ווי נעמט מען דאס פעדער אפצושרייבן עטליכע שטורכן אויף אזא פערזענליכקייט ווי הרב טווערסקי ע''ה. ווייניג האבן געוויסט אין זיין לעבן איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוען פאר די מענטשהייט, פאר אידן און גוים גלייך.
ער איז געווען פון די ערשטע רבנים צו אנערקענען אז ביי אידן איז אויך פארהאן די קראנקהייט פון עדיקציע. ער האט פון אונטער די קוליסן פארארבייט טעטיקייטן ארויסצוהעלפן הונדרעטער אידן וואס ליידן נעבאך פון אלערליי סארטן עדיקציעס. ער איז געווען ביי די מיינונג אז קיין ווירקליכע היילונג פאר עדיקציע איז טאקע נישט פארהאן, אבער מען מוז פראבירן עס צו עטוואס קאנטראלירן. ער פלעגט אלס נאכצוזאגן אז אלעס וואס ביל ווילסאן שרייבט אינעם גרויסן בוך פון די צוועלעף שטאפלן האט שוין רבי משה חיים לוצאטו ז''ל געשריבן אין זיין מסילת ישרים. זיין הויפט פילאזאפיע איז געווען אז א מענטש דארף האבן אן אורזאך וואס שטייט העכער ווי זיין עדיקציע זיך אפצושיידן אדער עטוואס צו קאנטראלירן זיין עדיקציע. וואס מער מ'פארטיפט זיך אין דעם אורזאך אלס גרינגער איז זיך צו שיידן פון די עדיקציע. ער פלעגט אלעמאל צו פארציילן די געשיכטע פון הרבנית הצדיקות נענסי רעגן זאל זי זיין א גוטע אין דער ערד ליגער. זי האט שטארק קאמפיינט אז די אמעריקאנער יונגווארג זאל זיך אפשיידן פון חשיש. זאגט ניין! צו סובסטאנצן איז געווען איר סלאגאן. האט איר א מיידל אמאל געפרעגט, פארוואס? אין דעם דאזיגען פארוואס ליגט אלעס באהאלטן האט הרב טווערסקי אונז געלערנט! פארוואס? ס'איז דאך אזוי גוט? ס'מאכט פארגעסן פון אלע פלאגענישן? אז מ'זאל זיך נאר פארטיפן אין דעם דאזיגען "פארוואס" פלעגט הרב טווערסקי שטענדיג צו זאגן...
אויף דעם אדם גדול בענקים קען מען רואיג זאגן ורבים השיב מעון... וויפול אידישע קינדער האט ער געראטעוועט אין זיין הייליגער מוסד שער התקווה אין ישראל. זאלן אים די אלע זכותים אקעגן גיין דארט אינעם אייביגן וועלט, ביז עס וועט פארווירקליכט ווערן דעם צוזאג פונעם געטליכן נביא ויקיצו וירננו שוכני עפר...