Under maintenance
הויפט זייט » וואס איז געשען מיט Fox News ?

וואס איז געשען מיט Fox News ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14321
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 4:10 pm#462113
וואס איז געשען מיט Fox News ?
Fox News איז נתייסד געווארן צו זיין א תשובת המשקל צו די לינקע מידיא און איר גאנצע וועזן איז גענויגט אויף רעכטס, סדא וואס טענהן אז ווען נישט זיי וואלט אזא איינער ווי טראמפ עס קיינמאל נישט געקענט געמאכט אין 2016 כאטשיג זיי האבן אין אנהייב אים געגעבן שוואכע שטיצע און אפילו פרובירט צו אונטערהאקן (סדא וואס זאגן אז פאקס האט מורא פון א טראמפ מידיא קאמפאטישאן) אבער צום סוף האבן זיי זיך אויסגעגליכן

א שווארצע קאץ איז אבער דורכגעלאפן אין יעצטיגען עלעקשאן מיטן מכה בפטיש דינסטאג נאכט ווען זיי האבן דערקלערט אריזאנע פאר ביידען, טראמפס קאמפיין האט זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן Fox און סאיז יעצט א אפענע פייט, די קאנסערוואטיווע מידיע זעלנער זענען היפש צומישט ווייל א גרויס חלק פון זיי ארבעטן דאך פאר Fox אבער די honeymoon איז ווארשיינליך אווער

סאושעל מידיע ריזן ווי פעיסבוק און טוויטער האבן לעצטענס אנגעהויבן שטארק צו צענזירן רעכט קאנסערוואטיווע גרופעס און זייערע מעסעדזשעס, טוויטער פארשטעלט יעצט כמעט יעדע טראמפ און טראמפ קאמפיין טוויט מיט א פלעג אז סאיז נישט פאקטליך אדער ריכטיג, פעיסבוק האט היינט אויסגעמעקט א גרופע פון איבער 300,000 טראמפ שטיצער, דאס אלעס מאכט זייער שווער אז טראמפס מעסעדזשעס זאלן אנקומען ווי ער וויל און נישט האבן Fox אינגאנצן אויף זיין זייט וועט אים אויך לכאורה טייער קאסטן
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 4:50 pm#462116
פאַקס ניוס איז געגרינדעט געווארן דורך א גרויסע מידיא מאגול און שטארק רעכטער פערזאן. געהייסן האט ער ראדזשער עילס, ער האט געארבעט פאר א אנדער נעטווארק און האט געהאט שטארקע עקפערינס אין די מידיא מארקעט און האט געזען א ריזיגע אפארטוניטי. האט ער פארגעלייגט זיין פלאן פאר רופערט מארדאך (א שטארקע לינקע), און רופערט האט ביי איהם אינוועסטירט. די דיעל איז אלס געווען אז רופערט ווערט נישט אינוואלווד, און אז עילס וועט האבן אטאנאמיע.

אזוי איז געווען יארן לאנג ביז מארדאך'ס קינדער זענען אריינגעקומען אין די געשעפט. און זיי האבן יא אנגעהויבן פאטשקען. און האבן זיך שטארק געריבן מיט עילס. עווענטועל זענען זיי פטור געווארן פון עילס. און זייט דעמאלסט ציעט פאקס לינקס. ס'דא מער צו די מעשה אבער איך האב נישט די געדולד צו שרייבן. על כל פנים, פאקס איז נישט קיין רעכטע נעטווארק. סיידן פון הענעטי, קארלסאן, בארטיראמא, דאבס.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 4:57 pm#462118
Re: וואס איז געשען מיט Fox News ?
איך פארשטיי נישט וואס איז די איבערקערעניש וועגן פאקס (צו אנדערע) לגבי רופן די עלעקשאן'ס.

די רעכטע האבן טענות אז פאקס האט געווארט צו לאנג ביז זיי האבן דערקלערט פלארידא פאר טראמפ, און אז זיי האבן געגעבן אריזאנע פאר ביידען צו פרי.
וואס מאכט עס אויס? דאס טוישט נישט די מציאות פון די וואוטס, איז וועם גייט אן אז זיי מאכן א טעות?


עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:52 pm#462120
ממש יעצט

אויף ענגליש הייסט דאס poetic justice אויב Fox איז דער פיינעל גורם אז יעדער זאל דערקלערן ביידען אלץ געווינער
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 5:56 pm#462121
פאליטיקאנט האט געשריבן:

עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.

עס האט שוין איינמאל, אויב ביידען -וועלכע האלט לפי פאקס ביי 264 עלעקטאראלס - ווער דערקלערט אלס זיגער אין נעוואדע איז ער אן קיין תירוצים א געווינער לויט פאקס גערעכט?
משא"כ ווען זיי וואלטן נישט גערופן אריזאנע פאר אים האלט ער נאר ביי 253
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:10 pm#462122
הייסן הייסט עס אז טראמפ האט אנגעשייגעצט מורדאק אויפן טעל. ביינאכט פון די וואלן
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:17 pm#462123
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז די איבערקערעניש וועגן פאקס (צו אנדערע) לגבי רופן די עלעקשאן'ס.

די רעכטע האבן טענות אז פאקס האט געווארט צו לאנג ביז זיי האבן דערקלערט פלארידא פאר טראמפ, און אז זיי האבן געגעבן אריזאנע פאר ביידען צו פרי.
וואס מאכט עס אויס? דאס טוישט נישט די מציאות פון די וואוטס, איז וועם גייט אן אז זיי מאכן א טעות?


עס זעט אויס כאילו אלס ווענדט זיך אין וואס די גרויסע מידיא נעטווארקס דערקלערן?!.

Aaron Rupar אויף טוויטער פרעגט עקזעקטלי דיין קשיא, גאנץ אינטערעסאנטע ריפלייס

די פשוטע תשובה איז אז פאר טראמפ שטיצער קומט אן זייער שווער צו פעיסן ריעליטי און ווען איינער ברענגט פאקטן וואס שטימט נישט מיט זייער ריעליטי דיסטארשען ווערט יענער א פאררעטער, גנב און גזלן

געדענקסט די דיבעיטס? יעדע מאדערטער איז געווען בייעסד, אזוי אויך יעדע רעפארטער וואס האט נאר אמאל געפרעגט טראמפ שווערע שאלות
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:32 pm#462124
נעקסט גייט כלבא פרעגן ווי קען זיין אז קריס וואַלעס איז בייעסד? ער ארבעט דאך אין פאקס!?
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 6:52 pm#462125
קורקלענד, אקעי, דאס איז פאר דיר

ראדזשער עילס בכבודו ובעצמו וועגן קריס וואלעס:
One of the best interviewers in the business, I have no idea what he thinks personally, but he asks tough questions of everybody
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 7:20 pm#462127
כלבאשבוע האט געשריבן:געדענקסט די דיבעיטס? יעדע מאדערטער איז געווען בייעסד, אזוי אויך יעדע רעפארטער וואס האט נאר אמאל געפרעגט טראמפ שווערע שאלות

כאפ נישט פונקטליך דיין פאזישן

דא שטימסטו צו אז ס'איז דא איינזייטיגקייט אין סאציעלע מידיא פלאטפארמעס,
כלבאשבוע האט געשריבן:סאושעל מידיע ריזן ווי פעיסבוק און טוויטער האבן לעצטענס אנגעהויבן שטארק צו צענזירן רעכט קאנסערוואטיווע גרופעס און זייערע מעסעדזשעס, טוויטער פארשטעלט יעצט כמעט יעדע טראמפ און טראמפ קאמפיין טוויט מיט א פלעג אז סאיז נישט פאקטליך אדער ריכטיג, פעיסבוק האט היינט אויסגעמעקט א גרופע פון איבער 300,000 טראמפ שטיצער, דאס אלעס מאכט זייער שווער אז טראמפס מעסעדזשעס זאלן אנקומען ווי ער וויל און נישט האבן Fox אינגאנצן אויף זיין זייט וועט אים אויך לכאורה טייער קאסטן

איצט, פארוואס קען נישט זיין קיין איינזייטיגקייט אין אינקארפערעיט מידיא?
אויב א זאך וואס ווערט געטריבן דורך דעת הקהל, און טעכניש האט נישט די קאמפעני צו אריינרעדן, מיט דעם אלעם צענזורירן זיי,
איז פארוואס זאלן די גרויסע מידיא נעצן נישט ווערן געטריבן פון איינזייטיגקייט? פארוועם דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון?
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 7:21 pm#462128
קורקלענד האט געשריבן:נעקסט גייט כלבא פרעגן ווי קען זיין אז קריס וואַלעס איז בייעסד? ער ארבעט דאך אין פאקס!?

צריך לומר נעקסט גייט כלבא בילן
וועלכע הינט זעהט נישט זייער איינזייטיגקייט?
זיי שעמען זיך נישט דערמיט, צו וואס ברויך מען זיי קאווערן?
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 7:44 pm#462131
כלבאשבוע האט געשריבן:קורקלענד, אקעי, דאס איז פאר דיר

ראדזשער עילס בכבודו ובעצמו וועגן קריס וואלעס:
One of the best interviewers in the business, I have no idea what he thinks personally, but he asks tough questions of everybody

אפשר ווען ער האט געארבעט פאר עילס...
פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 10:20 am#462165
Re: וואס איז געשען מיט Fox News ?
כלבאשבוע האט געשריבן:קורקלענד, אקעי, דאס איז פאר דיר

ראדזשער עילס בכבודו ובעצמו וועגן קריס וואלעס:
One of the best interviewers in the business, I have no idea what he thinks personally, but he asks tough questions of everybody
ראדזשער עילס איז עכט אויך לינקס.
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 1:48 am#462380
קורקלענד האט געשריבן:פאַקס ניוס איז געגרינדעט געווארן דורך א גרויסע מידיא מאגול און שטארק רעכטער פערזאן. געהייסן האט ער ראדזשער עילס, ער האט געארבעט פאר א אנדער נעטווארק און האט געהאט שטארקע עקפערינס אין די מידיא מארקעט און האט געזען א ריזיגע אפארטוניטי. האט ער פארגעלייגט זיין פלאן פאר רופערט מארדאך (א שטארקע לינקע), און רופערט האט ביי איהם אינוועסטירט. די דיעל איז אלס געווען אז רופערט ווערט נישט אינוואלווד, און אז עילס וועט האבן אטאנאמיע.

סגעפעלט מיר וויאזוי די דרייעסט אויס די מעשה כאילו עילס האט עס געגרינדעט און פשוט גענומען רופערט אלץ אינוועסטירער

not factual
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 9:31 am#462386
די זיבעציג מיליאן טראמפיסטן זענען היינט א ארמיי פאר זיך, און ווען פאקס נויז אנטוישט זיי, ערקלערן זיי א בויקאט, און גייען אין פאקט צו ווי דער פרעזידענט אליינס הייסט זיי גיין.

און דאס איז נויז-מעקס, וואס האט יעצט די אמת'ע רעכטע מיינונג, און ריעל נויז.

m https://www.newsmaxtv.com/findus m

m https://twitter.com/newsmax m
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:12 am#462389
ס'עפענט מער אויף די וועג פאר א "טראמפ מידיע"
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:22 pm#462409
ס'דא איינער וואס פירט אן די ראלי'ס פון טראמפס זייט - אומאפציעל - און האט קאנטראל אויף מיליאנע טראמפיסטן

אט האט איר זיין פרופייל, און האלט מיט וואס טוט זיך אויף רעכטס.

אלכסנדר m https://twitter.com/ali m

m https://stopthesteal.us/ m
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:51 am#462782
א לענגערעדעטאלירטע אפהאנדלונג איבער די טראנזיציע פון פאקס ניוז.
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 10:43 pm#462899
געלט געלט געלט
מ'ווערט בלינד פאר די געלט וואס די לינקע אפפערן, און מ'פארקויפט זיך די גוטע נאמען פאר'ן טייוול. זייער איינפאך
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:57 pm#463192
זייט די עלעקשן האב איך נאך נישט געפענט פאקס, עס האט מיר פארעקלט אז איך קען זיין נישט דערליידן, יעצט טוט טשארלס טאקער אויך איבערדריען דעם דאשיק.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 3:28 pm#463194
פונקט ווי איך קען נישט דערליידן די מעין סטריעם מידיא ווייל זיי זענען אזעלכע טראמפ האסערס, קען איך אויך נישט דערליידן די חברה וואס גייען מיט טראמפ קאפ אין וואנט, אז טראמפ האט פארלוירן עז אפ נאו, דארף מען עס קענען פעיסן, ס'וועט נישט העלפן טוישן טשענעל'ס, די מציאות טוישט זיך נישט.