פארומס › US Mint - Coins

US Mint - Coins

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14318
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:05 pm#462055
איינער דרייט מיר אראפ דעם קאפ די לעצטע 24 שעה, אז כ'זאל מיר איינהאנדלען א גאלד coin, וואס וועט זיין אוועליבל אין א טאג צוויי ארום, און ווי נאר איך שיק אים א קאנפירמעישן אז כ'האב זיך איינגעהאנדלט א coin, שיקט ער מיר תיכף ומיד טויזנט דאללער קאמישן.

ס'איז א לימיטעד עדישן און ער טענה'ט אז מען מעג נאר קויפן איין coin אויפן אייגענעם נאמען, און וויבאלד ער איז איז א coin דיללער וויל ער זיך איינהאנדלען ווי מער coins.

מאכט דער געשעפט סענס?

מער פרטים וועגן די קוינס, לינק וואס ער האט מיר געשיקט
m https://catalog.usmint.gov/end-of-world ... -20XE.html m
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:18 pm#462058
יא עס איז אמת.

PFS buyers group
טוט אויך אנבאטן טויזענט דאלער קאמישען.


למעשה אויב איר וועט עס האלטן וועט עס בפשטות זיין "אסאך" מער ווערט נאך א קורצע שטיק צייט (אפאר טעג אדער וואכן).

עס איז זיכער אז עס לוינט.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:23 pm#462060
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז זיכער אז עס לוינט.

האסטו געקויפט איינס?
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:26 pm#462061
טוכעס געשעפטן...
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:31 pm#462063
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז זיכער אז עס לוינט.

האסטו געקויפט איינס?


איך גיי קויפן. עס איז נאכנישט אוועילעבל.
קאך_לעפל האט געשריבן:טוכעס געשעפטן...
איך זיך נישט קיינעם צו איבערצייגן, איך זאג בלויז אז יא, עס איז אן אפורטוניטי צו מאכן א גרינגען אלפ'ל.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 5:10 pm#462068
עס איז זייער שווער צו כאפן איינס. די סאפפליי איז אסאך קלענער ווי די דימענד.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 6:40 pm#462072
ווי אזוי זענען אבער די פירמעס אזוי פארזיכערט אז זיי זענען גרייט צו צאלן אין עדווענסט טויזנט דאללער?
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 7:21 pm#462076
ווייל דאס איז א לימיטעד עדישען, און א Must Have פאר אסאך מטבעות זאמלער.

לפי וויאזוי עס איז געווען מיט די פריערדיגע אזוינע ספעציעלע מטבעות גייט די ווערט דערפון שטייגן גאר אסאך אין א רעלאטיוו קורצע צייט, ווייל אלע מטבעות זאמלער וועלן זיך כאפן דערצו.


צ.ב. לעצטע יאר די צייט האט די מינט ארויסגעגעבן אזא סארט מטבע פון זילבער פאר די פרייז פון $65 PFS buyers group האט עס אפגעקויפט פאר $165 אבער סוף וואך האט שוין די פרייז געהאלטן (אויף איבעי און אנדערע ליציטאציע זייטלעך) ארום $700!!!
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 11:57 pm#462084
1. שוין דא היימישע פירמעס וואס אפערן 2100 דאלער קאמישען.

2. זיי פראדעצירן בלויז 2 טויזנט שטיקלעך. So, do the math about your chances.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 11:27 am#462100
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:55 pm#462102
Easy Shopping האט געשריבן:אויף ebay ווערט עס פארקויפט פאר $9999

https://www.ebay.com/itm/2020-End-of-World-War-II-75th-Anniversary-American-Eagle-Gold-Proof-Coin-PRESALE/124423109492
סאיז דא אלע מינע פרייזען.

ווי זוי קען ער פארקויפן נאך פאר סאיז עוועיליבעל?
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 2:02 pm#462107
למעשה


ווער דא האט א גאלדענע?
פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 2:57 am#462160
עס איז כמעט נישט געווען מעגליך צי כאפן א גאלדענע איך האב גענומען 5 זילבערנע
פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 3:34 pm#462176
דער דארפסמאן האט געשריבן:עס איז כמעט נישט געווען מעגליך צי כאפן א גאלדענע איך האב גענומען 5 זילבערנע
אויף dansdeals האבן בערך 15 מענטשען געזאגט זיי האבן געקויפט די גאלדענע.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 8:49 am#462212
אין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals :?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 9:03 am#462213
דער דארפסמאן האט געשריבן:אין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals :?
פארוואס נישט?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:49 pm#462243
דער דארפסמאן האט געשריבן:אין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals :?
וואס איז די חידוש?

אויב איז ער דארטן פארוואס נישט אויב צו מאכן אפאר דולר.
מאנטאג מערץ 15, 2021 9:45 am#468545
Re: US Mint - Coins
איינער ווייסט פון א קונה פאר די סעט פין מערץ 11 וואס צאלט און די געגנט פין $5000?
מאנטאג מערץ 15, 2021 9:52 pm#468581
אויף איבעי ווייזט עס פארקויפט זיך פאר אביסל איבער $5000, זוך די טייטל פונם סעט און פילטער ״sold items״ צו זען וואס קונים האבן פאקטיש באצאלט.

עס קוקט אויס עז אוו טודעי איז שוין געווען אויף איבעי 22 סעילס (אויסער אויב טייל זענען פאלשע סעילס ארויפצוטרייבען די פרייזן).