Under maintenance
הויפט זייט » די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא חתונה

די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא חתונה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14348
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:30 pm#462887
די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא חתונה
צוויי וואכן צוריק זינטיג האט סאטמארע רבי ר' אהרן חתונה געמאכט זיין אייניקעל , זעענדיג אז ס'איז געווארן א גאנצע מצב ביי זיין ברידער ר' ז''ל'ס אייניקעל'ס חתונה , האט ר' אהרן נאך אלץ געוואלט האבן א מעכטיגע ריזיגע חתונה און האט דעסיידעד אז מ'גייט עס מאכן אין א סיקרעט.

ס'איז טאקע אמת אז אידען שטארבן נאך פון קאראנא און אפילו זיין אייגענע ראש הקהל איז לעצטענס נפטר געווארן , אבער קען מען דען מאכן א קליינע חתונה ? די נייע קאפעל וועט דאך ר''ל נישט קענען געהעריג לעבען צוזאמען

מ'האט נישט געשריבען צעטלעך און אפילו די בלאט האט נישט געשריבען אז ס'קימט א חתונה. און מ'האט אפגעראכטן די חתונה מיט גרויס שמחה און געפאקטקייט וויסענדיג מיט רוח הקודש אז מ'שטעקט נישט קיין אהן מיט קאראנא

האבן זיך אבער די בעיבי'ס פון די בלאט נישט געקענט איינהאלטען פון ברעג'ן, און האבן באשריבען די חתונה און נאך דערצו ווי אזוי זייער מעכטיגע אקציע איז געלינגען עס צו באהאלטען פון די רעגירונג

אונזערע גיטע טראמפיסטישע פריינד פון די נ''י פאסט האבן עס געליינט און שיין באשריבען

למעשה גייט סאטמארע רבי ארויס מיט ריוח אז נישט נאר די ליינערס פון די בלאט ווייסן וואספארא ריזיגע מעכטיגע חתונה ער האט געמאכט און וואסערע גרויסע רבי ער איז , נאר אויך אלע ליינער'ס פון די פאסט וואס רעכענט אויך אריין טראמפ יר''ה

m https://nypost.com/2020/11/21/secret-pl ... s-wedding/ m
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 10:40 am#462915
.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 6:48 pm#462939
נישטא גענוג טינט צו באשרייבן די טפשות, קליינקעפיגקייט און גסות הרוח וואס ברענגט א קהילה בישראל צו פראווען אזא חתונה ווען אידן ווערן נאך אנגעשטעקט און שטארבן נאך פון א מגיפה, און נאך זיך גרויסן אין דער אפיציעלער צייטונג ווי מ'האט אויסגעשפילט די אינסטאנצן.

און נאך מער טוט וויי ווי אנשים נשים וטף, וואס ווערן נתחנך פון אזא טשפות'דיגע הנהגה, זענען יעצט נאר אויפגעברויזט אויף דעם נידריגן "פּאָוסט" טאבלאיד און די "מוסרים", אנשטאט שימפן און קאכן קעגן א רבי וואס האט מחליט געווען אז די מגיפה מיינט נישט אים. און ווי א חסידות וואס האט "התגרות באומות" אלס איינע פון די עשרת הדברות, האט נישט נישט די מינדעסטע בושה צו טרעטן אויף די פשוט'ע געזעצן און מענטשליכקייט צו וואס עס זענען מסכים רוב רובם פון אלע פעלקער פון דער וועלט.

אוודאי איז דער רבי אליין נישט דער איינציגסטער, און מ'דארף די אלע אנדערע פונקט אזוי פארדאמען, און מחנך זיין די קינדער אז זיי זענען רשעי ישראל. גלייכצייטיג דארף מען ארויסהייבן - להבדיל - די אמת'ע גדולי ישראל, ווי האדמו"ר מקארלין סטאלין און הג"ר אשר ווייס, וועלכע נעמען זייער ארבעט אלס א רבי און א פוסק מיט אן ערנסטקייט. ה' ישלם שכרם.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 6:56 pm#462940
היינט איז ר' אשר ווייס און דער סטאלינער דיינע צדיקים, מארגען ווערען זיי דיינע רשעים.

אויב די ביסט מחנך דיינע קינדער ווי די שרייבסט דא, גלייב איך אז זיי זענען היבש .... שוין.

אבער דער אמת איז, אז אינדערהיים ביסטו א מעקעלע, זאגסט נישט קיין הויך ווארט, און ווען דיינע קינדער רעדן וועגן די מוסרים לייגסטו נאך צו אביסל זאלץ און פעפער.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:02 pm#462941
כ'זע אז דו נעמסט עס פערזענליך. איי'ם סארי.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:15 pm#462945
Re: די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא ח
העניך האט געשריבן:נישטא גענוג טינט צו באשרייבן די טפשות, קליינקעפיגקייט און גסות הרוח וואס ברענגט א קהילה בישראל צו פראווען אזא חתונה ווען אידן ווערן נאך אנגעשטעקט און שטארבן נאך פון א מגיפה, און נאך זיך גרויסן אין דער אפיציעלער צייטונג ווי מ'האט אויסגעשפילט די אינסטאנצן.

און נאך מער טוט וויי ווי אנשים נשים וטף, וואס ווערן נתחנך פון אזא טשפות'דיגע הנהגה, זענען יעצט נאר אויפגעברויזט אויף דעם נידריגן "פּאָוסט" טאבלאיד און די "מוסרים", אנשטאט שימפן און קאכן קעגן א רבי וואס האט מחליט געווען אז די מגיפה מיינט נישט אים. און ווי א חסידות וואס האט "התגרות באומות" אלס איינע פון די עשרת הדברות, האט נישט נישט די מינדעסטע בושה צו טרעטן אויף די פשוט'ע געזעצן און מענטשליכקייט צו וואס עס זענען מסכים רוב רובם פון אלע פעלקער פון דער וועלט.

אוודאי איז דער רבי אליין נישט דער איינציגסטער, און מ'דארף די אלע אנדערע פונקט אזוי פארדאמען, און מחנך זיין די קינדער אז זיי זענען רשעי ישראל. גלייכצייטיג דארף מען ארויסהייבן - להבדיל - די אמת'ע גדולי ישראל, ווי האדמו"ר מקארלין סטאלין און הג"ר אשר ווייס, וועלכע נעמען זייער ארבעט אלס א רבי און א פוסק מיט אן ערנסטקייט. ה' ישלם שכרם.
נע, מ׳ האט סעלעברעטעט די ביידן געווינס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:23 pm#462946
  • ביי די ביידען פייערונגען זענען רוב מענטשן געגאנגען מאסקעס.
  • די ביידען פייערונגען זענען געווען אינדרויסן.
  • ביידען אליין האט געווארנט אז מ'זאל זיך האלטן צו מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג.
  • די ביידען פייערונגען זענען געווען איבער 99 פראצענט יונגע מענטשן.
  • די ביידען פייערונגען זענען געווען ספאנטאן, נישט קיין אפיציעלע פלאנירטע זאך.
  • די פייערונגען זענען געווען אן איינמאליגע זאך, און זענען נישט קיין פארגלייך צו געפאקטע בתי מדרשים יעדן שבת, און פיל שמחה ונחת יעדן צווייטן טאג.
  • ועל כולם, וויאזוי ווערט איין עוולה פארענטפערט דורך דער אנדערער?
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:52 pm#462947
מיר האבן עס געמאכט צו די פאדערשטע זייט פון פאקס.קאם
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 8:23 pm#462949
Re: די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא ח
איך פארשטיי נישט א צווייטע נקודה, אויב האט די בלאט (און סאטמאר מהר"א) געהאט די שכל גארנישט צו פובליצירן פאר די חתונה פארשטייענדיג אז דאס וועט ברענגען אומגעוואונטשענע קאנסעקווענצן, פארוואס האבן זיי יא פובליצירט נאכן חתונה? וואס האט זיך געטוישט?

איך פארשטיי אז נאכן חתונה האט מען שוין נישט מורא אז די גאווערנמענט גייט עס אפשטעלן, אבער אויפברויז גייט דאך עס זיכער ברענגען, טא פארוואס יעצט יא פובליצירן?
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 11:00 pm#462960
נישט אריינגייענדיג אין די עצם וויכוח, איז זיכער אז דא איז געווען יד ישראל באמצע.

די source פון ווי איז אנגעקומען צו די פאוסט איז די "בלאט" געשריבן אין יודיש וואס איינער האט איבערגעטייטשט. מסתמא האט איינעמס דיין געזאגט אז מ'מעג מסר'ן.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 11:08 pm#462961
Re: די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא ח
אוואדי האט איינער גע'מסר'ט איך גלייב נישט אז די פאוסט עדיטאר ליינט די בלאט....

טאקע דאס פרעג איך, פארוואס האט סאטמאר אלעס געהאלטן בשתיקה? ווייל זיי האבן געוויסט אז זאכן גייען אנקומען ווי עס דארף נישט.....

אן כן פארוואס האבן זיי עס נישט ווײטער געהאלטן בשתיקה?
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 11:43 pm#462962
צו געבן א שטעך פאר די זאליס אז "מיר איז עס יא געלונגען"
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:31 am#462963
העניך האט געשריבן:און נאך מער טוט וויי ווי אנשים נשים וטף, וואס ווערן נתחנך פון אזא טשפות'דיגע הנהגה, זענען יעצט נאר אויפגעברויזט אויף דעם נידריגן "פּאָוסט" טאבלאיד און די "מוסרים", אנשטאט שימפן און קאכן קעגן א רבי וואס האט מחליט געווען אז די מגיפה מיינט נישט אים.

עס טוט וויי? טו בעד! עס איז גארנישט טפשות'דיג!
איך בין נישט קיין חסיד פון גרויסע חתונות, און אוודאי נישט אז מען זאל עס באשרייבן אין א צייטונג, אבער עכ"ז זענען די מוסרים פשוט'ע רשעים ארורים! התינח ווען זיי פארציילן די לשה"ר פאר די מידיא בעפאר די חתונה, וואלטן זיי נאך געהאט א זויערן תירוץ אז זיי ווילן פשוט ראטעווען די אלע אידן, אבער א וואך דערנאך? הויל רשעות, און זענען גורם שנאת ישראל אויף א שרעקליכן פארנעם ללא סיבה כלל, און די מוסרים כאפן נישט אז זיי שיסן זיך פונקט אזוי זעלבסט אין די פוס.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:49 am#462964
שמעקעדיג האט געשריבן:

זייער מעגליך אז די מסירה איז טאקע געקומען פון רשעות, אזויווי די שרייבסט, אבער ס'קען זיין אז נישט. ווען איך ווייס קלאר ווער ס'האט גע'מסר'ט און אז זיינע מאטיוון זענען געווען סתם רשעות, וואלט איך נישט פראבירט נלמד זכות זיין אבער וויבאלד איך ווייס נישט ווער ס'שטייט דערונטער האב איך רעכט צו טראכטן אז אפשר איז עס נישט ווי די שרייבסט.
לייג דיך אריין אין שיך פון א יונגערמאן וואס האט א זיבעציג יעריגע טאטע, אווערוועיט, הארץ לאדענדע וכדומה און ער איז א הייסע חסיד וואס קען נישט פארפאסן א גרעסערע מאורע ביי זיין רבי. ויהי ממחרת, א טאג נאכ'ן גרויסן חתונה דערציילט די טאטע פאר'ן זון ווי שיין די חתונה איז געווען און ווי די געפאקטע הויכע שטאקיגע פארענטשעס האבן זיך געווארפן ביים רבי'ס מצוה טאנץ, און שיקט אין דערביי א קליפ פון די געטענץ. דער זון ווייסט אז די טאטע האט כמעט קאמיטעט סועסייד מיטן זיך באטייליגן דארט און מאכט אך אז מיט אלע כוחות וועט ער זיכער מאכן דאס פאסירט נישט נאכאמאל. פאלט אים ביי א בליץ ער זאל אריינשיקן די אינפא צום פאסט, ויצא העגל הזה.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 2:05 am#462967
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:נישט אריינגייענדיג אין די עצם וויכוח, איז זיכער אז דא איז געווען יד ישראל באמצע.

די source פון ווי איז אנגעקומען צו די פאוסט איז די "בלאט" געשריבן אין יודיש וואס איינער האט איבערגעטייטשט. מסתמא האט איינעמס דיין געזאגט אז מ'מעג מסר'ן.

קלאר אינעם ארטיקל, אונזער העלד וואס קעמפט פאר חינוך הטהור.
The ability of Hasidic leaders to compel their followers to so brazenly violate the rules and norms extends well beyond the pandemic, and is enabled by government officials turning a blind eye for political reasons,” said Naftuli Moster, executive director of YAFFED, a nonprofit that advocates for improved secular education in yeshivas.

מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:13 am#462970
Mazel cough!
לצים...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:48 am#462971
העניך האט געשריבן:כ'זע אז דו נעמסט עס פערזענליך. איי'ם סארי.

לכאורה מיינסטו צו זאגן אז עס האט דיר געטראפען אין זיבעטער ריפ כדברי רבינו.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:53 am#462972
און לענין עיקר הטענות, האק נישט אין טשייניק, דער ארטיקעל אין פאוסט איז נישט דווקא בייעסט אקעגען אידען, עס ברענגט נאר ארויס אז מען קען טוהן וואס מען וויל, אפילו מען איז שכנים פין די פייער דעפארטמענט, און זיי מאכען טאקע חוזק פין דער בלאט, אבער פאר דער בלאט איז א כבוד אז זיי ווערען געברענגט אין פאוסט.

דער טענה אז נאר אידען דארפען איינהאלטן הרחקות אבער נישט גוים ווען זיי מאכען סעלעברעישענס אז ביידען האט געוואונען צו זיי וועלען מוחה זיין היתכן א פאליסמאן האט גע'הרג'ט א שווארצע, ברענגען זיי, און מען דארף נישט מער.

די ביסט אבער נישט העפי מיט בתי מדרשים בכלל, דאס באדערט דיר, נישט אז מען פאלגט נישט אפאר געזעצען פון אפאר סטופיד באאמטער וואס ווייסן נישט מימינם לשמאלם.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:49 am#462975
קיינער מאכט נישט קיין indoor gatherings יעצט.
זיכער נישט פון 7,500 מענטשן.
ווען ר׳ אהרן גייט נישט אן די קאנצענקווענצן מאכט ער ווען די חתונה אין קרית יואל.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 11:46 am#462979
שמעקעדיג האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און נאך מער טוט וויי ווי אנשים נשים וטף, וואס ווערן נתחנך פון אזא טשפות'דיגע הנהגה, זענען יעצט נאר אויפגעברויזט אויף דעם נידריגן "פּאָוסט" טאבלאיד און די "מוסרים", אנשטאט שימפן און קאכן קעגן א רבי וואס האט מחליט געווען אז די מגיפה מיינט נישט אים.

עס טוט וויי? טו בעד! עס איז גארנישט טפשות'דיג!
איך בין נישט קיין חסיד פון גרויסע חתונות, און אוודאי נישט אז מען זאל עס באשרייבן אין א צייטונג, אבער עכ"ז זענען די מוסרים פשוט'ע רשעים ארורים! התינח ווען זיי פארציילן די לשה"ר פאר די מידיא בעפאר די חתונה, וואלטן זיי נאך געהאט א זויערן תירוץ אז זיי ווילן פשוט ראטעווען די אלע אידן, אבער א וואך דערנאך? הויל רשעות, און זענען גורם שנאת ישראל אויף א שרעקליכן פארנעם ללא סיבה כלל, און די מוסרים כאפן נישט אז זיי שיסן זיך פונקט אזוי זעלבסט אין די פוס.

מיין נקודה איז בכלל נישט אז מ'טאר נישט זיין אויפגערעגט אויף די מוסרים. באמערק דעם ווארט "נאר" וואס איך האב געשריבן.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:25 pm#462982
Re: די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא ח
איך האלט אויך אז עס איז א לייכטזיניקייט און טפשות צו מאכן גרויסע חתונות יעצט, אבער נישט וועגן קאראנע, פעיס פעקט, די נארישקייט איז אונז געלונגען, מען האט נישט געמאכט קיין סאושעל דיסטענסינג, און נישט אנגעטון קיין מאסקעס, אבער קאוויד איז נאכאלטס אוועקגעגאנגען, עס זענען שוין כמעט נישטא קיין פרישע קעיסעס די לעצטע פאר וואכן, ווען אנפאנג תשרי זענען געווען הונדערטער קעיסעס.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:57 pm#462983
מען האט איינעם געצווינגן צו קומען צו די חתונה?
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 2:57 pm#462987
Re: די בלאט ברעג'ט און די פאוסט שרייבט וועגן ריזיגע קאראנא ח
בת קול האט געשריבן:קיינער מאכט נישט קיין indoor gatherings יעצט.
זיכער נישט פון 7,500 מענטשן.
ווען ר׳ אהרן גייט נישט אן די קאנצענקווענצן מאכט ער ווען די חתונה אין קרית יואל.
Happens to be
דארט איז געווען 9000 מענטשן צו זיין מער פונקטליכער

וואס נאך איז נייעס אין אמעריקע?

סאיז צוקער זיס צו זען ווי מענטשן שיסן פאקטן און מיינונגען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן

עס איז זייט ידי חתונה 2 וואכן צוריק געווען נאך א שיינע פאר גרויסע חתונות אין ניו יארק, די וועלט גייט אן ווייטער און וועט ווייטער אנגיין
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:19 pm#462988
העניך האט געשריבן:
  • ביי די ביידען פייערונגען זענען רוב מענטשן געגאנגען מאסקעס.
    אויב גייט מען מיט מאסקעס מעג מען שטיין נענטער ווי זעקס פיס נאנט צו א צווייטן?

  • די ביידען פייערונגען זענען געווען אינדרויסן.
    פארוואס ווען מען איז אינדרויסן קען מען נישט אנגעשטעקט ווערן מיט קאראנע?

  • ביידען אליין האט געווארנט אז מ'זאל זיך האלטן צו מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג.
    אויב האט ער בכלל געווארנט, האט ער געווארנט נאר דעם צוזאמקום אדער אויך אלע אנדערע צוזאמקומענישן פון זיינע מענטשן?

  • די ביידען פייערונגען זענען געווען איבער 99 פראצענט יונגע מענטשן.
    הייסט אז ווען די ארוינים שרייבן אז עלטערע אידן אדער מענטשן מיט קאנדישנס זאלן נישט קומען, דעמאלט איז אלעס פיין און קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות?

  • די ביידען פייערונגען זענען געווען ספאנטאן, נישט קיין אפיציעלע פלאנירטע זאך.
    ממילא? וואו זענען די אלוועלטליכע פארדאמונגען?
  • די פייערונגען זענען געווען אן איינמאליגע זאך, און זענען נישט קיין פארגלייך צו געפאקטע בתי מדרשים יעדן שבת, און פיל שמחה ונחת יעדן צווייטן טאג.
    איינמאליג איז נישט קיין עוולה? בכלל, שרייבסט דאך אז ער האט געווארנט...

  • ועל כולם, וויאזוי ווערט איין עוולה פארענטפערט דורך דער אנדערער?
    פוינט איז נישט אז איין עוולה פארענטפערט א צווייטע עוולה. נאר ווילאנג דיר און אנדערע אידן און גויים באדערט נישט אלע צוזאמקומענישן איבער דער וועלט, אידן אדער גויים צוגלייך, דעמאלט ביטע עפן נישט דאס מויל ווען עס קומט צו חרדי'שע צוזאמקומענישן. אז דו פארדאמסט, דעמאלט זאלסטו יעדן פארדאמען און נישט קוקן אויף ראסע און אפשטאם

קאם אן העניך
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:56 pm#462989
דער עולם שפרינגט דא אויף אלע פראנטן, צו מען האט געזאלט מאכן די חתונה קען מען דעבאטירן, צו די מוסרים זענען רשעים קען מען אויך, לדעתי מיינען זיי שלעכטס, אבער די קינדערישע ברעגגינג אין די בלאט האט קיינעם נישט אויסגעפעהלט און ברויך פארשריגן ווערן ווייל מען שיסט זיך אליינס אין די רגליים.