Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 7 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14611
דינסטאג מאי 04, 2021 5:18 am#472330
קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
דער סיגעט/סאטמאר בבואו מאדום איז שטארק באקאנט און ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער. קארלין איז אסאך אן עלטערער גזע ווי סיגעט אבער ס'קען אויך זיין אז די קארלינער האבן פארפאסט דעם ניגון שפעטער ווי בבואו מאדום.

דרך אגב, ס'איז כדאי אויך צו הערן ביי דעם לינק דעם קארלינער "בר-יוחאי" וואס איז א באקאנטער טאנץ ניגון, לא תבושי סטייל. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז קארלין און אויף בר-יוחאי.
דינסטאג מאי 04, 2021 7:17 am#472332
עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פין דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
דינסטאג מאי 04, 2021 7:43 am#472334
סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.

קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
דינסטאג מאי 04, 2021 9:38 am#472344
צפור בודד האט געשריבן:ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז (דער) א קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.


גראדע די ערשטע ניגון אויף יענע סידי זינגט מען אויך אין ברעסלב אויף א נידריגערע טאון מיט נאך קליינע שינוים. די לעצטע ניגון דארט איז א באקאנטע כליזמר ניגון, בפשטות האבן עס די קארלינע חסידים געהערט אין מירון.