Under maintenance
הויפט זייט » מ'גייט נעמען די וואקסין!

מ'גייט נעמען די וואקסין!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14479
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 8:57 pm#467245
מ'גייט נעמען די וואקסין!
פארגאנגענע דינסטאג נאכט ביי נאכטמאל, נאך די מנה ראשונה שניה ושלישית, פאר קינוח סעודה, געב איך א זאג אזוי בדרך אגב, אז עס האט זיך מיר געמאכט א געלענגהייט צו נעמען די קאוויד וואקסין און איך פלאן עס צונעמען בעז"ה אין איינע פון די קומענדיגע טעג. דאס ווייב האט פונקט געהאלטען א גלאז טיי אין די האנט, און עס פארשטייט זיך אראפגעלאזט ווי הרב שטיסעל ווען ער הערט אז זיין ברידער נחום איז פארהייראט צו חמדת לבו.

איך וועל איך נישט אייך באלעסטיגען מיט די דעטאלען אבער די משפחה און קינדער האבן זיך א לאז געטאן אויף מיר ווי הונגעריגע וועלף וואס ווילן ראטעווען א שעפעלע וואס וויל באגיין זעלבסמארד. מיין עלטסטע בחור האט מיר באזארגט געפרעגט וואס עס וועט זיין וועסט מער נישט קענען האבן נאך קינדער רח"ל ער האט בפירוש געהערט אזוי אויף א פרי ריקאדעד מעססעדזש פון טובי' מאיר ניימאס ברידער אדער קאזין אז עס שאט פאר קינדער. מיין מיידלע האט געהאט א אנדערע פראבלעם, זי האט געהערט פון קראנטע מקומות אז ווער עס נעמט א וואקסין וואקסט א וויידעל, א לאנגס און א ברייטס מיט קאלערדיגע פעדערן אויף די שפיץ. דאס וויייב האט געוויינט אז זי פארכט זיך אז מיין אהבה וועט זיך בייטן פון פרויען צו מענער. אנדערע האבן סתם מיט געוויינט כיון שראו מקום לבכות בכו בכיה של חינם, אדער ווי בריסקער רב פלעגט זאגן אז מען קען גארנישט טוען זאל מען כאטשיג וויינען. עד כדי כך איך האב אויך אנגעפאנגן וויינען אויף זייער געוויין.

איך האב געוויסט די מצב טויג נישט כהאב אבער נישט געוויסט אז עס איז אזוי ביטער, זאג איך זיי לאמיר צונעמען די טענות אחת אחת פאר מיין בחורל וואס איז באזארגט אז איך וועל נישט האבן מער קיין קינדער, האב איך געזאגט נו דעס וויל איך דאך!... איך מאך א וויץ, האב איך שנעל צוריקגעצויגן, זענדיג די בייזע בליקן פון מיין ווייב.
אז מען רעדט שוין פון די בייזע בליקן פון דאס ווייב, רחמנא יצילונו מהם ומהבטם, אירע אויגן! רח"ל איך ציטער פון אירע אויגן, די קישקעס דרייען מיר זיך איבער ווען איך זע איר שטרענגע בליקן. ברד"ק פון די הפגנות מיט זיינע גרויסע רונדיכגע ארויסגעשטארצטע אויגן קען זיך פארשטעקן פאר אירע אויגן. איי קענסט מיר מסביר זיין וואס איך האב אזוי מורא? זי איז עניוועי איינגעזאלצן מיט מיר, גענוי ווי איך בין איינגעזאלצן מיט איר. כמיין ח"ו נישט צו זאגן איינגעזאלצען, נאר עפעס מער ווי איינגעצוקערט, די עיקר איז מ'איז פארקלעפט און פארקניפט איינער מיטן אנדערער אז עס איז נישטא ווי צו לויפן, סא וואס איז די פחד?

עניווי, צוריק צו דעם אינגעל וואס זארגט זיך אויף מיינע אוסזיכטן צו האבן נאך קינדער, , זאג איך אים אזוי "אמת, די ערשטע דאזע פון די וואקסין האט טאקע די פראבלעם און עס איז מייבש די מעייןת אבער די צווייטע דאזע האט א פונקט פארקערט עפפעקט עס מאכט גאר מען זאל האבן אסאך קינדער. נאך מער האב איך צוגעלייגט מיר א מורמעל "איך ווייס פאר א פאקט אז בוני עולם האט לעצטענס אנגעפאנגען צו געבן פאר קינדערלאזע עלטערן, וואקסיןס אנשטאט פארטיליטי טריעטמענט"! דאס האט אים אינגאנצען בארואיגט.

מיין ווייב פרעגט מיר, "די מיינסט עס ערענסט? בוני עולם געט טאקע וואקסינס? דאס תמימות וואס דאס ווייב האט איז עפעס אין לשער, פון ווי נעמט מען אזא תמימות??? איך טראכט יעצט עס איז א מן הסתם א שמעק פון אוטיזם, און עס מוז זיין פון וואקסיןס! עפעס א וואקסין וואס זי האט גענומען אלס קינד.

בנוגע מיין ווייבס געי חשש, האב איך איר געזאגט איז אזוי די ברויכסט דיך נישט זארגן ערשטענס קודם כל ווער זאגט אז יעצט האב איך די יא ליב ? צווייטענס די זעסט מיר אויס גענוג מענעריש… נע, נע, מאך איך א שנעלע רוקציג, זעהנדיג איר איינגעפאלענע באקען.. איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.

בנוגע די וויידל, דאס איז טאקע אן ערענסטע זארג, אבער ערשטענס איך האב שוין א וויידעל, איך מיין עס איז געקומען פון די מיזעלס וואקסין. צווייטענס, האב איך געהערט אז עס איז היינט א זייער פשוט'ער פראצעדור אראפצונעמן א וויידל. און איך פארבינד שנעל די גאנצע זאך צו פורים, אז מען זעט קלאר אין חדש תחת השמש, און אז פאר א פאר טויזענט יאר צוריק איז שוין געווען קורונה און בילל געיטס וואקסין, והא ראי' ושתי האט געהאט א וויידעל, וזו ראי' שאין לה פירכא ודו"ק.

די אונטערשטע שורה איז, ווען נאיווקייט וואלט געמאכט וואקסען וויידלעך וואלטן מיר געקענט אויסקערן גאנצע וויליאמסבורגע גאסן מיט איין דריי, ווען קטנות המוחין וואלט געמאכט געי וואלטן מקוואות געווען איבערגעפילט און געפאקט ווי סארדינס אין א גפן שאכטל עד כדי כך אז אפילו א שפילצייג טוסטוס לא יעבור, און ווען איבערגלויביקייט וואלט ווען געמאכט האבן אסאך קינדער וואלט מיר אלע געהאט איין אדער צוויי דאזען קינדער .. איין מינוט די לעצטע זאך פאסירט שוין!
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 9:20 pm#467247
:lol: :like

ווען די גמרא (ב״ב נח.) איז מדמה און שטעלט צו שיינקייט פון איינע צום צווייטן נוצט עס דעם לשון ״כקוף בפני אדם״ ע״ש. נו, איז אז מ׳וואקסט א וויידל דערפון כקוף ׳עט זי זיך שוין אטאמאטיש פיהלן שענער און נישט ווי א זכר...

דאס גיבט שוין אויך א נייעם באדייט אין די יעצטיגע שבת זכור, וואו יואב בן צרויה האט זיך טאקע טועה געווען דערין צווישן זֵכֶר/זֶכֶר מיט עםם... זָכָר (ב״ב כא:)..., אין דאס וואס עס שטייט דארט ״ויזנב״ בך כל הנחשלים אחריך, און מ׳איז דערנאך ממשיך, ואתה עיף ויגע - מ׳ווערט שוין סיק ענד טיירד פון די קליינקעפיגקייט...
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 9:55 pm#467249
אייזן!

#וועןדינאראיזוועןנישטמיינס :אויוויי: :אויוויי:
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:12 am#467259
זאג נאר, דו ביסט אפשר vaccine injured?
זונטאג פעברואר 21, 2021 1:09 am#467261
יאפ, נישט סתם injured נאר קריטיקעל, אבער איך מיין עס קומט נאך פון די מיזעלס מאמפס וואקסין.
זונטאג פעברואר 21, 2021 1:24 am#467262
Re: מ'גייט נעמען די וואקסין!
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
עניווי, צוריק צו דעם אינגעל וואס זארגט זיך אויף מיינע אוסזיכטן צו האבן נאך קינדער, , זאג איך אים אזוי "אמת, די ערשטע דאזע פון די וואקסין האט טאקע די פראבלעם און עס איז מייבש די מעייןת אבער די צווייטע דאזע האט א פונקט פארקערט עפפעקט עס מאכט גאר מען זאל האבן אסאך קינדער. נאך מער האב איך צוגעלייגט מיר א מורמעל "איך ווייס פאר א פאקט אז בוני עולם האט לעצטענס אנגעפאנגען צו געבן פאר קינדערלאזע עלטערן, וואקסיןס אנשטאט פארטיליטי טריעטמענט"! דאס האט אים אינגאנצען בארואיגט.

מיין ווייב פרעגט מיר, "די מיינסט עס ערענסט? בוני עולם געט טאקע וואקסינס? דאס תמימות וואס דאס ווייב האט איז עפעס אין לשער, פון ווי נעמט מען אזא תמימות??? איך טראכט יעצט עס איז א מן הסתם א שמעק פון אוטיזם, און עס מוז זיין פון וואקסיןס! עפעס א וואקסין וואס זי האט גענומען אלס קינד.


יא בוני עולם טיילט שאטס IVF מעדיקשאן נעמט מען אין וואקסינס
זונטאג פעברואר 21, 2021 3:47 am#467267
ס’קוקט אויס ווי דו האסט עקספיריענס.......
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:14 pm#467274
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בנוגע מיין ווייבס געי חשש...י איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.


זייער נישט סענסעטיוו.

וואלסט געמגעט וויסען אז די אימשטענדען מאכן קיינמאל נישט איינעם עטרקעטיוו צים זעלבן גענדער
און ווען יא, קומט מען עס איבער זייער שנעל!!!
דיין עקספיריענס אין ישיבה און די זייט
זונטאג פעברואר 21, 2021 8:42 pm#467328
הקטן האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בנוגע מיין ווייבס געי חשש...י איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.


זייער נישט סענסעטיוו.

וואלסט געמעט וויסען אז די אימשטענדען מאכן קיינמאל נישט איינעם עטרקעטיוו צים זעלבן גענדער
און ווען יא, קומט מען עס איבער זייער שנעל!!!
דיין עקספיריענס און די זייט

דאס גענוי זאג איך דאך, אז אומשטענדען און ווקאסינען מאכן קיינמאל נישט איינעם עטרקעטיוו צים זעלבן גענדער
און ווען יא, קומט מען עס איבער זייער שנעל!!!
זונטאג פעברואר 21, 2021 9:01 pm#467330
גבאים: ביטע אריבערפירן דער אשכול צו שמייכל.
זונטאג פעברואר 21, 2021 9:36 pm#467333
קורקלענד האט געשריבן:גבאים: ביטע אריבערפירן דער אשכול צו שמייכל.

ווי זאגט ATUB @הוגה ATUB #וועןדינאראיזנישטמיינס וואלטאיאויךגעשמייכעלט
מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:54 am#467351
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:עניווי, צוריק צו דעם אינגעל וואס זארגט זיך אויף מיינע אוסזיכטן צו האבן נאך קינדער, , זאג איך אים אזוי "אמת, די ערשטע דאזע פון די וואקסין האט טאקע די פראבלעם און עס איז מייבש די מעיינות אבער די צווייטע דאזע האט א פונקט פארקערט עפפעקט, עס מאכט גאר מען זאל האבן אסאך קינדער.

למעשה איז עס צרות, ווייל דר. פאוטשי זאגט יעצט אז די וואס האבן שוין געהאט די וויירוס וועלן קריגן נאר איין וואקסין..
דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:39 pm#467469
רעדענדיג איבער די סימפטאמס פון די וואקסין, הערט מען אז מנשה פילאף גיט איבער אז זייט ער האט גענומען די וואקסין האט אים אנגעכאפט א געוואלדיגע תאוה צי גיין זיך באזעצן אין חברון און ווערן א צייטונג שרייבער צי מעודד זיין נחל החרדי
דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:46 pm#467471
א איד פון קאשוי זאגט מיט טרערען אין די אויגן, אז זייט ער האט גענומען די וואקסין איז ער שוין 2 מאל דורכגעפאלן מיט בשר בהמה, און ס׳הייבט איהם אן אריינצופאלן מחשבות זרות אז אפשר איז רעב אהרן גערעכט מיט די פאבליק סקול מערכה
דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:58 pm#467475
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיין מיידלע האט געהאט א אנדערע פראבלעם, זי האט געהערט פון קראנטע מקומות אז ווער עס נעמט א וואקסין וואקסט א וויידעל, א לאנגס און א ברייטס מיט קאלערדיגע פעדערן אויף די שפיץ.

כ'האב עס שוין געשרין אין או אנדערע אשכול, אבער דא פאסט עס מער אריין:

איינער האט מיר אריינגעשיקט א גוט ווארט:
בשלמא אחשורוש האט געמאכט די סעודה בחצר גינת ביתן און נישט אינעווייניג וועגן קאראנא, אבער ושתי וויאזוי האט זי געמאכט אין בית המלכות אשר למלך אחשורוש מען טאר דאך נישט מאכען אינעווייניג???
אלא מאי' מוז זיין, אז זי האט שוין געהאט גענומען די וואקסין!
וויאזוי ווייסט מען אז זי האט גענומען די וואקסין??
ווייל עס איז איר געוואקסען א וויידעל....
דינסטאג פעברואר 23, 2021 3:46 pm#467480
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בנוגע מיין ווייבס געי חשש...י איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.


זייער נישט סענסעטיוו.

וואלסט געמעט וויסען אז די אימשטענדען מאכן קיינמאל נישט איינעם עטרקעטיוו צים זעלבן גענדער
און ווען יא, קומט מען עס איבער זייער שנעל!!!
דיין עקספיריענס און די זייט

דאס גענוי זאג איך דאך, אז אומשטענדען און ווקאסינען מאכן קיינמאל נישט איינעם עטרקעטיוו צים זעלבן גענדער
און ווען יא, קומט מען עס איבער זייער שנעל!!!


גראדע געדענק איך הערען פין היימישע מומחים אז עס איז סתם א תאווה, און נאר די געמיינע גוים זאגן אז מען איז באמת עטרעקטעד צומאל צו דער זעלבע מין, און אפילו אויב עס געשעהט יא קען מען עס גרינג איבערקומען דורך טעראפיע.
מיטוואך פעברואר 24, 2021 8:56 pm#467541
אישתישבי האט געשריבן:גראדע געדענק איך הערען פין היימישע מומחים אז עס איז סתם א תאווה, און נאר די געמיינע גוים זאגן אז מען איז באמת עטרעקטעד צומאל צו דער זעלבע מין, און אפילו אויב עס געשעהט יא קען מען עס גרינג איבערקומען דורך טעראפיע.


פארוואס פילסטו פאר וויכטיג צי שרייבן מען קען עס גרינג איבערקימען? (עפעס קוועטשט)

וואס זאגן די מומחים אויף OCPD אדער אויף א שווערע general anxiety disorder וואס מען ווייסט נישט גענוי וואו אזוי ס'איז צישטאנד געקימען
מען קען עס אויך גרינג איבערקימען? און אז מען קען דאס נישט גרינג איבערקימען, איז וואס?

מען דארף פרעגן פרענקלין אויב און ישיבה איז געווען "סתם א תאווה" אדער גאר די שרעקעדיגע "עטרעקטעד"
דינסטאג מערץ 09, 2021 11:34 pm#468298
Re: מ'גייט נעמען די וואקסין!
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די אונטערשטע שורה איז, ווען נאיווקייט וואלט געמאכט וואקסען וויידלעך וואלטן מיר געקענט אויסקערן גאנצע וויליאמסבורגע גאסן מיט איין דריי, ווען קטנות המוחין וואלט געמאכט געי וואלטן מקוואות געווען איבערגעפילט און געפאקט ווי סארדינס אין א גפן שאכטל עד כדי כך אז אפילו א שפילצייג טוסטוס לא יעבור, און ווען איבערגלויביקייט וואלט ווען געמאכט האבן אסאך קינדער וואלט מיר אלע געהאט איין אדער צוויי דאזען קינדער .. איין מינוט די לעצטע זאך פאסירט שוין!


ס׳איז שוין אַמאָל געוועזן אַן אשכול וואָס האָט גע׳טענה׳ט אַז אַנטי־וועקסישקײט שטאַמט לאו־דוקא פון נאַרישקײט און נאַאיווקײט.

קוקנדיק ווער עס זײנען די אַנטי־וועקסערס אין אונזער קהילה, זע איך צווישן זיי זייער ווינציק „אהלי־תורה׳ניקעס“. פאַרקערט – רובם ככולם האָבן געהאַט כאָטש טיילנווײז אַ וועלטליכע אויפציאונג, און צווישן זיי זעט מען גאָר אַ פולע יוצאי ס.ס.ס.ר., וועלכע מ׳קאָן ניט באַשולדיקן מיט תמימות און נאַאיווקײט.

ומצווה ליישב.

Sent from my moto x4 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 09, 2021 11:37 pm#468299
דוראק האט געשריבן:קוקנדיק ווער עס זײנען די אַנטי־וועקסערס אין אונזער קהילה, זע איך צווישן זיי זייער ווינציק „אהלי־תורה׳ניקעס“. פאַרקערט – רובם ככולם האָבן געהאַט כאָטש טיילנווײז אַ וועלטליכע אויפציאונג, און צווישן זיי זעט מען גאָר אַ פולע יוצאי ס.ס.ס.ר., וועלכע מ׳קאָן ניט באַשולדיקן מיט תמימות און נאַאיווקײט.

איך מיין אז די סיבה דערצו איז ווייל זיי האבן אן עקסטערע אפשיי צו יעדע זאך וואס די רעגירונג האט נאר א האנט דערין, און ס׳איז זייער פארשטענדליך פארוואס..
מיטוואך מערץ 10, 2021 1:40 am#468303
וואס איז די ראשי תיבות? איך בין זייער נייגעריג.
מיטוואך מערץ 10, 2021 3:55 am#468307
Re: מ'גייט נעמען די וואקסין!
SSSR -The Union of Soviet Socialist Republics
קאמוניסטישע רוסלאנד.
מאנטאג אפריל 12, 2021 3:04 pm#469783
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: דאס וויייב האט געוויינט אז זי פארכט זיך אז מיין אהבה וועט זיך בייטן פון פרויען צו מענער.

בנוגע מיין ווייבס געי חשש, האב איך איר געזאגט איז אזוי די ברויכסט דיך נישט זארגן ערשטענס קודם כל ווער זאגט אז יעצט האב איך די יא ליב ? צווייטענס די זעסט מיר אויס גענוג מענעריש… נע, נע, מאך איך א שנעלע רוקציג, זעהנדיג איר איינגעפאלענע באקען.. איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.



m https://youtu.be/nkc-MUJgNfQ m