מיטוואך מאי 26, 2021 11:36 pm#473835
"א פעסטונג אין ברוקלין" נייער בוך וועגן חסידישע וויליאמסבורג
אין די לעצטע טעג איז ערשינען א גאר אינטערעסאנטן בוך דורך די צוויי מחברים נתנאל דויטש און מיכאל קאספער מיט'ן נאמען "א פעסטונג אין ברוקלין: ראסע, ריעל עסטעיט, און דאס מאכונג פון חסידישער וויליאמסבורג."
אן ארבעט פון צען יאר, נעמט דאס בוך ארום די חסידישע היסטאריע פון וויליאמסבורג זינט נאך פאר'ן קריג, און הויפטזעכליך נאכדעם וואס סאטמארער רבי האט זיך באזעצט אין שטאט. דאס בוך שילדערט די חסידישע פאליטישע שפילן מיט'ן ערוועלן באאמטע, און אנקניפן שייכות מיט פאליטיקאנטן. שפעטער טוט דאס בוך דורך דאס גענטריפיקאציע פון וויליאמסבורג, ווי וויליאמסבורג איז געווארן פון א נאכגעלאזטער געגנט מיט פארברעכן א בעסערע שטאט וואו רייכע עלעמענטן האבן זיך באזעצט.
עס ווערט באריכות געשילדערט די "מלחמת הארטיסטן", און וויאזוי חסידים האבן באוויזן צו לייזן שיינע מטבעות דורכ'ן דעוועלאפן פאר די ארטיסטן.
אלעס איז באזירט אויף הונדערטער מקורות און דאקומענטן, אריינגערעכנט פון אלע היימישע צייטונגען, און אפילו ציטאטן פון "קאווע שטיבל" (פון ATUB @עזריאל ATUB און ATUB @ליפא ATUB ), "אייוועלט", און דעם "וועקער".
עס איז כדאי צו באטאנען אז דאס בוך איז גאר פראפעסיאנעל און פאקטועל און נעמט נישט קיין שום צד אין קיינע פון די נושאים וואס ווערן אויפגעברענגט. פארקערט, פיל מאל זענען די מחברים סימפאטיש און זענען מסביר די חסידישע שטעלונגען.