מיטוואך אפריל 28, 2021 10:15 pm#471792
היינטיגע אדווערטייזמענטס? (דרשה פון הרב שמעון זאב מייזליש)
ס'פארט יעצט ארום א דרשה פון דעם בעל דרשן הרב שמעון זאב מייזליש וואו מיט זיין געלונגענעם כח הדיבור נוצט ער ערנסטקייט און ליצנות בערבוביא אפּצושפּעטן פון די היינטיגע אנאנסן אין די אויסגאבעס. איך וועל זיין דער לעצטער זיך אנצונעמען פאר פילע פון די עדס, וואס צומאל זענען טייל נאריש און קאָרני, און צומאל אפילו אן א אידישן טעם, אבער ווען הרב מייזליש קליידט זיך אן באיצטלא דרבנן, און האקט אויף פריוואטע פירמעס מיט זייערע נעמען, ברבים -- ביי א דרשה אויף וואס ער באקומט באצאלט טבין ותקילין -- דארף מען אנצייגן אויף די לעכער אין זיינע ארגומענטן.
אפילו אויב זאלן מיר זאגן אז אדווערטייזמענטס זענען געווארן היינט מער סאפיסטיקירט און מאדערן, און אפילו מער פּראָסט, דארף מען פארשטיין וויאזוי זעט הרב מייזליש דערין א חסרון. ער אליין איז אויך פיל מער מאדערן און פּראָסט ווי אמאליגע רבנים; ער מאכט זיך בא'טעמ'ט פאר'ן היינטיגן דור, ווארפט אריין פילע ענגלישע ווערטער און סלענג, און בכלל זיך געבויט א קאריערע פון רעדן דרשות פאר ענטערטעינמענט פאר טייער באצאלט. איז אז אנאנסן האבן זיך געטוישט איז וואס? נאר רבנים מעגן זיך טוישן צו פארדינען כבוד און גאלדענע גליקן לפי הרוח והזמן, אבער פשוט'ע ביזנעסלייט וואס ארבעטן שווער על המחיה ועל הכלכלה טארן נישט?
בכלל איז מיאוס דאס זיצן שבעה נקיים אויף אן עד און אריינקוועטשן רבי'שע קריטיק ווען רוב פון די עדס מיינען בכלל נישט קיין זלזול, און די וואס יא האט מען אויך נישט קיין רעכט זיי אזוי אויסצופּראַקן צו ענטערטעינען די פארזאמלטע ביי א גוט-געלוינטן דינער. אויב וויל ער יא אזוי צעלייגן מאדנע אויסדרוקן מיט זיין לעבעדיגער שפראך, זאל ער אפירנעמען ציטאטן פון רבי'שע שמועסן און שיחות קודש -- ער וועט טרעפן דארטן פיל מער טפשות און זלזול, און פיל מער צו לאכן און צו וויינען.
נאך מער פון דעם, אזעלכע עדס זענען בכלל נישט קיין נייער פענאמען. מ'האט אייביג גענוצט פסוקים פאר מליצות (ווער געדענקט נישט דודי'ס "ויהי בחצי הלילה" סעיל וואס איז געלאפן לאנגע יארן), און עס זענען אייביג געדרוקט געווארן פּראסטע עדס, אמאל מער און אמאל ווייניגער.
פאלגנד זענען צוויי עדס וואס איך האב יארן צוריק ארויפגעשטעלט דא אויף "קאווע שטיבל" אין מיין "דער איד ארכיוון סעריע":
הרב מייזליש האט פשוט גענומען פיינע און וואוילע פריוואטע מענטשן, ערליכע ביזנעסלייט און גראפיקער, און פאר זיינע ליצנות און ענטערטעינמענט צוועקן האט ער זיי מבייש געווען ברבים, און זיך נאך פרום פארגלייזט די אויגן מיט רבי'שע גרימאסן.
הערטס אויף פייניגן טייערע יחידים וואס פרובירן צו לעבן ווי גוטע אידן און גוטע מענטשן. קוקטס אריין אין זיך אליין, און פאררעכטס אייערע גראבע תאוות הכבוד והשררה פון וואס כלל ישראל ליידט.