Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14604
פרייטאג אפריל 30, 2021 5:36 pm#472024
פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
שטייענדיג אונטערן רושם פינעם נעכטיגן טאג וועל איך פראבירן אפשרייבן וואס איז געווען ביי אונז, איך ווייס עס איז דא אסאך דא וואס האלטן אנדערש, איך וועל שרייבן וואס איך האלט.

מיר זענען א חבורה וואס האלט זיך שטארק צוזאמען, מיר פלעגן כמעט יערליך פארן קיין מירון. פאריאר איז דאך נישט מעגליך געווען צו פארן. אפילו דא איז נישט מעגליך געווען צו פראווען. די יאר האבן מיר געפלאנט צו פראווען ביי אונז אין שטיבל. נעכטן נאכט דארף איך נישט זאגן אז קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע צו טאנצן. נאכן זאגן תהלים לרפואת אלע געשעדיגטע האט מען גערעדט אז אפשר פאסט נישט צו טאנצן די יאר. עס האט אויסגעזען אז מען וועט שוין אהיימגיין פאר די נאכט. און דאן האב איך מיר דערמאנט א מעשה.

*****

מזל טוב, די שמחה איז גרויס! מען האט א שידוך געטון. מען באשטימט א יום החופה. די גאנצע משפחה גרייט זיך, און דאן האט עס פאסירט..

עס קומט די נייעס אז דער טאטע איז שרעקליך קראנק. די חתונה ווערט אפגעשטופט ווייל די מאמע איז א גאנצן טאג אין שפיטאל. ענדליך ווערט ער בעסער. מען באשטימט א פרישע יום החופה. ענדליך קומט דער טאג שוין אן. אבער אויפן וועג צו גיין צום חתן צו בענטשן און צו טראגן צום חתונה, האט א קאר אריינגעהאקט אינעם טאטן. ווען הצלה איז אנגעקומען איז שוין נישט געווען וואס צו טון.

האט מיר דער חתן געזאגט נאך דעם, דו וועסט מיר אנקוקן מאדנע אבער איינס פין די זאכן וואס האבן די מערסטע געשטערט איז אז קיינער כמעט האט נישט געוואלט טאנצן, איך פארשטיי אז זיי זענען טרויעריג, איך בין אויך געווען. די תורה זאגט אבער אז איך דארף זיין פרייליך און אז איך דארף פרייליך מאכן מיין כלה, שטיי נישט ביי מיין חתונה און וויין! טריי מיך כאטש צו מאכן פרייליך.

****

היינט איז די חתונה פון רשב"י (יומא דהילולא). עס איז טאקע געשען א שרעקליכע זאך אבער צושטער מיר נישט מיין חתונה.
וועגן דעם האב עכ"פ פראבירט צו טאנצן.
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:20 pm#472028
איך וואלט ארויסגעגאנגען פון זאל וויינען אינדרויסן.

און אויב דו האסט טאקע געטאנצן ווייל האסט געשפירט אז דאס איז ר' שמעון'ס חתונה, שיק איך דיר שוין א קוויטל אין אישי.
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:22 pm#472029
אז דער חתן גייט אהיים איז נישטא קיין חתונה.
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:24 pm#472030
א דאנק פאר'ן מיטטיילן דיינע הרגשים.

אבער איך קען בכלל נישט רילעיטן צו וואס דו שרייבסט. שמחה קען מען נישט באשטעלן ווייל עס שטייט אין א ספר אז מ'דארף זיין בשמחה. ווען ס'געשעט א טראגעדיע טאר מען נישט אויסרייסן דעם פשוט'ן מענטשליכן געפיל צו טרויערן. מ'פארלירט דעם קאנעקשן צו די יסודות וואס מאכן אונז פאר מענטשן.

דער משל מיט דער חתונה פארשטיי איך נישט. מ'דארף אפשטופן א חתונה ווען ס'געשעט א טראגעדיע אין דער משפחה, און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי. די איינציגסטע סיבה פארוואס איינער זאל פראווען א חתונה אין צייט פון טראגעדיע איז צוליב אמונות טפילות אז מ'טאר נישט אפשטופן א חתונה. אבער סתם, ווייל דער אפרוח וועלכער רופט זיך חתן מוז היינט חתונה האבן - גיי וויין און לאז דיין חתונה אויף בעסערע צייטן. און אז דו גלייבסט אז מ'טאר חלילה נישט אפשטופן, נו, מאך א חתונה ווייל האסט מורא אפצושטופן, אבער ערווארטן אז מ'זאל טאנצן און זיין בשמחה? ביסט פון קאפ געפאלן?

ווי איז שייך צו טאנצן לכבוד ר' שמעון ווען אידיש בלוט גיסט זיך אין חצר פון ר' שמעון? וואו זענען די מענטשליכע געפילן? האט מען פון זיך אויסגעריסן יעדעס ביסל קשר מיט דעם אייגענעם נפש?
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:34 pm#472031
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:45 pm#472035
.
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:55 pm#472039
און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:03 pm#472042
מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער א חתן וואס ערווארט אז מ'זאל אים משמח זיין אין דעם טאג וואס זיין אייגענער טאטע איז געשטארבן איז אויסגעשאלטערט פון יעדן זיק אנושיות, און איז נאך א קליינער בעיבי וואס איז נישט ראוי צו חתונה האבן. אדער זאל ער אפשטופן די חתונה, אדער זאל ער מקדש זיין די פרוי, און מאכן א גרויסע סעודה נאך די שלושים.
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:05 pm#472043
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטליכע יאר אלט, אבער האבן געמוזט אנגיין טויט אדער רויט. אין פאל פון באבוב-45 איז דער גאנצער הדלקה מנהג ליטערעלי עטליכע טעג אלט, אבער האט חלילה נישט געטארט אפגעשטעלט ווערן ווייל דער רבי האט זיך שוין געזען מיט'ן פאקל אין דער האנט.
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:06 pm#472044
500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:07 pm#472045
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

דער חתם סופר איז געווען קעגן די פייערונג אין מירון
זונטאג מאי 02, 2021 1:28 am#472102
ס'איז טראגי-קאמיש אז פונקט באבוב 45 און סקווירא, וואס האבן נישט געקענט אויפגעבן דעם הייליגן פייער בשעת עס גיסט זיך אידיש בלוט פון 45 קרבנות, האבן ביידע געקענט מבטל זיין די שושן פורים טישן פאר 15 יאר צוריק ווען בנציון דאננער איז אוועק...
זונטאג מאי 02, 2021 1:35 am#472105
מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...

די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99 m
זונטאג מאי 02, 2021 1:44 am#472113
העניך האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטליכע יאר אלט, אבער האבן געמוזט אנגיין טויט אדער רויט. אין פאל פון באבוב-45 איז דער גאנצער הדלקה מנהג ליטערעלי עטליכע טעג אלט, אבער האט חלילה נישט געטארט אפגעשטעלט ווערן ווייל דער רבי האט זיך שוין געזען מיט'ן פאקל אין דער האנט.

האבן זיי געטאנצן מיט מוזיק?
זונטאג מאי 02, 2021 1:47 am#472114
ליידער יא.
זונטאג מאי 02, 2021 2:57 am#472131
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.
חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?
זונטאג מאי 02, 2021 5:54 am#472139
מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

ביי אונ אין די משפחה איז געווען אן ענליכער מצב. מיין פעטער (דער זיידע פון די כלה) איז ל"ע אוועק אין טאג פון די חופה פון זיין אייניקל. און די רבנים האבן געפסקנ'ט אז די גאנצע חתונה, אריינגערעכנט די חופה זאלל אנגיין אומגעשטערט. נאכדעם האטציך די מאמע פו די כלה געזעצט שבעה...!
זונטאג מאי 02, 2021 9:55 am#472153
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.
א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג מאי 02, 2021 11:20 am#472162
אונטער חכם האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?

פון וויקיפידיע
רבי דוד אביו של ר' יוחנן מרחמסטריווקא (ה'תרל"ב 1872 - י"ג בתמוז ה'תשי"א 1951). נישא לשפרה, בת רבי אברהם יהושע העשיל טברסקי מסקווירא. סגנון הנהגתו היה עממי. נטמן בבית הקברות סנהדריה בירושלים.
זונטאג מאי 02, 2021 11:37 am#472165
אישתישבי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...

די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99

דאס אז גאנץ כלל ישראל פייערט לג בעומר איז אפשר הונדערט יאר אלט,
500 יאר צוריק איז מסתם געווען 20 מענטשן אין מירון און אלע זענען געווען מקובלים.
זונטאג מאי 02, 2021 12:06 pm#472169
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
זונטאג מאי 02, 2021 1:20 pm#472181
אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
זונטאג מאי 02, 2021 3:06 pm#472195
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.
העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
ניין, עס מיינט אז אויב די כלה׳ס טאטע/מאמע איז אוועק שטופט מען אפ די לווי׳ כדי נישט צושטערן די שמחה, עיין שם בגמרא ומפרשיו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג מאי 02, 2021 3:29 pm#472199
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג מאי 02, 2021 3:32 pm#472201
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.

ברוך שכיוונתי
זייער א ריכטיגע נקודה.
זונטאג מאי 02, 2021 5:27 pm#472211
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

און וויינען מיט גראבע קולות קבל אלפי ישראל אינמיטן ל"ג בעומר, דאס שטימט יא מיטן מגן אברהם?
זונטאג מאי 02, 2021 7:23 pm#472220
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
ניין, עס מיינט אז אויב די כלה׳ס טאטע/מאמע איז אוועק שטופט מען אפ די לווי׳ כדי נישט צושטערן די שמחה, עיין שם בגמרא ומפרשיו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

עיינתי בש"ס ווילנא וראיתי כדבריי בגמרא ומפרשיה. איזה דפוס יש לך?
זונטאג מאי 02, 2021 10:56 pm#472240

איר זענט גערעכט, עס איז א אנדערע גמרא כתובות ג: און שו"ע יו"ד שמג, אבער נאר אז עס איז נישט דא קיין געלט צו ספענדן נאכאמאל, עיי"ש

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג מאי 03, 2021 1:57 am#472259
בליל ל"ג בעומר של אותה שנה – ה'תש"מ - בעוד ההכנות לתהלוכות בכל העולם מגיעות לשיא - אירע פיגוע רצחני בקריית ארבע-חברון. בשיחת יום ל"ג בעומר התייחס הרבי למאורעות בחברון, ואמר שזו תוצאה של מדיניות הוויתורים של הממשלה. הרבי הביע תקווה שהמאורע הקשה יניע את העומדים בראש "לשנות כיוון" ולעמוד בתוקף נגד אותם מחבלים ושולחיהם כפי התורה מצווה.

בד-בבד, חששו מארגני התהלוכה בקריית-ארבע-חברון - משפחת נחשון ופעילים נוספים שנרתמו לסייע - שמא בשל הפיגוע ותוצאותיו, לא כדאי בשעת 'אבל' כזו, לקיים את התהלוכה שתוכננה בקריית-ארבע.

אבל מייד הגיע מסר מרגיע מהרבי, וזו תוכנה: "הערב העביר כ"ק אד"ש מסר לארץ ישראל שהפיגוע הרצחני ל"ע ול"ע שהיה בחברון לא יפריע לתהלוכות ל"ג בעומר (בא"י) – שהרי מעבירין את כו' מלפני הכלה, ושלח ט"ז ספרי תניא וכן 3 דולר עבור ט"ז הפצועים בחברון".

המסר המדהים והברור מהרבי, הסיר מהפעילים את כל ספקותיהם: כאשר מתקיימות באותה העיר לוויה ל"ע ושמחת חתן וכלה, נפסק בהלכה – "מעבירים את המת מלפני הכלה"...
מאנטאג מאי 03, 2021 9:04 am#472270
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:עיינתי בש"ס ווילנא וראיתי כדבריי בגמרא ומפרשיה. איזה דפוס יש לך?
איר זענט גערעכט, עס איז א אנדערע גמרא כתובות ג: און שו"ע יו"ד שמג, אבער נאר אז עס איז נישט דא קיין געלט צו ספענדן נאכאמאל, עיי"ש

א דאנק פאר'ן באשטעטיגן אז ס'איז לעכערליך דאס צו נוצן אויף צו מאכן א חינגא בשעת 45 אידן זענען אומגעקומען.
דינסטאג מאי 04, 2021 10:32 am#472347
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר? אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

דו פארדרייסט דעם מג"א, די מעשה איז געוועהן אז ר' שמעון האט מקפיד געווען אויף דער וואס האט געזאגט נחם ל"ג בעומר, און אויף דעם איז דא א קפידא נישט צו זאגן ל"ג בעומר וואס איז א יום שמחה.

דאס מיינט נישט אז ווען עס איז מתו מוטל לפניו מאכט מען טענץ פאר ר' שמעון.
דינסטאג מאי 04, 2021 11:31 am#472355
אינטערעסאנט אז כ"א כסליו האט ער פארשטאנען אז מ'טאנצט נישט מיט מוזיק ווייל רבי ישראל חיים מנשה איז אוועק, און הלכה כמותו בכל מקום.

אבער צו טאנצן אן מוזיק ביים הדלקה נאך אזא טראגעדיע - דאס פאלט אים נישט איין...

שמעתי אז מהר"א האט שוין געוואוסט אז דער אינגערמאן פון קר"י איז צווישן די מתים נאך פאר זיין הדלקה. דער טאטע האט תיכף באקומען א רוף פון א חבר וואס האט איבערגעלעבט און אים געזען ליגן דארט, און האט געשיקט מודיע זיין דעם רבי'ן.
דינסטאג מאי 04, 2021 1:55 pm#472367
אישתישבי האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

די פארדרייסט דעם מג"א, דער מעשה איז געוועהן אז ר' שמעון האט מקפיד געווען אויף דער וואס האט געזאגט נחם ל"ג בעומר, און אויף דעם איז דא א קפידא נישט צו זאגן ל"ג בעומר וואס איז א יום שמחה.

דאס מיינט נישט אז ווען עס איז מתו מוטל לפניו מאכט מען טענץ פאר ר' שמעון.

מהר"א האט יארן גע'פסק'נט שאלות און ער האט אנדערש מברר געווען, איך מיין ער איז בארעכטיגט.
איך ווייס פון יודן וואס די הדלקה געט זיי חיות פאר חדשים לאנג אין זייערע שווערע מצבים (מעגסט לאכן) מיט זיי האט מען זיך אויך געדארפט רעכענען.
דינסטאג מאי 04, 2021 1:59 pm#472368
מפיל קינד האט געשריבן:אינטערעסאנט אז כ"א כסליו האט ער פארשטאנען אז מ'טאנצט נישט מיט מוזיק ווייל רבי ישראל חיים מנשה איז אוועק, און הלכה כמותו בכל מקום.

אבער צו טאנצן אן מוזיק ביים הדלקה נאך אזא טראגעדיע - דאס פאלט אים נישט איין...

שמעתי אז מהר"א האט שוין געוואוסט אז דער אינגערמאן פון קר"י איז צווישן די מתים נאך פאר זיין הדלקה. דער טאטע האט תיכף באקומען א רוף פון א חבר וואס האט איבערגעלעבט און אים געזען ליגן דארט, און האט געשיקט מודיע זיין דעם רבי'ן.

גוטע דמיון פון ל"ג בעומר צו כ"א כסליו, נישט געוואוסט אז דו האלטסט כ"א כסליו אזא גרויסע טאג, און נאך עפעס א מסיבה אין חדר פאר קליינע קינדער.

דיין 'שמעתי' איז אזא דשזאוק פאר די וואס קענען די משפחה ארום, צו זאגן אז זיי זענען די ערשטע געלאפן פארציילן דעם רבי'ן וד"ל.
דינסטאג מאי 04, 2021 3:27 pm#472384
גראדע האב איך געהערט פון א קרוב פונעם סאטמערן נפטר אז זיי זענען יא געווען ביי מהר"א. אבער זיי האבען נאר געזאגט אז ער הייבט נישט אויף די טעלפאן. (וואס האט נישט געארבעט ווייל עס איז נישט געווען קיין סערוויס.)
דינסטאג מאי 04, 2021 3:57 pm#472393
סעגאל האט געשריבן:גראדע האב איך געהערט פון א קרוב פונעם סאטמערן נפטר אז זיי זענען יא געווען ביי מהר"א. אבער זיי האבען נאר געזאגט אז ער הייבט נישט אויף די טעלפאן. (וואס האט נישט געארבעט ווייל עס איז נישט געווען קיין סערוויס.)

אפן און גראב גערעדט, זיי זענען נישט קיין חסידים פון מהר"א.
ער האט זיך פארהערט הלכות שבת ביי ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, א חסיד מהר"א פארהערט זיך נישט ביי אים.
דינסטאג מאי 04, 2021 4:24 pm#472396
קענסט נישט די משפחה, זיי זענען דירעקט יא חסידי מהר"א, אלע קינדער לערנען ביי מהר"א, נאר נישט אזא שוואנץ אז ער זאל זיך נישט מעגן פארהערן ביי א שטארקע אנגענומענע פוסק וויבאלד ער איז איינגעשטעלט ביי מהר"י.
דינסטאג מאי 04, 2021 8:53 pm#472419
סא טאמער איז ער א זאלי איז די הדלקה יא בארעכטיגט.
דינסטאג מאי 04, 2021 9:14 pm#472422
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ער האט זיך פארהערט הלכות שבת ביי ר׳ שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, א חסיד מהר"א פארהערט זיך נישט ביי אים

איך בין קונה אוצרות פון ידיעות פון דיינע תגובות.

ביי הגריח"מ פריעדמאן האב מיר שוין געהערט א שיעור כללי אז הלכה כמותו בכל מקום אבער נישט בכל זמן. וואס איז די דין מיט הגרש"ל? הלכה כמותו בכל מקום? בכל זמן? אדער נאר באותו מקום?....

קום אריין קלאר.
דינסטאג מאי 04, 2021 10:34 pm#472426
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.
אישתישבי האט געשריבן:סא טאמער איז ער א זאלי איז די הדלקה יא בארעכטיגט.
איך האב געזאגט אז זיי זענן נישט געגאנגען צו אים פאר די הדלקה,דעטס איט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג מאי 04, 2021 10:35 pm#472427
מפיל קינד האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ער האט זיך פארהערט הלכות שבת ביי ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, א חסיד מהר"א פארהערט זיך נישט ביי אים

איך בין קונה אוצרות פון ידיעות פון דיינע תגובות.

ביי הגריח"מ פריעדמאן האב מיר שוין געהערט א שיעור כללי אז הלכה כמותו בכל מקום אבער נישט בכל זמן. וואס איז די דין מיט הגרש"ל? הלכה כמותו בכל מקום? בכל זמן? אדער נאר באותו מקום?....

קום אריין קלאר.

איך זע ביסט זייער קלאר, איך וויל דיך נישט צומישן.
דינסטאג מאי 04, 2021 11:16 pm#472430
Re: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
ליטוואק איז בעק??? ווי מיס יו!!
מיטוואך מאי 05, 2021 7:35 am#472439
אישתישבי האט געשריבן:דו פארדרייסט דעם מג"א, די מעשה איז געוועהן אז ר' שמעון האט מקפיד געווען אויף דער וואס האט געזאגט נחם ל"ג בעומר, און אויף דעם איז דא א קפידא נישט צו זאגן ל"ג בעומר וואס איז א יום שמחה.

דאס מיינט נישט אז ווען עס איז מתו מוטל לפניו מאכט מען טענץ פאר ר' שמעון.

נישט ער פארדרייט.. מהר"א האט עס פארדרייט.