Under maintenance
הויפט זייט » "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

"וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14452
דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:38 pm#466663
"וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
צו באשטעלן דעם וועקער, דרוק דא!

מיר זענען גאר צופרידן צו מעלדן אז וועקער נומער 18 איז שוין אריין צום דרוק, און וועט בע"ה זיין צו באקומען אין די נאנטע טעג. אין די 232 זייטן פון דעם דאזיגן וועקער איז אריין אן אומגעהויערער ארבעט צו דעקן די שרעקליכע קאראנא-ווירוס מגיפה וואס האט אויסגעריסן שטיקער פונעם היימישן אידנטום.

צום ערשטן מאל וועט איר לייענען קלארע פאקטן און ציפערן וואס וועלן ברענגען א קלארקייט וואס דא האט זיך אפגעטון, און וואס עס גייט נאך יעצט פאר.

די טרויעריגע טעמע פונעם הויפט ארטיקל ברענגט אונז צו דעם תורה'דיגן מאמר פון הרב יצחק לאווי אויף דעם ענין פון שמירת הגוף, און דעם אויסערגעווענליכן 517-יעריגן אידישן כתב יד, "געדאנקען וועגן טויט", וואס ווערט צום ערשטן מאל געדרוקט אינעם וועקער. מיר באוויינען אויך די אבידה פון הרב יעקב צבי זאקס זצ"ל, וועלכער האט איבערגעלאזט כלל ישראל איז אזא שווערן זמן.

מיר זענען שטאלץ מיט דעם מייסטערהאפטיגן ליטערארישן ווערק פון ATUB @יואב ATUB , א טיפן אנאליז איבער דער שיטה פון "ציניזם", חכמות חיצוניות פון ATUB @מיימון ATUB , ועוד ועוד ועוד.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:52 pm#466667
Wow!
דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:13 pm#466668
עס איז באקאנט אז ביי א ״חי״ געב איך אים א חזקה אז ער איז נאך אזוי. שטעל איך דאס אויפ׳ן חזקה פון די פריערדיגע נומערן אז דאס איז עפעס וואס גייט דערקוויקן די שאיפת חכמה פון די אין אונזער געמיינדע. (ועוד יותר אז דאס האט דאך א גרעסערע פּראפּארציע פון זייטן.)

ומדי דברי, ווי איך האב אנגערירט דא פארמאגן אונז בעל כרחינו א חרדי׳שער קולטוראלע אידענטיטעט: דאס איז די די סאציאלע גרופע און קולטור אין וועלכעס אונז זענען מיר ערצויגן געווארן מנעורינו. (ועכ״כ אז דאס ווערט צו אן עקסטענט נקבע סאָמאַטיש אין אונזער גופניות׳דיגע מעשים ממש, אפילו ווען מ׳טוהט אקטיוו רעדזשעקטן די אידענטיטעט, וכדברי דר. לין דעווידמאן.) יעצט, וואו ערווענט כמה וכמה פעמים איז פאר אן אינדיווידואל אין אונזער געזעלשאפט וואס איז יא שואף ומבקש חכמה ואינטעלעקטשואליזם קען דאס צופיהרן צו א שטארקע אנטינאָמי, סתירה, און קריזיס. והיינו, פון איין זייט איז זיין קולטוראלע אידענטיטעט (כהיום) ווי נישט אנטי-אינטעלעקטשועל, ומאידך גיסא איז זיין אינדיווידואלע פערזענליכע אידענטיטעט יא אן אינטעלעקטשואלע. זייענדיג בעצם אן אינטעלעקטשואל אנערקענט ער דאס קולטוראלע חלק פון זיין אידענטיטעט און ער פארשטייט אז ער קען דאס נישט משליך זיין אחרי גוו.

דעריבער גלייב איך אז דאס עצם עקזיסטענץ פונעם וועקער, וואס איז למעשה בתוך דעם קולטוראלע סעטינג, קען דינען צו בארואיגן דעם קריזיס דורכ׳ן משווה זיין דאס פערזענליכע אידענטיטעט פון אן אינטעלעקטשועל מיט׳ן ווייזן אז אינטעלעקטשועליזם האט יא א מקום בתוך זיין ברייטערן קולטוראלע אידענטיטעט.

ייש״כ מערכת ATUB @דער וועקער ATUB . חזקו ואמצו וצלח ורכב.

*

053A7F49-AB2A-4744-A8EB-387DC046AF94.jpeg
ובענין זה במשנתו של דר. הערבערט מארקוזע.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:18 pm#466669
איך באגריס די גאטס און אויפריכטיגקייט פון וועקער.
די גאנצע קאוויד טעמע אין די היימישע גאס איז קאמפליצירט און פארווייטאגט און עפעס וואס טאמער איינער זוכט כבוד אדער קליקס זאל ער זיך ביטע טרעפן אנדערע נושאים פון וואס צו רעדן. כ'ווייס נישט אויב איך וואלט ארויסגעגעבן א צייטונג, צי איך וואלט געווידמעט א קאווער פאר אונזער רעספאנס צו קאוויד. כ'ווייס נישט צי כ'וואלט געהאט די כח דערצו און כ'ווייס נישט צי כ'וואלט בכלל געקענט טרעפן די ריכטיגע ווערטער און די ריכטיגע באלאנס וויאזוי דאס צו צענעמען. אפשר וואלט איך מיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז בעסער צו שווייגן און גיין צו אנדערע נושאים.
זייער אסאך מענטשן ווילן נישט הערן דאס ווארט קאוויד מער, נישט קיין חילוק וואס דו האסט צו זאגן דערוועגן. א גרויסער פראצענט איז געוויס נישט אפן צו הערן סיי וועלכע קריטיק אויף אונזער ציבור. פון דער אנדערער זייט, ווען מ'הערט צומאל שטימעס פון משמאילים, פעלט אויך קאנטעקסט אדער פארשטאנד אדער עמפאטיע, כאילו די נושא געהערט אין א שווארץ אדער ווייס קאלום. אפילו פון אן אביעקטיוון ווינקל טראכט איך צומאל, אז אפשר איז בעסער ווי ווייניגער מ'ווייסט, איגנאראנץ איז בליס זאגט דאך דער גוטער בוך. אפשר איז זיסער פאר'ן לעבן אז מ'ווייסט נישט וויפיל טויטע מיר האבן געהאט, אפשר איז בעסער זיך איינצורעדן אז אונזער קאוויד רעספאנס האט נישט עכט אויסגעמאכט. אפשר איז בעסער צו בלייבן אין דער טונקל, טאקע ווייל ווער קען דען זאגן זכיתי לבי און ער איז נישט קאמפליסיט צי אימפליסיט אין דער גרויסער מאנסטערישער טראגעדיע.
אז דער וועקער קוקט נישט אויף קיין זייטיגע חשבונות און צי דער יעצטיגער נומער וועט יא פליען פון די שעלווס אדער נישט, נאר האלט זיך פון די ווירדן פון האמת ניתן להיאמר פאר יעדן פרייז, נישט קיין חילוק ווי ציפעדיג דאס איז, נאר ווי דער נביא בשעתו וועלכער זאגט תוכחה פאר'ן פאלק און פאטשט דעם גרויזאמען אמת אין פנים נישט קיין חילוק וואס פאר א פרייז ער וועט צאלן און אפילו טאמער זיין בלוט וועט פארגאסן ווערן און בלייבן זידן לעולם, איז עס עפעס וואס קומט זיך שעצונג און רעספעקט.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:34 pm#466670
וויבאלד איך האב עס נאכנישט געליינט, ווייס איך נאכנישט צו ס'איז אויפריכטיג, אדער אן אגענדעס, צו ס'איז למען האמת וכו'. נאכן ליינען העמער שמועסן....

פאר 232 זייטן איז דא צו וויינוג אינפארמאציע אויפן דעקל בנוגע די אינהאלט. איך וועל דארפן שטעלן אויף די חזקה אז די אמת'ע אינטערסאנטע סחורה איז נישט אויפן דעקל...
דינסטאג פעברואר 09, 2021 2:30 pm#466672
און אויב ס'איז נישט ממש אויפריכטיג? קודם איז דא וואו עס אויסצושמועסן און אביעקטיוו דיסקוסירן
ווי אנדערע נושאים וואס "דער וועקער" האט שוין געדעקט, מיינסט איך בין איינשטימיג מיט יעדע קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט וואס זענען שוין דארט געלופטערט געווארן? ס'איז קודאס פאר די פלאטפארמע, אפגעזעהן וואס די רעזולטאטן זענען
דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:13 pm#466679
קאוויד איז א אויסגעדראשענע טעמע! איך פארשטיי מ’דארף אביסל מוסר זאגן, וכדומה, אבער נישט צו סאך ווייל ס’גייט שוין פון די נאז.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:24 pm#466682
ב"ה אז כ'האב א שטיקל יד אינעם הויפט ארטיקל, וואס ציט זיך אויף צענדליגער בלעטער פול מיט פאקטישע ציפערן, graphs, charts, וכו', וואס ווייזט צום ערשטן מאל וויפיל מיר האבן געליטן. ווען די רעדאקציע פונעם וועקער האט מיך עפּראָוטשט אויב איך וויל מיטארבעטן אויף דעם פּראיעקט, האב איך געזאגט הארצן גערן, אבער צום באדויערן ווייס איך נישט וויפיל אינטערעסע עס וועט האבן. די רעדאקציע האט מיט געזאגט מיט קלארע ווערטער, אז "מ'גייט נישט לאזן דורכגיין אזא שרעקליכע תקופה ביי כלל ישראל, אן ברענגען א קלארן בילד וועגן וואס דא האט זיך אפגעטון. אז מיר וועלן דאס איגנארירן זענען מיר מועל אין אונזער שליחות."

אלזא, ווער עס האלט אז די טעמע איז אויסגעדראשן, אדער וויל נישט הערן די פאקטן, זאל נישט קויפן. און אז ער קויפט יא, זאל ער תיכף ארויספליקן בערך א האלב פונעם וועקער, און לדעתי וועט ער וועט נאך איבערבלייבן מיט גענוג ארטיקלען אז ס'זאל זיך האבן אויסגעצאלט.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:26 pm#466683
קורקלענד האט געשריבן:פאר 232 זייטן איז דא צו וויינוג אינפארמאציע אויפן דעקל בנוגע די אינהאלט. איך וועל דארפן שטעלן אויף די חזקה אז די אמת'ע אינטערסאנטע סחורה איז נישט אויפן דעקל...

ניין, די אינטערעסאנטסטע און וויכטיגסטע סחורה איז 6 בלוטיגע קאפיטלען וועגן קאראנא-ווירוס. אויב דער דעקל מאכט דיר נישט קויפן דעם וועקער, זאלסטו טאקע נישט קויפן.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:57 pm#466684
איך וועל עס קויפן, און איך וועל נישט אויסרייסן גארנישט, איך האב נאר הנאה אז מ’האט פארגרעסערט דעם וועקער אז די נישט אינטערסאנטע נושא זאל ווערן געדעקט דורך די אנדערע ארטיקלען.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 7:24 pm#466689
‏ ATUB @העניך ATUB האט שוין דא ארויסגעברענגט
העניך האט געשריבן:די טענה פון אברהם אבינו אז א געטשקע פון עץ ואבן קען גארנישט טון איז אויך אלט און אויסגעדראשן. אבער ס'איז נאך אלץ אמת.
מיינענדיג, אז ווען מען איז אביעקטיוו דן אויף פאקטן (בפרט ווען מ׳האלט בעצם [היסטאריש] אינדערמיט פונעם אויסשפיל דערפון) איז ״אויסגעדראשן״ נישט קיין טענה. די דיון איז ל״ד פאר ״ענטערטעינמענט״.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:59 am#466726
דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

m https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:58 am#466728
באשטעלט.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:05 pm#466729
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
ביטע אהער ברענגען די גאנצע אינהאלט, אז מען זאל קענען זען אלע ארטיקלען וואס זענען אריין.
א דאנק.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:10 pm#466730
.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 1:16 pm#466736
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
העניך האט געשריבן:ב"ה אז כ'האב א שטיקל יד אינעם הויפט ארטיקל, וואס ציט זיך אויף צענדליגער בלעטער פול מיט פאקטישע ציפערן, graphs, charts, וכו', וואס ווייזט צום ערשטן מאל וויפיל מיר האבן געליטן.


האט מען עס כאטש געגעבן איבערצוקוקן פאר עכטע געלערנטע סטאטיסטיקער, ווי עס פאסט פאר אזא הויכשטאפלערישע זשורנאליסטישע ווערק?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 1:17 pm#466738
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
די וועקער רעדאקציע קען זען די נעמען ווער עס קויפט?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 2:18 pm#466741
אונטער חכם האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין עוועילעבל צו קויפן!

https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR
די וועקער רעדאקציע קען זען די נעמען ווער עס קויפט?

ניין.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:04 pm#466761
ס׳ליגט שוין אין טובי׳ס?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:09 pm#466763
מ’קען עס שוין קויפן אויף 49 ביי די ניוז סטענד? ביז ווילאנג עס איז נאך נישט דא דארט הייסט עס נאך נישט ארויסגעקומען ביי מיר.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:35 pm#466771
אין בלויז עטליכע שעה איז שוין וועקער נומער 18 א "#1 בעסט סעלער" צווישן אידישע ביכער אויף עמעזאן!

m https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:36 pm#466792
פאלגנד זענען עטליכע פון אונזערע ידידים וואס האבן געהאט א טייל אין דעם יעצטיגן וועקער:

ATUB @מפוזרי ATUB
ATUB @צ. למדן ATUB
ATUB @העניך ATUB
ATUB @לעיקוואד ATUB
ATUB @פראפעסאר ATUB
ATUB @מי אני ATUB
ATUB @מיימון ATUB
ATUB @אבטולמוס ATUB
ATUB @יואב ATUB
ועוד...
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:57 am#466819
פארווארט
פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:39 am#466893
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
real fake news האט געשריבן:ס׳ליגט שוין אין טובי׳ס?
?


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:43 am#466894
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
Ordered!! Thanks


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:50 am#466896
איך ווייס אז קיינער האט מיר נישט געפרעגט, אבער כ׳האב זייער ליעב געהאט די דעקלעך פון די וועקערס #15 און #16, איך פארשטיי פארוואס מ׳לייגט נישט קיין בילדער פון פרויען אויפ׳ן דעקל, אבער פארוואס דארף יעדע וועקער האבן א ריזיגע בילד פון א מאן מיט נאך אפאר אין די זייטן? די אויבנדערמאנטע צוויי האבן אריינגעברענגט א שטיקל פרישקייט ווי ס׳פאסט טאקע פאר אזא סארט אויסגאבע, כ׳האף אז דאס אז די לעצטע צוויי האבן אויסגעזעהן מער ווייניגער ווי דאס וואס איך קויף ביים מקווה איד מיינט נישט אז מ׳גייט צוריק צום אלטן, כאטש זאל יעדע צווייטע האבן די סארט אויסזעהן.
פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:38 pm#466913
לייענער פאנגען שוין אן צו באקומען דעם וועקער!
פרייטאג פעברואר 12, 2021 1:30 pm#466922
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
Where did you get it?


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:42 pm#466926
I don’t know האט געשריבן:Where did you get it?


Sent from my iPhone using Tapatalk

דאס האבן אריינגעשיקט לייענער וועלכע האבן געקויפט אויף עמעזאן.
דינסטאג פעברואר 16, 2021 9:34 pm#467121
דאס האט לאו דווקא צוטוהן מיט׳ן איצטיגן וועקער אבער כ׳האב שוין פונלאנג אזא חקירה, די אלע מענטשן וואס שרייבן אזעלכע ריוויוס אויף אמאזאן ווי ״פול מיט כפירה/אפיקורסת״ אדער ״פול מיט האס" האבן טאקע געקויפט דעם וועקער מיינענדיג אז זיי קויפן דא א רעפליק פונעם מעלות און זיי זענען ביטער אנטוישט געווארן און געגעבן א שלעכטע רעוויו, אדער האבן זיי פשוט געהערט פון א חבר אז ס׳דא די אויסגאבע וואס איז אנגעפילט מיט כ׳ווייס וואס און ס׳איז א גרויסע מצווה צו שרייבן א שלעכטע ריוויו?
דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:46 pm#467125
איך מיין די צווייטע איז די תירוץ. אינטערסאנט אז זיי האלטן אז מען וועט זיך צוריקהאלטן פון עס קויפן וועגן אזעלכע מעסעזשעס, די וואס קויפן עס ווייסן שוין געווענליך אז עס איז נישט קיין רעפליקע פון די מעלות.
מיטוואך פעברואר 17, 2021 4:34 pm#467157
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
ווען וועט עס זיין צו קויפן בייםnews stand אויף 49?

Sent from my LM-K300 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 17, 2021 7:15 pm#467161
נעקסטע וואך אי"ה.
מיטוואך פעברואר 17, 2021 11:28 pm#467171
איך קען שוין נישט ווארטן.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 12:02 am#467174
דא פראבלעמען מיט עמעזאן? איך האב עס באשטעלט זונטאג, עס האט געוויזן אז איך באקום עס דינסטאג, איך האב היינט געטרעקט די ארדער, זעה איך אז זיי האבן עס נאכנישט ארויסגעשיקט. וויאזוי קען איך מאכן זיכער אז איך האב עס פאר שבת?
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 7:06 am#467176
מנחם ציון האט געשריבן:און אויב ס'איז נישט ממש אויפריכטיג? קודם איז דא וואו עס אויסצושמועסן און אביעקטיוו דיסקוסירן
ווי אנדערע נושאים וואס "דער וועקער" האט שוין געדעקט, מיינסט איך בין איינשטימיג מיט יעדע קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט וואס זענען שוין דארט געלופטערט געווארן? ס'איז קודאס פאר די פלאטפארמע, אפגעזעהן וואס די רעזולטאטן זענען

לאמיר זעהן דער וועקער זאל דעקן דעם מאלעסטער אישו בתוכינו דעמאלטס וועל איך וויסן עס איז עפעס ווערט. סתם קריטיקירן און זעלבסט האסן קען יעדע נאר.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 8:31 am#467177
איך אויך האט געשריבן:לאמיר זעהן דער וועקער זאל דעקן דעם מאלעסטער אישו בתוכינו דעמאלטס וועל איך וויסן עס איז עפעס ווערט.

די לעצטע ארטיקל אינעם פריערדיגן נומער. ווי אויך די ארטיקל אינעם יעצטיגן.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:26 am#467185
איך וויל שרייבן א קאמענט אויף די הערליכע ארטיקל פון ATUB @פראפעסאר ATUB , כ'וויל אים בעטן אויב ער קען פליז עפענען א אשכול.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 12:32 pm#467192
בשורה טובה!
דער נייער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.

צו קויפן אויף עמעזאן, קליק דא:
m https://amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 1:51 pm#467194
תרמב האט געשריבן:איך מיין די צווייטע איז די תירוץ. אינטערסאנט אז זיי האלטן אז מען וועט זיך צוריקהאלטן פון עס קויפן וועגן אזעלכע מעסעזשעס, די וואס קויפן עס ווייסן שוין געווענליך אז עס איז נישט קיין רעפליקע פון די מעלות.

די פאלגענדע Review האט מיר געכאפט...

"נישט קיין עכטע ארטאדאקסישע אויסגאבע. קויף עס נישט!"

Screenshot 2021-02-18 124947.jpg
מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:09 am#467347
פרייליכע נייעס!

דער נייער וועקער איז שוין דא צובאקומען אין בארא פּארק ביים ניוז-סטענד, 13 קארנער 49.

אויך קען מען קויפן דעם וועקער אין מאנסי ביי טובי'ס ספרים געשעפט.

און פארשטייט זיך אז מ'קען אויך קויפן אויף עמעזאן, דא: m https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
מאנטאג פעברואר 22, 2021 1:24 am#467353
איך האב פרובירט עס צו קויפן דורך אמאזאן אבער משומר פילטער האט עס נישט געלאזט קויפן.
דינסטאג פעברואר 23, 2021 7:33 pm#467495
איך אויך האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:און אויב ס'איז נישט ממש אויפריכטיג? קודם איז דא וואו עס אויסצושמועסן און אביעקטיוו דיסקוסירן
ווי אנדערע נושאים וואס "דער וועקער" האט שוין געדעקט, מיינסט איך בין איינשטימיג מיט יעדע קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט וואס זענען שוין דארט געלופטערט געווארן? ס'איז קודאס פאר די פלאטפארמע, אפגעזעהן וואס די רעזולטאטן זענען

לאמיר זעהן דער וועקער זאל דעקן דעם מאלעסטער אישו בתוכינו דעמאלטס וועל איך וויסן עס איז עפעס ווערט. סתם קריטיקירן און זעלבסט האסן קען יעדע נאר.

איר קענט נעמען די פענע אין האנט און שרייבן דערוועגן
דאס נישט שרייבן פון וואס דו ווילסט מאכט נאך נישט אוועק וואס איז יא געשריבן געווארן
מאנטאג מערץ 01, 2021 12:21 pm#467651
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
בילד
דרייסיג פראצענט ווארטען פאר די וועקער אין זייער שטאט, קרית יואל, וויליאמסבורג, וכו׳
מאנטאג מערץ 01, 2021 6:10 pm#467682
איך האב קודם געווארט אז ס’זאל אנקומען צו די ניוז סטענד אויף 13, אבער למעשה האב איך נישט געקענט אויסווארטן און איך האב עס באשטעלט.
מאנטאג מערץ 22, 2021 11:16 pm#468850
פּונקט אין צייט פאר פּסח גיט עמעזאן א צען פּראצענט הנחה: קויף דעם "וועקער" פאר בלויז 8.96!

אין דעם פלייץ פון אויסגאבעס לכבוד יום-טוב איז נאר דער וועקער אייגנארטיג. אריגינעלע מאמרים וואס זענען נוגע, נישט קיין לופטיגע ארטיקלען און צענדליגער בלעטער פון אנאנסן. גאנצע 232 זייטן וואו יעדער עמוד איז פול מיט דעם בעסטן חומר אין דער אידישער שפּראך!

קויף אין צייט פאר פסח:
m https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
דינסטאג מערץ 23, 2021 7:00 pm#468895
א פרישע פלייץ פון לייענער לכבוד פסח האט ווידעראמאל ארויפגערוקט דעם נייעם וועקער צו א "נומער 1 בעסט סעלער"!

קויף אין צייט פאר יום-טוב
m https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR m
דינסטאג מערץ 30, 2021 11:54 pm#469075
Re: "וועקער" נומער 18 - והח"י יתן אל לבו!
"מיין שווער האט מיר געזאגט דעם יום טוב אז דורכגייענדיג די 'ניוז סטענד' אויף דרייצענטע עוועניו, האט ער געזען א מאגאזין אין אידיש וואס ער האט קיינמאל געזען 'דער וועקער'... און עס געקויפט, 'כ'האב זיך נאכגעפרעגט און מען האט מיר געזאגט אז עס איז עפעס אן אפיקורסי'שע אויסגאבע, אבער כ'האב עס געליינט און עס איז געהעריג אויסגעהאלטן פאר עלטערע איך האב אפילו שטארק הנאה געהאט, עס איז זייער תוכנ'דיג.'
כ'ענדיג עס יעצט אז דו ווילסט נעם עס צו דיר אהיים"


- מתוך א שמועס מיט א חבר דעם יום טוב.