אקעי, אז מ׳האט אזוי שטארק געבעטן בין איך אויפגעקומען מיט א פלאן למעשה, אבער קודם אן הקדמה. מיר ווייסן דאך אז די יום טוב פון ל״ג בעומר האט זיך בעצם אנגעפאנגען אלס א יום טוב פון גיין אויף קברי צדיקים, ווי ס׳איז שיין צאמגענומען
דא, לך וקחנו משם. די פונטליכע פלאץ פון עליית הרגל האט זיך געהאלטן אין איין טוישן, געוויסע יארן איז מען געפארן צו הלל ושמאי, אנדערע יארן צו רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, שמעון הצדיק אין ירושלים, וכו׳, עפעס אינמיטן איז עס געבליבן שטעקן ביי רבי שמעון בן יוחי אין מירון. די אנגעבליכע טעם פאר דעם מנהג איז ווייל וויבאלד אין דעם טאג האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן איז מען אלץ זכר צו דעם געגאנגען זיך משתטח זיין און פראווענען אויף קברי צדיקים, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איינס האט מיט׳ן צווייטן, און ווי אויך בין איך זיכער אז דאס איז נישט די אמת׳ע טעם וואס איז אוודאי על פי קבלה און געפערליכע שרעקעדיגע סודות נוראים על פי קבלה ונתינה. עכ״פ דער יום טוב בעצם האט לאו דווקא מיט מירון און רבי שמעון, איז לפי דעתנו הק׳ זעען מיר אין דעם שרעקליכן אומגליק א רמז מן השמים אז ס׳שוין געקומען די צייט זיך פארויסצורוקן צו אנדערע קברי צדיקים, איך וואלט גע׳עצה׳ט פאר אלע אידן הסרים למשמעותי זיך אפצולערנען פונעם קדושת מרדכי וואס האט אונז אויסגעלערנט אז מ׳דארף נישט פארן צו די מרחקים צו זוכן א צדיק, מ׳קען צושטעלן צדיקים פאר יעדעם אין זיין פלאץ. אונז ניו יארקע אידן צ.ב. קענען גיין צו רבי נפתלטשע וואס אסאך האבן שוין געזעהן אפענע ישועות ביי איהם אום ל״ג בעומר, ווי אויך איז רבי נפתלטשע געקומען צו מיר אין חלום און מיר געזאגט אז וועם ס׳איז שווער צו גיין צו איהם בעיצומו של יום (מסיבות שאין צריך לפורטם...) קען גיין צו זיין ברודער אין בארא פארק. ווי אויך קען מען גיין צום קבר פון רביה״ק השני אין קרית יואל - וואס ווי באקאנט איז ער געווען זייער דערקעגן דאס פאר׳ן קיין ארץ ישראל - און זיך אויסבעטן א ישועה בזכות דעם וואס מ׳פאלגט איהם און מ׳פארט נישט. ירושלימע אידן קענען פשוט צוריקגיין צום אלטן מנהג וואס איז נאך עלטער פון מירון און גיין צום קבר פון שמעון הצדיק, אדער קען מען גיין שני חמישי ושני צו רבי גדליה משה פון זוויעהל. און ס׳איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז איני אומר קבלו דעתי צו גיין דווקא צו די צדיקים וואס מיר האבן אויסגערעכנט, ס׳איז אוודאי דא נאך גרויסע צדיקים צו וועם מ׳קען גיין און אויס׳פועל׳ן ישועות למען הכלל ופרט, והפרט וכלל, והכלל ופרט וכלל, ואי אתה דן אלא כעין הפרט אז מ׳זאל נאר גיין צו צדיקים ביי וועם ס׳דא א מצב, ווי גרעסער די מצב אלץ בעסער ווילאנג ס׳קומט נישט צו לכדי דריסת הרגל רח״ל, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בפניו ושלא בפניו (פסחים נא:), וכל ערום יעשה בדעת וילבש חולצה ומכנסיים לפחות עד ביאת גואל צדק במהרה!