מיטוואך פעברואר 03, 2021 11:06 pm#466424
א בליק מעגעזין פאנגט אהן די וואך א נייע מעגעזין וואס הייסט ''שטיבל'' וואס גייט קאמפּיטען מיט די וואך'ס וואך-אין-שריפט מעגעזין.
צומישט און צוחישטאיך וואלט נישט געווען שטאלץ מיטען דלות פונעם מאמענט אויסגאבע.ביודעי ומכירי קאמינא אז זיי ווערן נעבעך טערארעזירט פון די א.ג. וועד הקריאה פון קעי דזשעי אזש זיי נעמען זיי ממש דעם קאפ אראפ מיט הוילע שטותים והבלים בלויז ווייל מ'דארף דאך ווייזן אז קרית יואל האט סטאנדארטן וואס נישט יעדער (לייען:מאמענט) קען נאכקומען.
תיתי לי' פאר'ן מאמענט וואס האט זיי נישט געגעבן קיין יד, און געזאגט לא מעוקצך ולא מדובשך, איך זוך מיר נישט קיין פארקער מיט'ן צוהיצטן קאקער מרדכי לייב גליק וכל הנלווים אליו, און פארקויף טאקע נישט ביי ענק אין שטאט, און ער האט ב"ה הונדערטער סוסקרייבערס פון קרית יואל, בנוסף צום ריזן צאל שטיק וואס ווערט פארקויפט אין די גאז סטאנציע,
(ביז לעצטנס האט מען עס נאך געקענט באקומען אין פעדער'ס גראסערי וואס דארט איז שוין אויך לעצטנס נישט דא געהעריג צו באקומען נאר בזעיר אנפין, האב איך געכאפט א שמועס מיט'ן בעה"ב רח"ל וואס השגות אין טעראר די חברה האבן, מ'האט אים קיין מנוחה נישט געלאזט טאג און נאכט און אים נאכגעלאפן אז ער האט בלוט אויף זיינע הענט פון די אלע וואס גייען נעבעך אויפגעקלערט ווערן פונעם טמא'נע מאמענט..)
און די וואך און בליק וואס ארבעטן מיט מיט זיי, זאלן טאקע עסן די פרות מיט אפעטיט און וויסן זאלן זיי אז וויפיל זיי וועלן נאכגעבן פאר די חברה וועלן זיי נאר ווערן מער און מער אגרעסיוו ווי די פארגאנגענהייט האט שוין געוויזן ואכמ"ל.