מיטוואך מאי 05, 2021 8:47 am#472451
קאָווער ראַטעס
ווען עס געשעט א גרויסע נייעס, בפרט א שרעקליכע טראגעדיע, איז די צייט צו זען וויאזוי די היימישע אויסגאבעס באריכטן דאס און ווייזן זייערע טאלאנטן און זשורנאליסטישע קוואליפיקאציעס. דאס איז א געלעגנהייט צו זען מי ומי ההולכים, ווער פארמאגט שרייבערס און רעדאקטארן מיט טאלאנט, ענערגיע, שעפערישקייט און ערנסטקייט, און ווער עס איז טרוקן און ליידיג ווי א גענוצטע הושענא.
יעצט אז עס קומען ארויס די קאווערס פון די וואכעדיגע זשורנאלן, וועלכע דעקן די שרעקליכע טראגעדיע און מירון דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר, איז הזמן מוכשר צו ראַטירן יעדן קאָווער און געבן אן אפשאצונג ווער עס האט אהערגעשטעלט א דעקל וואס פּאַסט אין אזא זמן.
די ראטעס וועלן לויפן אויף א וואג פון 1 ביז 10.
כ'וויל בעטן אז מ'זאל נישט סתם אזוי לייגן קאווערס דא, נאר רעאגירן אויף די קאווערס וואס כ'האב שוין ראַטירט. מ'קען לייגן קאווערס אין אנדערע אשכולות.