פרייטאג מערץ 26, 2021 5:29 pm#469037
נאך א פראבלעם מיט דער עצה אז דער בית דין זאל זאגן, עס איז דא א בית דין פאר יעדער שאץ מאץ וואס רעדסט זיך איין ער איז ראוי לאותו איצטלא. איין בית דין זאגט אזוי, און א צווייטער זאגט פארקערט.
א בית דין קען נישט צווינגען צו געבן א גט, זיי קענען אבער יא צווינגען ר פרוי אויפצוגעבן אלע אירע רעכטען און געלט און וואס דער מאן וויל, אז דער מאן זאל געבן א גט. וכן המנהג. און אלע מענער דא וואס טראכטען ווי גוט עס איז, זאלען טראכטען וועגן זייערע טעכטער.
באבע מעשיות, אוודאי איז דא פרויען וואס ווילען דאס און יענץ, אבער א פרוי וואס דרייט צו פיל, אז דא א היתר מאה רבנים. ווען עס וואלט געוועהן א היתר מאה רבנים פארקערט, וואלט וועלט געוועהן וועלט.
און רעדענדיג וועגן דער פראבלעם, איז דא אן אנדערע עצה וואס מען קען טוהן לכל הדעות, אז פאר א חתונה שרייבט דער מאן אונטער אז טאמער ער האלט צוריק א גט פאר לענגער ווי א באשטימטער זמן, האט א באשטימטער רב (צ.ב.ש. פין זיין אדער איר קהלה) א רעכט ארויף צו לייגן א געלט קנס פון א באשטימטער סכום. דאס וועט העלפען כל כל פנים ביי די וואס האבן געלט. און מען קען עס אויסברייטערן צו דער טאטע פין דער מעגן וכו'

למעשה איז דא גענוג און נאך פעלער ווען די ווייב וויל נישט נעמען דעם גט נאר פאר א מיליאן טאלער אדער אנדערע משוגעתן. און מ'גט נישט בעל כרחה. דאס איז מעשים בכל יום און קיינער פראטעסטירט נישט קעגן זיי.