Under maintenance
הויפט זייט » "טובים השנים" - וועקער 18

"טובים השנים" - וועקער 18

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14464
זונטאג פעברואר 14, 2021 1:19 pm#466974
"טובים השנים" - וועקער 18
אשכול צו קאמענטירן אויף מיין דערציילונג "טובים השנים" אינעם פרישן וועקער.
זונטאג פעברואר 14, 2021 1:50 pm#466978
ליידער ליידער ברענגט דאס אזוי שטארק ארויס די אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר וואס איז דא אין אונזער געמיינדע ביי די סארט אומרעכטן, און וואו די העלד ווערט גאר פארעכענט ווי די ווילעין. און הגם מ'קען טענה'ן פונעם טוביה חטא וזיגוד מינגד, איז קען מען זיך אבער ליידער רואיג פארשטעלן אז ס'וואלט נישט אויסגעזעהן צו סאך אנדערש מיט צוויי מענטשן וואס האבן דאס געזעהן קעגן א מאכטפולן מענטש מיט סטאטוס אין די געמיינדע. ואולי ליגט דאס אויך אינעם געדאנק וואס ATUB @אבטולמוס ATUB וויל מרמז זיין מיט'ן "טובים השנים". :(
מאנטאג פעברואר 15, 2021 12:31 pm#467043
Re: "טובים השנים" - וועקער 18
מען דארף ליינען די מעשה צוויי מאל צו כאפן וואס גייט פאר..
קורץ און שארף.
דינסטאג פעברואר 16, 2021 9:04 pm#467120
מיר געלאזט מיט אן אפן מויל. איך האב זיך שוין געפריידט אז ס'דא יוסטיץ...
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 9:42 am#467178
Re: "טובים השנים" - וועקער 18
א געוואלדיגע און שרעקעדיגע סיפור. אייזן געשריבן!
איך האב דאס אויסגעטייטשט הן אויף דער קאראנע מצב בפרטיות, אבער איז אוודאי נוגע אנדערע מצבים בכלליות.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:17 am#467182
איך וואלט עס גערופן "טובים השלשה" ווייל די מעשה האט מיך אויך גע'הרג'עט.....
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:17 am#467183
איין הערה, איך האלט אז אזא מעשה וואלט געדארפט קומען מיט א ווארענונג אז ס'איז זייער גראפיש בלוטיג.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 1:31 pm#467193
Re: "טובים השנים" - וועקער 18
אוי וויי טריגער אלערטס אין דער וועקער. פליז נישט.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 1:51 pm#467195
איך האב עס נישט געטראפן מוראדיג גרעפיק בכלל.
זונטאג פעברואר 21, 2021 11:29 am#467272
בת קול האט געשריבן:איך האב עס נישט געטראפן מוראדיג גרעפיק בכלל.

כ'האב הנאה צו הערן. כ'האב געשפירט אז פאר די וואס קענען עס טרעפן גראפיש, איז שוין ATUB @פיקאסא ATUB 'ס פאכמאנישע דעזיין גענוג צו ווארענען...
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:40 pm#467279
הערליכער ארטיקל! געברענגט שטורעמישע בויך וויי...
מיטוואך מערץ 31, 2021 3:10 am#469088
Re: "טובים השנים" - וועקער 18
געליינט איבער יום טוב, זייער שפאנענד און פונקטליך - אבער נישט איבער די מאס - דעטאלירט, און פארשטייט זיך די אומאנגענעמע שטעכעדיגע אבער ליידער אמת'ע 'טוויסט' ממש די לעצטע שורה.

ליידער נישט דא וואס צוצולייגן צום נושא אליין.
אבער אויף צו קריטיקירן..... איך מיין האסט אריינגעטראטן אין @הוגה'ס טעריטאריע.....
מיטוואך מערץ 31, 2021 10:14 am#469099
די מעשה’לעך ביים סוף פון די וועקער זענען פאר מיר ווי די טשערי אן דע פיי, אבער די מעשה איז עפעס עקסטער ספעישעל, ווי ס’ענדיגט זיך אזוי ווייטאגלעך און סברענגט שטארק ארויס די פוינט, איך האב עס געלייענט מיט א פארכאפטע אטעם.
דינסטאג אפריל 06, 2021 9:25 am#469283
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער אויף צו קאמפלעמענטירן..... איך מיין האסט אריינגעטראטן אין @הוגה'ס טעריטאריע.....


יישר כח! I'm humbled. ;)

.
דינסטאג אפריל 06, 2021 9:54 pm#469335
כ'מוז רעאגירן אויף דעם ארטיקל.

לדעתי איז עס געווען איינע פון די שענסטע, און מערסט-מקוריות'דיגע ארטיקלען אינעם וועקער. כ'האב עס געלייענט מיט א פארכאפטן אטעם, און די פראסק-אין-פנים ביים ענדע ארטיקל איז פשוט ווערד א פוליצער. ס'שאקלט דיר ריכטיג אויף.

אבטולמוס עט היס בעסט!
מאנטאג אפריל 19, 2021 10:03 am#470620
וואס נעמט מען ארויס אויף למעשה? איז דער פאל נכלל אינעם כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וכו'? וואס האט ער אויפגעטון מיטן פארציילן?
מאנטאג אפריל 19, 2021 10:10 am#470621
הוגה האט געשריבן:וואס נעמט מען ארויס אויף למעשה? איז דער פאל נכלל אינעם כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וכו'? וואס האט ער אויפגעטון מיטן פארציילן?

כ'וויל הערן פון דיר. וואס נעמסטו ארויס?

וועגן דיין פראגע, וואס האט די מיידל וואס האט מקיים געווען הכנסת אורחים אין סדום אויפגעטון?

און מ'קען זאגן אז יאנקל האט אויפגעטון צוויי זאכן, איינס, הגם דער עסטעבלישמענט האט אים נישט אויסגעהערט, זענען האפנטליך געווען יחידים וואס האבן זיך יא געהיטן פונעם רוצח. מסתמא האט ער אזוי געראטעוועט א לעבן אדער צוויי. צווייטנס, יאנקל האט מיט זיין טאַט געברענגט אז ס'זאל באשאפן ווערן א שטיקל ליטעראטור וואס דינט ווי א שפיגל אויף אונזער אויפפירונג.
מאנטאג אפריל 19, 2021 12:51 pm#470640
די מעשה איז עפעס נישט נארמאל גוט. ווען איך האב געזען פונדערזייט אז עס גייט זיך שוין ענדיגען האב איך עס נישט געקענט פארשטיין, ביז איך בין אנגעקומען צום ביטער'ן ענדע. ווי חתם סופר זאגט, האסט מיר אויך גע'הרג'עט... די ארטיקל וואלט געווען ווערט פאר א פילם.

אבטולמוס האט געשריבן:כ'וויל הערן פון דיר. וואס נעמסטו ארויס?

האסט מיר נישט געפרעגט, אבער די מעסעזש איז קלאר, עס איז מיין ארבעט צו מאכן זיכער אז דער וועם איך קוק ארויף אויף, איז טאקע דער צדיק.
דינסטאג אפריל 20, 2021 7:19 am#470794
די וועלט זאגט אז ווען די רמ"א האט געשריבן" ואנו אין נוהגין כן" בנוגע הלל ביי מעריב ליל פסח, האט ער עס געשריבן בדמע, ארויסצוברענגן זיין ווייטאג אז ליידער ביי אים איז נישט געווען די מנהג צו זאגן. @אבטולמוס, מיין שאלה "וואס האט ער אויפגעטון" איז געשריבן געווארן בדמע און מיט א קרעכץ. עס איז מעורר ייאוש. די איינציגסטע למעשה וואס איך זעה בהכרח דא איז אז איין מענטש'ס מעשים, לטב ולמוטב, וועט נישט טוישן course פון גארנישט. איך זאג נישט אז איך בין מסכים מיט דעם טעזע, אבער דאס איז וואס דער מעשה ברענגט מיר. איך וואלט עס נישט אנגערופן ייאוש נאר ענדערש acceptance.

די מעשה איז פאוערפול און שאקלט אויף די תוך פונעם מענטש אויף א שרעקליכע פארנעם, אבער עס פאראליזירט אים. איז דער inaction וואס פאלגט נאך, א מעלה אדער א חיסרון? איך ווייס נישט. וואס ווייסן מיר דען יא?


.
דינסטאג אפריל 20, 2021 9:09 am#470798
אנדערש ווי אנדערע דא, זעה איך דער morbid מעשה לאו דווקא אלץ א משל פאר קאראנע צו אנדערע אויסערגעווענטליכע ערשיינונגען במחנינו. דער מעשה שפילט זיך בעצם אפ טאג טעגליך ביי א יעדער איינעם אין זייער משפחה, קהלה, שטאט און לאנד. די לקח פון אזא מעשה און די רעאקציע צו איר איז קריטיש נוגע.
מיטוואך אפריל 21, 2021 8:45 pm#471028
מפילמט שוין א מאווי פון די מעשה

m https://twitter.com/blotnik_simcha/stat ... 44320?s=21 m
מיטוואך אפריל 21, 2021 8:57 pm#471030
אפשר פארקויפט מען די טובים השנים ארטיקל אזוי ווי מען האט געטון מיט די די קורונע באשרייבונג.

עס מאכט זיך אמאל אז רוב ארטיקלען פון א אויסגאבע רעדט נישט אזוי ווייט צו איינעם אבער 1 צו 2 ארטיקלען וואס מען וויל יא לעזן אבער עס לוינט נישט צו צאלן די פולע פרייז.
דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:39 am#471048
כלבאשבוע האט געשריבן:מפילמט שוין א מאווי פון די מעשה

https://twitter.com/blotnik_simcha/stat ... 44320?s=21


דער גרויסער דארט, איז געווען די שרייער ביים מחאה קעגן ר׳ שלום זכור. צו אים האט זיין זין געזאגט אז זיין טאטע וויל נישט אנעמען זיינע אייגנע אייניקלעך...