Under maintenance
הויפט זייט » א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14320
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 1:37 pm#462106
א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין
אין די טעג איז ערשינען צוויי ווידעאוס פון א באזוך אין די חרדי'שע געגנטער אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דורך א וולאגער, איינער פיטער סאנטענעלאו.

דער וולאגער איז א גרויסער טרעוולער וועלכער האט שוין ארומגערייזט צו איבער 90 מדינות, און אין פילע אנדערע אינטערעסאנטע געגנטער. ער כאפט אפ זיינע באזוכן און ער פובליצירט עס אויף יו-טוב.

חול המועד סוכות האט ער אפגעשטאט א באזוך אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג. ער ווערט באגלייט דורך דער חסידישער שרייבער פון עמי מאגאזין, שלמה זיאנץ.
אין בארא פארק שפאצירן זיי אראפ דרייצענטע עוועניו און דערנאך באזוכן זיי אין מענדעלסאנס פיצא געשעפט אויף אכצענטע עוועניו.

דערנאך באזוכן זיי אין וויליאמסבורג וואו א היימישער איד האט זיי אריינגענומען אין זיין קינדער-געבענטשטע שטוב.

ס'גאנץ אינטערעסאנט.
ער דארף בקרוב ארויסגעבן א ווידעאו פון קראון הייטס.

א באזוך אין בארא פארק

m https://www.youtube.com/watch?v=GCz_9zaomio&t=1s m
פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 10:39 am#462167
Wow
מאסיווע ארבעט דורך דעי איד וואס ווייזט אים ארום בארא פארק
פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 12:32 pm#462172
שלוימיס קאַנאַל m https://www.youtube.com/shloimezionce m , פיינע נייעס

אינטערעסאַנט ער טייטשט טפל, "אָן די סייד"
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 8:44 am#462211
היינט קומט ארויס די דריטע עפיזאד
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:26 pm#462253
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 7:15 pm#462288
דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 12:11 pm#462718
ווערט די וואך באשריבן אין די עמי
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 5:29 pm#462734
mevakesh האט געשריבן:דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן

ער איז א מוסטער פון א קינד וואס זיין השקפה און ידיעות גייט נישט אין ראנג מיט זיין אויסקוק און סעקולערע חינוך, ס'הייסט אין אנדערע ווערטער; אינדערהיים הערט ער נישט פונקטליך די זעלבע מעסעדזשעס ווי אין חדר, אבער פארט מיט די זעלבע קאנפארמיטי מיטן גאנצן לבוש, די פלעסטיק גלעזער מיטן צובראכענעם ענגלישן אקצענט וואס קען נישט צאמשטעלן צווײ זאצן... וואס קייעט איבער די סמארטפאון העצע וואס זיין מנהל האט געזאגט ביי א שובבים דרשה...

מ'דארף זיין בלינד נישט אנצומערקן די קעגנזייטיגע השקפות... ס'טוט מיר וויי, ווייל אזא שארף קינד האט אזויפיל potential צו זיין באמת אן עדזשוקעיטעד אינדיווידואל ווען ער וואקסט אויף, איז מען ביזי אנצופילן זיין אומשולדיג קעפל מיט שטותים און הבלים ווי מ'דארף אוועקשטיין פון אוילאם האזע... דער טאטע איז גארנישט בעסער נעבעך...
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 9:47 am#462791
איך שפיר אז דאס איז די איינציגסטע וועג פארשטיין צו געבן פאר די וועלט וואס א וויליאמסבורגער חסיד איז, טראץ וואס דאס טוט נישט רעפרעזענטירן מיר און מיין געדאנקענגאנג און אזוי אויך רוב היגע ליינער און שרייבער, איז עס א וויכטיגע זאך.

גיבט א קוק אין די קאמענטס וועט איר פארשטיין.

די פאר משוגעת׳ן פון סמארטפאונס, לולב, און אזוי אויך זיין נארישע האס צו ׳ליבערעלס׳ וואלט געווען בעסער נישט צו לופטערן.
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 3:42 pm#464004
דער דארפסמאן האט געשריבן:https://youtu.be/wdBdAQtLp_k

די וועג וויאזוי דעם אכסניא'ס שטימע ווערט שטילער ווי נאר פיטער פרעגט אים אן וועגן נדה :lol: :lol: איך בין נייגעריג וויאזוי outsiders רעאגירן צו דעם... ס'איז אין די קליינע nuances וואס מענטשן כאפן נישט אז זיי פארציילן פאר די וועלט וועגן זייער אייגענע קולטור.

אן אינטערסאנטע באמערקונג דער vlogger שרייבט אין זיין טשענל דיסקריפשן, אז ער זוכט צו דעקן א וועלט וואס די מידיע פארפאסט צו רעקארדירן, אבער למעשה יעדער מענטש האט זיין אייגענע בייעס, סא איך זעה נישט וואס ער טוט אויף. אוודאי איז עס אינטערסאנט און אינפארמאטיוו צו רעדן מיט לאוקלס, אבער איך האב עס געטראפן איראניש אז די מיידל תוך כדי דיבור ווען זי איז מסביר אז יעדע שרייבער/פילמאכער איז בייעסד אנטקעגן היימישע אידן, איז זי פונקט אזוי בייעסד אויף די פארקערטע זייט! אידישקייט איז אזוי גוט און פרויען זענען נישט צווייטע קלאס בירגער און אלעס וואס מ'זעהט אין מאוויס איז pure hatred דאס איז נישט איינזייטיג?... זייער אינטערסאנט אז אין וויליאמסבורג האט מען עפעס נישט געטראפן א פרוי צו זאגן די זעלבע... קיינער גייט נישט פארציילן די שמוציגע חלקים פון זיין קולטור/רעליגיע/היימשטאט

ס'איז אזוי מאדנע, ווייל די פרויען אין די עפיזאד ווי ער באזוכט סאודי אראביע האבן געזונגען די זעלבע ניגון, די וועלט באטראכט אונז ווי ראדאקאליסטן וואס זענען אונטערדריקט. אבער מיר זענען געהעריג אויפגעקלערט און פארגעשריטן זיי געבן אים דארט א טור פון גאנצע ביזנעס פון פרויען וואס דארף אפיציעל צייגן אויף פעמעניזם און progressivism אבער נאך אלע מיט די שווארצע קליידער ביז די jaw bone...
זונטאג דעצעמבער 13, 2020 7:46 pm#464046
היינט איז ארויס א פרישע ווידעא ווי ער באזוכט די חסידישער מוזיק וועלט. אויף די היינטיגע קליפ באזוכט ער בערי וועבער און זיין ישיבה ״ישיבת כוכבי אור״ און בעני פרידמאן.

m https://www.youtube.com/watch?v=Sj6BA4W ... e=youtu.be m
זונטאג דעצעמבער 13, 2020 8:07 pm#464048
Meeting Hasidic Jewish Celebrities - How are they different?
Beri Weber and Benny Friedman

m https://youtu.be/Sj6BA4Wk0bs m
זונטאג דעצעמבער 13, 2020 8:08 pm#464049
How this Hasidic Jews can save your life

Chaveirim Monsey

m https://youtu.be/yeaV1l3NTsI m
מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:45 pm#464105
דער פאפולער וולאגער ActionKid וואס שפאצירט דורך געגנטער און מאכט ווידיעאוס האט געמאכט אזא שפאציר אויף 13טע עוועניו אין בארא פארק אפאר וואכן צוריק

Walking Hasidic Jewish Community of Brooklyn : 13th Avenue, Borough Park, NYC
m https://youtu.be/dgWN73QbMQw m
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 9:39 pm#464297
א פרישע ווידעא מיט פרויען פון די קאמיוניטי.

In this video, we go deep into the Hasidic world of Boro Park, NYC to talk to a local Hasidic woman and her friends. This is an eye-opening experience full of surprises and golden nuggets of wisdom.

m https://www.youtube.com/watch?v=jUDFpt6lcew m
פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 1:34 pm#464316
לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 2:17 pm#464319
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.

גאר א גוטע דזא"ב! קוקט אויס ווי א ליבאוויטשע פרוי
מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 8:30 pm#464324
דאכט זיך זי איז א באבוב'ע פרוי.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:58 am#464412
א טור אין די חסידישער ברוקלין מיט פרויען פון די קאמינויטי חלק ב׳.

באזוכט צווישן אנדערע א שייטל סאלאן: m https://m.youtube.com/watch?v=G2iOpF4mN9I m
מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 6:15 pm#464452
בן ישי האט געשריבן:Meeting Hasidic Jewish Celebrities - How are they different?
Beri Weber and Benny Friedman

https://youtu.be/Sj6BA4Wk0bs

די לינק איז געבלאקט ביי מיר איך האב עטליכע מאל רעקוועסט עקסעס זיי שרייבן אז ס'איז אפן אבער ס'איז נישט
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:38 pm#464708
א נייע ווידעא מיט ליפא.
m https://m.youtube.com/watch?v=Vq9w47JfcG4 m
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 3:05 pm#464720
היכי דמי האט געשריבן:א נייע ווידעא מיט ליפא.
https://m.youtube.com/watch?v=Vq9w47JfcG4


Wow! It's one of a kind!
ליפא קומט אריין קלאר און שטארק, און פארציילט גאר שיין איבער זיין היסטאריע, ער ווארפט אריין וועגן זיין Transition צו "מאדערן ארטעדאקס" און צוריק צום "העסידיק" קאמיוניטי... אינספרירענד.

Upcoming Video: Shabbos By Hassidic Jews
זונטאג יאנואר 03, 2021 6:10 pm#465062
א פרישע ווידעא מיט הרב מאניס פרידמאן ארום דאס אידישע לעבענסשטייגער צווישן מאן און ווייב.

m https://m.youtube.com/watch?v=U9Ru4-yPoOg m
דינסטאג יאנואר 12, 2021 7:34 pm#465543
נעקסט לעוועל: די אטמעספערע ביי א הייליגע שבת סעודה m https://www.youtube.com/watch?v=s01ZO13Jq5M m
דינסטאג יאנואר 12, 2021 8:31 pm#465544
וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וועלכע 5 רבנים האבן דאס מתיר געווען.