Under maintenance
הויפט זייט » הרב יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל – וועקער 18

הרב יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל – וועקער 18

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14473
מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:15 pm#467145
הרב יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל – וועקער 18
אין וועקער נומער 18 ערשיינט א רירנדע הערכה אויף הרב הגאון רבי יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל, געשריבן דורך דוד יוסף הערשקאוויץ, א חסידישער אדוואקאט אין לאנדאן.
מיטוואך פעברואר 17, 2021 1:39 pm#467148
כ'קען נישט זאגן אז כ'בין א בקי אין תורת הרב זאקס, אבער ווען כ'האב נאר געזען א דרשה פון אים, אדער געלייענט א מאמר וואס ער האט געשריבן, האט עס מיך טיף אינספירירט אין מיין אידישקייט און מענטשליכקייט.

א הערליכער און רירנדער ארטיקל, וועגן אן אמת'ער גדול בישראל.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:13 am#467180
נאך נישט געליינט. איך וויל קודם ארויספרינטען די אלטע ארטיקל אויף הרב זאקס אין א פריערדיגע וועקער, (איינער האט די לינק צו די האנט?), און נאכדעם וועט מען דאס ליינען אי"ה.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 5:09 pm#467211
א גרויסן ישר כח. דער ארטיקל האט מיך געברענגט טרערן אין די אויגן.
מיטוואך מערץ 31, 2021 3:17 am#469089
Re: הרב יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל – וועקער 18
למען האמת בין איך אביסל אנטוישט ווייל איך האב מיך גערעכנט אויף א שטיקל אויספירליכע ביאגראפיע ענליך צו @אמת וצדק'ס ארבעט אויף הרב שטיינזאלץ אין וועקער אנטאלאגיע, אבער עס האט געהאט אן אנדערע מער פערזענליכע טאטש צום ארטיקל ווי א שטיקל שלושים דרשה, טאקע נישט איבער זיין לעבן'ס ביאגראפיע און אויפטוענגען, אבער יא איבער זיין פערזענליכקייט און כאראקטער.

עס האט מיך אויך געשטופט צו נאכזוכן און דאונלאודן אפאר דרשות, עמער עס אי"ה הערן ביים קומענדיגן געלעגנהייט.
מיטוואך מערץ 31, 2021 2:43 pm#469110
Re: הרב יעקב צבי (יהונתן) זאקס זצ"ל – וועקער 18
א שיינע לאנגע באשרייבונג אויף הרב זאקס ז"ל, פון די מובחר שבמובחרים הרב @שש משזר
l viewtopic.php?t=11069 l


א Starter שו"ת פון רב זאקס
l viewtopic.php?t=6241 l