במדברמנחם ציוןפאר א "היימישע" ארבעטס פלאץ ווייס איך נישט וויפיל ס'מאכט אויס א פראפעסאניאלע רעזומעי
מיינסטנס פון די היימישע פאזיציעס הייערט מען דורך "מויל צו אויער". דער בעה"ב פרעגט זיין קרוב אויב ער ווייסט פון איינער וואס זוכט א דזשאב און ער הייערט יענעם
איך זאג נישט אז ס'מאכט נישט אויס בכלל. אוודאי איז גוט צו האבן סקילס, אבער נישט האבן סקילס איז נישט קיין אפהאלט אין די היימישע סעקטאר
דאס איז וואס איך האב געשריבן אז ער איז גרייט ''צוצושטעלן פולע טרענירונג'' אבער מ'דארף אריינשיקן א CV און איך קען נישט אריינשיקן א ליידיגע פאפיר.
מיין שאלה איז וואס וויל א היימישע ארבייטס געבער וויסן: וועלעכע ישיבה איך האב געלערנט, וואספארא מסכתות איך האב מסיים געווען, אדער דארף ער בלויז מיין נאמען און טעלעפאון נומער וכדו'.
וואס ער וויל "עכט" וויסן? אז דו ביסט נישט אזא איינער, וואס דער שלום בית מאכער האט געהייסן זוכן א דזשאב
אין אלגעמיין, א נארמאלע קאמאן סענס אינגערמאן וועט זיך קענען צולערנען צו כמעט יעדע פאזיציע.
אוודאי איז דא וואס וועלן שנעלער אויפכאפן א געוויסע פעלד וואס ציעט זיי נאטירליך, צב"ש טעכנעלאגיע. איינע וואס איז טעק סעווי וועט שנעלער אויפכאפן אין דעם פעלד, אבער כמעט יעדע קלוגע אינגערמאן וועט זיך קענען אריינפאסן דערין (און די סיבה פארוואס אן ארבעטסגעבער וועט זוכן א טעק סעווי איז, כדי צו שפארן די טרענירונגען, ופשוט הוא.)
סא די עיקר וואס ער וויל זעהן אז די האסט אנגעפילט דיינע יארן, נישט געפאצט אין כולל פאר א שמיטה.
א אינגערמאן וואס איז געווען אין כולל א יאר צוויי, געהאט צוויי סייד דזשאבס, איין יאר א מדריך, און יעצט זוכט ער עפעס, איז (קולטורעל גערעדט) פונקט א פאסיגער קאנדידאט וואס מען וואלט אויפגענומען און א היימישע ביזנעס