יאסל ראקאווער האט געשריבן:אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.
נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.
דו מיינסט אז די "ואתה הסבות את ליבם אחורנית" וואס אליהו הנביא האט געזאגט פאר'ן באשעפער ביים הר הכרמל איז אין פולן שוואונג?? אדער איז עס סתם נאכלעסיגקייט פון די חרדים לדבר ד'???
די ווייטאג איז גאר שטארק צוויי פאכיג, איינס פאר די אומגליקליכע אומשולדיגע וואס זענען נעבעך אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן, און די וואס זענען פארוואונדעט געווארן ה"י.
והשנית, אז ס'געשעהן אין קארלין סטאלין!
ווי באקאנט האט דער סטאלינער רבי זיך ארויסגעשטעלט גלייך נאך די מירון'ע געשעהניש און געהאלטן א דרשה פון בערך א שעה צייט אז דער עולם ברויך זיך אנהייבן צוגעוואוינען אויסצופאלגן זיכערהייט אנווייזונגען, וכו' וכו' און בכלל שטעלט זיך ארויס דער סטאלינער רבי ווי א פארגעשריטענער רבי, און ער איז טאקע, ווי למשל ביי די אינטערנעט מערכה, און נאך פעלער.
און ער אליין האט געזאגט אז ביי זיינע טישן גייט ער איינפירן פארשידענע זיכערהייט אנווייזונגען ווי למשל אז מ'זאל זיך נישט שטופען.
אין מיטאמאל דארט ביים קביעת מזוזה טיש ביי עם אליין האט מען נישט אויסגעפאלגט קיינע זיכערהייַט אנווייזונגען, און מ'האט געבויט פראפעזארישע פארענטשעס?!?! סטייטש אז מ'קען שוין קיינעם נישט געטרויען??? אפילו די וואס שטעלן זיך ארויס ווי די עהרליכע געזעצן היטערס שפילן אונז אויס?!?!