Under maintenance
הויפט זייט » פאדקעסטס

פאדקעסטס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14383
דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 11:48 pm#464197
פאדקעסטס
איך האב נאך נישט געזען קיין אשכול דערויף האב איך געפענט איינס
וואס איז דאס א פאדקעסט?
דאס איז עפעס צווישן א בלאג און א רעדיאו שאו
ווי קען מען דאס הערן?
עס איז דא ספעציעלע עפפס ווי למשל ,apple podcasts castbox, pocket cast, און נאך
וואס קען מען הערן?
אלעס אויף יעדע נושא
איך אליינס בין איינגעשריבן צי עטליכע הונדערט אין ענגליש און אין העברעעיש
אבער איך האב געזען א גרויסע מחסור אין די אידישע שפראך
חוץ פון על רגל אחת פון פנחס גלויבער אדרבה אויב ווייסט איינער פון נאך ביטע לאזט וויסן דא לתועלת הרבים
אויך קען מען דא שרייבן אדער פרעגן אלעס איבער די נושא און איך וויל פרובירן צי ענטפערן צי די בעסט פון מיין עביליטי
דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 11:51 pm#464198
כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.
דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 11:52 pm#464199
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.

די פראבלעם איז אז מען קען עס נישט הערן אויף קיין איין פאדקעסט עפפ זיי געבן נישט ארויס די RSS
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 9:23 am#464207
Re: פאדקעסטס
Spotify און Google podcast
זענען פון די גרעסטע און באקוועמסטע פלאטפארמעס וואס איז פארהאן.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:56 pm#464255
ספאטיפיי איז א פראבלעם ווייל זיי נעמען איבער די מארקעט
צום סוף וועט מען זיי דארפן צאלן צי קענען הערן
אפילו יעצט לייגן זיי צי עדס אויף פאדקעסטס וואס האבן שוין אייגענע עדס
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 12:28 am#464258
מוצ"ש יאנואר 02, 2021 10:33 pm#465029
וויאזוי קען מען דאונלוידען פון די פלאטפארמעס צי הערן אפפליין? אויף SOUNDCLOUD.COM קען מען געוויסע אבער נישט אלע.
מוצ"ש יאנואר 02, 2021 11:26 pm#465031
Re: פאדקעסטס
גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.
זונטאג יאנואר 03, 2021 10:57 pm#465082
פאליטיקאנט האט געשריבן:גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.

נאר אויף א פאון.
וואס איז מיט א דעסקטאפ?
זונטאג יאנואר 03, 2021 11:21 pm#465084
Re: פאדקעסטס
פאר PC וועסטו דארפן א דעסקטאפ קליענט (נישטא עכט קיין גוטע סייט'ס צו דאונלאודן). עס זענען דא עטליכע און יעדע האט זיינע מעלות, אויב האט איר שוין סייווי VLC קענט איר דאס נוצן אלס א קליענט.

א פשוט'ע גוגל זוך וועט אייך העלפן מיט אנדערע 'קלייענטס'.
זונטאג יאנואר 03, 2021 11:29 pm#465086
ס'דא א עפפ podkicker pro. ס' איז זייער פשוט אבער גרינג צו מאנעווירן.
איך האב שוין פרובירט אסאך עפפס, אבער איך קום אלעמאל צוריק צו עס, טאקע וועגן די פשטות
מיטוואך יאנואר 06, 2021 12:08 pm#465222
וויאזוי קען מען דאונלאוידען מיט VLC?
מיטוואך יאנואר 06, 2021 5:21 pm#465229
Re: פאדקעסטס
מאנטאג פעברואר 15, 2021 7:09 pm#467074
ווער די וואס האבן ליב אינטרעסאנטע אינפארמאציע אויף וויאזוי צו פארבעסערן דאס לעבן school of greatness פון Lewis Howes קען זיין ווערד to check out
אויך The Tim Ferris Show בפרט ווי ער שילדערט א בארירנדע איבערלעבעניש ווי ער איז געווארן באלעסטיגט אלס קינד (sexually abused)
פאר די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע, איז דא פון א אידישע פרוי אסתר פערל 2 פאדקעסטס וועלכע זענען שטארק אינטרעסאנט. זוך Esther Perel ווי אומער די הערסט צו פאדקעסטס (איך ווייס אויף עפל איז עס דא, אבער כ׳גלייב אויף אלע פלאטפארמען איז עס עוועילעבל
A Bit of Optimism פון Simon Sinek האט אויך אסך געלונגענע עפיזאדס
מיטוואך מערץ 24, 2021 6:58 pm#468939
נעכטן איז ערשינען א נייער כמו-פאדקעסט אין אידיש, אויף יו-טוב.
די ווידעאו ווערט געמאכט דורך איינער מיט'ן נאמען פנחס ראאב, און ער האט חילו פאוזן פון המזמרים און איינער משה מילשטיין. זיי שמועסן איבער טעסלע און ביטקוין.
זיי האבן נאך א לאנגער וועג צו שלימות, אבער עם כל זה איז באגריסנד דער פאקט אז חסידישע אידיש-רעדנדע גיבן ארויס אזאנא ווידעאוס, וואס איז ווארשיינליך די טיר-עפענער פאר בעסערע און פראפעסיענאלערע אזעלכע סארטן.


m https://www.youtube.com/watch?v=udO13Q0EtC0 m