Under maintenance
הויפט זייט » פסח תשפ"א אויסגאבעס

פסח תשפ"א אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14529
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:15 pm#468941
פסח תשפ"א אויסגאבעס
יעדעס יאר יו"ט קומט פאר אן אומנויטיגע געיעג צווישן אלע אויסגאבעס, בפרט ביי די אידישע, ווער עס קען אהערשטעלן רייכערע, גרעסערע און שענערע אויסגאבעס.
ס'איז כמעט אוממעגליך פאר די ליינער זאלן קענען נאכיאגן דעם פלייץ פון אויסגאבעס.
היי-יאר אבער איז עס אנגעקומען צו א קלימאקס, היות עס האבן דורכ'ן יאר ארויסגעשפראצט צענדליגע נייע צי איבערגעארבעטע אויסגאבעס (גלאק, שטיבל פון דער בליק, הונדערט-קינדליין, נייע רעדאקציע אין מאמענט, בחצרות סאטמאר), דערפאר האבן זיך אידיש ליינער געטראפן אין א הויכער טייך פון אויסגאבעס פון אלע סארטן.
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:17 pm#468942
היי יאר האבן זיך די צייטונגען אויך אנגעשלאסן אינעם פארמעסט
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:19 pm#468943
משפחה - עמי
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:38 pm#468944
ואנה יכנס כל הפשתן הזה?
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:42 pm#468945
וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?
מיטוואך מערץ 24, 2021 7:48 pm#468946
דער עולם ווערט עזשוקעיטעד!
מיטוואך מערץ 24, 2021 8:40 pm#468947
חתם סופר האט געשריבן:וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?

נאכנישט אלעס געעפנט, אבער די שריפט ביכל פון די וואך האט כמעט 400 זייטן.

סתם צודרייט צו מאכן אזא גראבע בוק וואס מ'קען נישט ליינען נארמאל. וואס איז שלעכט פון מאכן נאך א בוק אדער צוויי אזוי ווי יעדער אנדערע מאגאזין??

די זעלבע קשיא האב איך אויף די ענגלישע משפחה.
מיטוואך מערץ 24, 2021 8:43 pm#468948
ס’איז מסתם ביליגער צו פרינטן אזוי
מיטוואך מערץ 24, 2021 9:56 pm#468950
תרמב האט געשריבן:ס’איז מסתם ביליגער צו פרינטן אזוי

זיכער קאסט גלו ביינדינג טייערער. אסאך טייערער.
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 4:50 am#468965
בקהילה האט יעצט ארויסגעגעבן נאך א צייטונג מיט פרשנות אויף די תוצאות הבחירות
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:20 am#468966
אויף אייוועלט וויצלט זיך איינער אז זיין געשעפט האט אנגעהויבן טשארדזשן די פסח אויסגאבעס לויט די וואג...
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 11:21 am#468970
חתם סופר האט געשריבן:וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?

נישט געציילט די בלעטער, אבער וואך האט כמעט דאפלט פעידזשעס ווי א בליק, און אויך מער ווי דאפלט ארטיקלען און פראיעקטן. אבער קיין באזוך אין מאראקא האבן זיי נישט...
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:29 pm#468996
די וואך טשארזשט מער
מיטוואך מערץ 31, 2021 11:02 pm#469123
איך האב עס נאכנישט געליינט אבער דער שטערן איז זייער איבערוואגיג
מיטוואך אפריל 07, 2021 2:08 am#469361
איך האב געליינט זייער שטארק אינטרעסאנטע ארטיקלען אין מאמענט. און אין משפחה. פארשטייצעך אז כ'האב נישט אלעס געליינט. ווייל למשל אין משפחה זענען געווען עטליכע ארטיקלען איבער ווי שטארק שיין תורה און חסידות איז אין גער. דאס האביך נישט געליינט. ווייל ס'איז א שאד די צייט. דאס אז תורה און חסידות איז שטארק אין גער איז נישט קיין שום חידוש. אויף דעם דארף איך נישט קיין נייעס מעגעזין. ס'פונקט אזוי ווי דער דזשואיש פרעס אין זיין אנהייב תקופה (און אפילו שפעטער) פארציילט ווי פיין און ווי וואויל און גערעכט די גאווערנמענט פון מדינת ישראל איז. אויף דעם דארף איך נישט קיין צייטונג. דאס ווייס איך אליין. נאר אין משפחה האביך געליינט עטליכע גאר אינטרעסאנטע ארטיקלען. און כ'האב אויסגעפונען נייעס. למשל איבער דעם הויפט רב אין איראן. אדער איבער די סודות פון מוסד. אויך דעם איטערוויו מיט נתן שאראנסקי. כאטש איך האלט אז נישט אלעס וואס ער זאגט דארט איז 100% אמת. ער טרייבט א ביסל איבער. אבער ס'איז דאך אינטרעסאנט וואספארא אינטעלעקטואל ער איז...!