מאנטאג יולי 05, 2021 2:41 pm#477187
און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).
מפיל קינד האט געשריבן:יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..
וואס איז די עצה אז דאס זאל יא געלונגען?
רוב עלטערן זוכן יא א קאפל זאל זיך פארשטיין. בדרך כלל ווען צוויי מענטשן קומען פון זעלבן קרייז וועלן זיי זיך בעסער פארשטיין.
מפיל קינד האט געשריבן:יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..
סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד. דוק ותשכח, אין די ליטווישע קרייזן זענען דא מער בעשויס און דעיטס, מער שידוכים פראבלעמען, מער גיטין און מער עגונה'ס אויך... וואס מער אפן און מאדערן, אלץ מער שידוכים און גיטין פראבלעמען און קריזיסן. דוק ותשכח.
דערהויבענע איד האט געשריבן:יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).
און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?
מפיל קינד האט געשריבן:סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד...
מפיל קינד האט געשריבן:כנלענ"ד, און מ'מעג זיך דינגן!! איך זוך נישט צו באצווינגען מיין מיינונג אויף קיינעם, אן אויסנאם.
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).
און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?
איך בין מיט דיר אז ביידע זענען וויקטימס, און אז ס'איז א געפערליכע עוולה וואס דארף א לייזונג. איך זאג נאר אז עס איז נישט גוט צו נוצן ווערטער וואס ווערן געווענליך גענוצט ווען איינער איז מאנס א צווייטן, ווייל דאס איז נישט דער מציאות. און ווען מען נוצט אזעלכע ווערטער ברענגט עס נישט דעם שמועס אינעם ריכטיגן דיירעקשן.
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:פארוואס פארשטיי איך ניט די שמועס?
דערהויבענע איד האט געשריבן:@יעקב מעקסוקעל, איך וואלט מסכים געווען מיט דיר לגבי קאלעדזש אז ס'וואלט געסאלווט אסאך פראבלעמען, אבער דאך איז עס א צווייטע מסכת וואס האט צוטון מיט חינוך, אא"וו.
פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אלזא, וואס איז די וועג צו טון למעשה? לדעתי איז די לייזונג קאלעדזש. יעדע קינד וואס קומט ארויס פון ישיבה גדולה/היי סקול זאל גיין אין קאלעדזש, דארט קען מען קונה זיין וויסנשאפט און ווערן באקאנט מיט די אלגעמיינע וועלטליכע געזעלשאפט. צוביסלעך וועט מען זיך באקענען מיט די אנדערע מין אין אן אויסגעהאלטענע מסגרת, פארשטיין מיט וואס א פרוי איז אנדערש פון א מאן און מיט וואס די זעלבע, פאסיגע פארלעך וועלן נאטורלעך נענטער ווערן איינער מיטן אנדערען און מען וועט לאזן די השגחה שליסן די שידוכים.
צו די זעלבע צייט וועט דאס סאלוון אסאך פונדעמענטאלע פראבלעמען צווישן אונז. למשל דאס אז מען דארף אייביג קוקן וואס יענער טוט און זאגט, די געוואלדיגע peer pressure וועט נאכלאזן, ווייל מען דארף זיך שוין נישט זארגן וואס מען וועט זאגן ביי שידוכים. ועוד ועוד...
שארפןקאפ האט געשריבן:With all do respect
אן טוישן די סיסטעם וועט זיך (מיסטאָמע) גארנישט טוישן!!!
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
דערהויבענע איד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!
כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.
כהאלט נישט אז איינער דארף איינעם דינען אין א מעריזש, כהאב נאר מגיב געוועהן אויף אים אז ווייל ער איז צפרידן- מן הסתם דינט אים זיין ווייב-מיינט נישט אז אנדערע זענען יא.
ווען איך בין ווען א מחוצף פרעג איך אים צו זיין ווייב איז אויך צופרידן....
קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.
דערהויבענע איד האט געשריבן:פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.
קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.
באמת איז עס נישט אזוי פשוט אז מ׳דרייט זיך ארום און מ׳טרעפט מיידלעך, געווענליך גייט עס אז איינער ברענגט א חבר וואס ברענגט א חבר און מ׳דרייט זיך אזויפיל צווישן סינגלס וואס טוען אקטיוו דעיטן (כ׳רעד אפילו נישט פון סינגל עווענטס) און מ׳רעדט פון דעם און פון יענעם, און געווענליך מאכט זיך שוין עפעס, אנדערש ווי היינט ביי געווענליכע חסידים וואו יעדע שידוך וואס איינער וויל אנטראגן דארף דורכגיין ווייניגסטנס פינעף מענטשן וואס יעדער האט די כח צו מאכן א וועטאו אויף די גאנצע זאך און וואס ס׳קומט אן צום בחור/מיידל איז נאר וואס א בית דין של שבעים ואחד זקנים האבן געגעבן זייער הסכמה אז לויט זייער דמיון איז עס פאסיג.יעקב מעקסוועל האט געשריבן:קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.