוקט נישט אויס ווי איך וועל האבן א קאנטאקט דארט אין די ניער פיוטשער
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:41 pm#461042
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
מי לנו גדול ווי די מחבר פונעם ווירוס אליין. אין כינע מעג מען שוין גיין אן מאסקעס זייט אױגוסט.


m https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKBN25H0H8 m
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:49 pm#461064
די שאלה איז נישט אויב עס זענען דא מענטשן וואס פייפן זיך אהן. אוודאי זענען דא אין יעדע פאלק און אין יעדע לאנד. פונקט ווי עס זענען דא מענטשן וואס גייען אייביג איבער די ספיד לימיט אדער גייען נישט קיין סיט בעלט'ס וכו'.

די שאלה איז אויב ערגעץ ווי ווי ס'איז דא נייע קעיסעס, אפילו גאר ווייניג נייע קעיסעס, מעג מען אפיציעל אינגאנצען אנגיין מיט'ן לעבן אהן קיין שום זהירות. איך רעד נישט דווקא פון מאסקעס, נאר פון סיי וועלכע זהירות.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:10 pm#461069
זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:11 pm#461080
בראשית רבה סג, ו
"וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ" וכו'
ריש לקיש אמר, זה מתיר ציוויו של זה, וזה מתיר ציוויו של זה...
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:38 pm#461085
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:17 pm#461103
נאכאמאל, איך רעד נישט דווקא פון מאסקס. אין די רורעל ערטער מאכט מען יעצט גרויסע חתונות אן קיין שום באגרעניצונגען??
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:28 pm#461108
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
מנחם ציון האט געשריבן:זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:25 am#461121
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:נאכאמאל, איך רעד נישט דווקא פון מאסקס. אין די רורעל ערטער מאכט מען יעצט גרויסע חתונות אן קיין שום באגרעניצונגען??
די סיבה פארוואס איך ברענג מאסקעס איז ווייל דאס איז א אפענע זאך וואס יעדער זעהט, אבער איה"נ איך מיין על הכלל כולו יצא, אין רוב שטעט גיבט די המון עם נישט קיין ריק פארן גאנצן קאוויד, ממש נאר אין די גרעסערע סיטיס, און דארט אויך נאר אויס מורא פאר געלט קנס.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:23 pm#461164
קנדה האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זיי האבן א נידעריגע טויט ראטע אזויווי לוקאשענקא האט געזיגט אין די וואלן
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:01 pm#461226
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.
מסתמא נאר אין אנדערע סטעיטס, איך בין געווען פאריגע וואך אויפן טראוועי, אין א רעסט עריע א שעה נאך אלבאני האט מען נאך געשריגן קולות פארן אריינקומען אן א מאסק.

קען זיין נאר אויף חסידים שרייט מען.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:25 pm#461227
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
מנחם ציון האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זיי האבן א נידעריגע טויט ראטע אזויווי לוקאשענקא האט געזיגט אין די וואלן
ווייל זיי האבן אסאך בעטן אים שפיטעלער אסאך מער ווי אנדערע לענדער

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:49 pm#461231
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
אונטער חכם האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.
מסתמא נאר אין אנדערע סטעיטס, איך בין געווען פאריגע וואך אויפן טראוועי, אין א רעסט עריע א שעה נאך אלבאני האט מען נאך געשריגן קולות פארן אריינקומען אן א מאסק.

קען זיין נאר אויף חסידים שרייט מען.
אין צפון זייט פון ניו יארק ביזטו גערעכט, אבער ס'האט גאנץ קנאפ צו טוהן מיט קאוויד, ס'ענדערש צוליב אנטיסעמיטיזם, ניו יארק ספעציעל די אויבערשטע טייל איז ספעציעל געבענטשט געווארן מיט אנטיסעמיטיזם, פארוואס ווייס איך נישט.
איך האב שוין געהאט די זכי' צו ווערן נאכגעשריגן אין ניו יארק עטליכע מאל, נאך לאנג פאר קאוויד. און איך האב שוין ג'טרעוועלט אין רוב אמעריקאנער סטעיטס, און כ'בין היפש אויפן ראוד, און כ'קען דיר זאגן מיט א פולע מויל, אז אין כמעט גאנץ אמעריקע ווי כ'בין נאר געווען, האט מיך קיינער נישט נאכגעשריגן, חוץ עפעס מאל מיט יארן צוריק, אויך נישט נאכגעשריגן נאר מיר געזאגט אז כ'גיי אנגעטוהן פאני, אבער חוץ פון דעם האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין שום אנטיסעמיטישע אנפאל, חוץ אין ניו יארק.

און די פריינטליכקייט וואס די מיד-וועסט אדער דרום שטאטן ווייזן ארויס פאר א איד קען מען מן הסתם נישט געפונען אין גאנץ אמעריקע, ווי למשל, קאנטאקי, טענעסי, ועוד
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:36 pm#461305
יעצט מאכסטו אונז נייגעריג וואס דו טוהסט פאר פרנסה (אדער אינטערטעינמענט).
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:32 pm#461310
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
איך אויך האט געשריבן:יעצט מאכסטו אונז נייגעריג וואס דו טוהסט פאר פרנסה (אדער אינטערטעינמענט).
צו וועמען רעדסטו?
מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:48 pm#461312
צו דיר.
זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:30 am#461322
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
אסאך געגנטער אפסטעיט זענען אפשטאמיגער פון דייטשן און האבן טאקע דייטשע נעמען און זענען נאך געבליבן מיט דער אידן האס אפילו זיי האבן נאך קיינמאל געזען א איד פאר די אויגן.

ערגעץ האב איך אמאל געליינט וואו אין א געגנט גאר ווייט ארויף אין די boondocks פון ניו יארק איז נישט צו באוואוינט אבער זיי האבן דארט א טורמע און די טורמע וועכטער זענען דייטשע אפשטאמיגער מיט דייטשע נעמען און פון די בילדער זעהן זיי אויס אזוי ווי נאציס. הכלל זיי זענען יארן לאנג אן געגאנגען מיט געפערליכע פיינוגען און פארברעכנס קעגן שווארצע בעיקר אבער עס האט גענומען יארן ממש ביז לעצטענס אז די סטעיט זאל זיך אריין מישן. למעשה האבן זיי נישט פארמשפט די רשעים וואס ס'קומט זיך זיי אזוי ווי די אלטע סאוט ראסיסטן האבן אויס געלעבט די יארן און אן קיין דין וחשבון.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:37 am#461323
Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?
גראף האט געשריבן:אסאך געגנטער אפסטעיט האבן טאקע דייטשע נעמען און זענען נאך געבליבן מיט דער אידן האס אפילו זיי האבן נאך קיינמאל געזען א איד פאר די אויגן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ס'האט מיר פארציילט א חבר מיינער וואס האט געקויפט א הייזקע אין סאפערן ניו יארק, און ער איז צוריק געגאנגען די דידס פונעם ערשטן קונה, און ס'שטייט קלאר ארויס אינעם דיד אז מ'טטר עס נישט פארקויפן פאר היבס אדער ניגראוס