Under maintenance
הויפט זייט » גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ

גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14342
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:39 am#462713
גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ
א געפערליכער אויפברויז הערשט צווישן חסידי וויזניץ, נאך וואס עס איז נתפרסם געווארן די געשיכטע מיט די ריבניצער קאץ, בשעת דער קאץ האט זיך געדרייט ביי די קברים פונעם ריבניצער און דער סקוליענער, אהין און צוריק, אידן האבן דאס געזען און פארשטאנען אז מען רעדט פון עפעס העכערס, אלע האבן געזען אז דער קאץ זוכט א תיקון ביי די קברים פון די הייליגע צדיקים.

און וואס טוט זיך מיט דער וויזניצער ציון? - פארוואס איז דער קאץ נישט אהינגעגאנגען?

דער עולם אין וויזניץ איז שרעקליך צוטראגן, מאנכע זענען באליידיגט עד דכדוכה של נפש. געווען אפילו אזעלכע וואס האבן געוואלט שמועסן מיטן קאץ, אפשר קען מען זיך אוועקזעצן, אפשר פאר אפאר דאלער...? - דער עולם האט זיך נישט געקענט בארואיגן אויף דער שרעקליכער דורכפאל. פארהאן וואס קלערן פון אהינברענגען א נייעם קאץ, דאס מאל א ווייסער, וואס וועט זיצן בלויז ביים וויזניצער ציון, און אזוי וועט מען זען אז ס'זענען דא קעץ וואס זוכן אויך דא א תיקון.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן פון די גאנצע געשיכטע.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:26 am#462714
דער קאץ האט מורא אז מען וועט אים צוטיילן אויף אכט.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:30 am#462715
די וויזשניצע טענות זענען טאקע היבש פארשטענדליך אבער דער קאץ שרייט חי וקיים אז ער איז פארבלאנזשעט געווארן פון זיין מאמע און די איינציגסטער פלאץ וואו מענטשן האבן אים נישט געקענט אנרירן איז געווען אין דעם קוויטל טייך ביים ריבניצער.

עס איז שטארק יתכן אז ער וועט מוזן חתמ׳ענען ברבים אז ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס און דאן וועט ער אריבערגיין מיט א מנין קעץ איבערצובעטן די וויזשניצע חסידים ביים ציון.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:32 am#462716
די וויזניצע ווערען מגולגל אין דאנקיס, נישט קעץ.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:02 pm#462721
דער קאץ איז ווארשיינליך אן אייניקל פון איינע פון די בארימטע קעץ פון רבי שלומקע זווילער זי''ע. ביזדערווייל איז נאך אומפארשטענליך ווי אזוי דער קאץ האט באוויזן דורכצושווימען דעם מיטטעללענדישען מעהר און דעם אטלאנטישער אקעאן. אזוי צו אזוי, מיר זענען אלע הייס מתפלל אז דער נשמה וואס איז באהאלטטן אין דעם קעצל און אין אלע קעצלך זאל האבן איר ענדגילטיגער תיקון, און געפונען איר ארט אונטער די פליגל פון די שכינה...

זי''ע ועל כל תרנגולים ונאמר אמן.
רבי מרדכי ניזשכיזער איז געווען א גוטער יוד.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:28 pm#462722
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט דער וויזניצער ציון? - פארוואס איז דער קאץ נישט אהינגעגאנגען?


ווייל וויזניצע קבר איז אין א אוהל מיט טירן.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:48 pm#462727
אן א סיריעס נאוט
מען הערט אייביג די מעשיות אויף קעץ און פייגלעך
פון די אויסוואל פון בעלי חיים וואס איז פארהאן אין די געגנט מאכט זיך קיינמאל נישט די מעשה נאר ביי קעץ אדער פייגלעך?!
וואס איז מיט הערשן, ראקונס, סקאנקס, מייז, סקווירלס, הינט, זיי געשעהט קיינמאל נישט די זאכן אז זיי סטיקן צו איין פלאץ? זיי זוכן נישט קיין תיקונים?
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:50 pm#462729
איך קען גראדע עטליכע יומענס וואס קלעבן נישט אפ פון ערגעץ וויפיל מען האט נאר פרובירט איז עס נישט געגאנגן
איינער האט אויפגעברענגט אז זיי דארפן אפשר א תיקון אויף א פריערדיגע גולגל ענד איי פולי עגרי....
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 6:15 pm#462737
מנחם ציון האט געשריבן:אן א סיריעס נאוט
מען הערט אייביג די מעשיות אויף קעץ און פייגלעך
פון די אויסוואל פון בעלי חיים וואס איז פארהאן אין די געגנט מאכט זיך קיינמאל נישט די מעשה נאר ביי קעץ אדער פייגלעך?!
וואס איז מיט הערשן, ראקונס, סקאנקס, מייז, סקווירלס, הינט, זיי געשעהט קיינמאל נישט די זאכן אז זיי סטיקן צו איין פלאץ? זיי זוכן נישט קיין תיקונים?

די מייז האבען דאך א רבי.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 8:42 pm#462741
Re: גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ
מאמענט די וואך.בילד
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 2:16 am#462745
זייט די מעשה אין סקווירא מיט דעם פיש וואס האט גערעדט (משה יודא געשטעטנער המכונה ..."מישא"...) הערט מען נישט אז צדיקים זאללן מגולגל ווערן אין פיש...!

איין זאך האט עס זיכער געהאלפן. דער בלאט האט אויספארקויפט אלע צייטונגען אין בארא פארק. מ'האט געמוזט גיין אין די גוי'אישע געגנט כדי צו באקומען א בלאט...!
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:56 pm#462889
אן עצה טובה פאר וויזשניצער חסידים: ברענגטס מיט א ביסל גוטע פאטעיטא קוגל. שיריים פון רבינו שליט"א. וועט עטץ זעהן ווי דאס קעצל וועט לויפן קיין וויזשניץ. יא גילגול. נישט גילגול. א הונגעריגע קאץ איז געבוירן א קאץ און זי וועט בלייבן א קאץ. מעשה מר' יונתן אייבשיץ יוכיח...!
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:29 am#462912
berlbalaguleh האט געשריבן:אן עצה טובה פאר וויזשניצער חסידים: ברענגטס מיט א ביסל גוטע פאטעיטא קוגל. שיריים פון רבינו שליט"א. וועט עטץ זעהן ווי דאס קעצל וועט לויפן קיין וויזשניץ. יא גילגול. נישט גילגול. א הונגעריגע קאץ איז געבוירן א קאץ און זי וועט בלייבן א קאץ. מעשה מר' יונתן אייבשיץ יוכיח...!

זאגסט גוט אבער פון וועלכע רבינו שליט"א?

די מאנסי קוגל איז א מצרי'שע קוגל (ע"ע נחום רז"ב) און איז נישט גענוג כשר פאר אונזער פארוואגלטן קאץ.

די קייאמישע קוגל איז איבערגעדעקט מיט זון ברילן און מען קען עס נישט זעהן.

די ירושלים'ע רבי פארמאגט נישט קיין אייגענע קוגל.

די בארא פארק'ע רבי שעירט זיין קוגל מיטן ירושלים'ער סאו עס בלייבט גארנישט איבער.

די מאנטריאל'ע קוגל איז פארפרוירן.

די לאנדאן'ע קוגל איז צו שטאט און ביז עס וועט אנקומען וועט די קאץ שוין טרעפן א תיקון.

די בית שמש'ע קוגל איז האבן די קדושי עליון פון גולובניץ פארכאפט.

און די וויליאמסבורג'ע קוגל ליגט פארכאפט אין ראדני קאווע שטיבל.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:23 pm#462931
דער עולם דא קומט אריין איינער פאני'ער פונעם צווייטן.
נישט קיין וואונדער אז די קאווע שטיבל ניווא וואקסט ווי אויף הייווען.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:47 pm#462936
עס לאנג אז ס'איז דא זענען זיי גערעכט
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:26 am#463993
זייער פשוט די קאטץ איז געוועהן א נקיבה. און כיודע איז ר׳ מאטעלע געוועהן פרומער אין די פרט פון זיין טאטע און זיידעס און נישט אועפגענומען קיין פרויען נאר איינמאל אין לעבן. א כלה פאר די חתונה. די סקולענער רבי און ריבניצער האבן יא אויפגענומען פרויען פאר קוויטלעך.
זונטאג דעצעמבער 13, 2020 11:50 pm#464066
שבת אחים: איך האב א שיינע, ווייסע קאץ וואס איך קען. זי האט זייער שטארק ליעב, אויסער מייז און ראטן, פאטעיטא קוגל...

איך גיי איהר ארייננארן אין מיין קאר און אפפיהרן צום וויזשניצער בית החיים. גראד אין אוהל פונ'ם קדושת מרדכי, זי"ע. וועסטו זעהן ווי זי וועטציך דרייען ארום די מציבה. און אפילו שטיין אויף 2 פיס. אזוי ווי ס'איז באשריבן אין מאמענט...!