Under maintenance
הויפט זייט » אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14675
זונטאג יוני 06, 2021 7:19 pm#474863
אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק
און מאנסי איז באוויסט געווען א ווערטעל פון יארמער רב מאנסי איז אדער א בעל תשובה אדער א שארט קארט, איז אזוי שארט קאטס איז שוין ממש נישטא ווייל אלעס איז פארבויעט און בעל תשובה ווייניג בעיקר מישגעים, עס איז זייער אינטערסאנט דורכצוגיין די נעמען פון אינטערסאנטע פיגורען אין מאנסי , צום ערשט וועלו מיר אנבייהען מיט משה ניא יארקער וואס איז שפעטער געווארען ביי א טייל אידען א נסתר ווער עס ווייסט זיין ראשית צמיחת גדלותו זאל זיך אנרופען
זונטאג יוני 06, 2021 7:29 pm#474864
ער איז געוועהן באשריבן באריכות דא אויף ק"ש.
זונטאג יוני 06, 2021 10:52 pm#474887
מיר האבען פיל אינטערסאנטע מענטשען ווי החסיד היקר יצחק תהילים שליט"א וואס איז א זעלטענע משמח אנשים ביי שמחות חתן וכלה מיט זיינע שיינע ווערטליך א גבאי ביים הייליגען ריבניצער זי"ע ער פלעגט מאכען ביי חתונה'ס א ברוגז טאנץ אז סגעווען וואס צו זעהן,
מאנטאג יוני 07, 2021 2:14 am#474906
ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.
מאנטאג יוני 07, 2021 8:20 am#474916
אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.

נחום שווארץ...

אויך איז דא דער באקאנטער שמחה טאנצער ר' משה דעמיק, איך האב א געפיל אז ער וועט איין טאג ענדיגן אלס צדיק נסתר.
מאנטאג יוני 07, 2021 3:41 pm#474954
איינער האט אפשר א ליסטע פון חברי הכולל פון ר' חיים פלאר? כמעט יעדער דארט קען ארויפגיין אויף די ליסטע דא...
דינסטאג יוני 08, 2021 11:02 am#475052
אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.

אלע צוזאמען: איך האב באקומען ברכות פון איהם. ביי די ברית פון מיין אייניקל.

איך ווילל דיך בארואיגן. דו דארפסט זיך נישט זארגן. זיינע קללות זענען פונקט אזויפיהל ווערד ווי זיינע ברכות...לאל...!
דאנערשטאג יוני 10, 2021 3:34 pm#475326
און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:15 pm#475367
טובי געלד האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים

מיינסט דער וולגייזער?
פרייטאג יוני 11, 2021 1:24 am#475398
ס'איז דא א איד איינער זעליג מאנדעל, ער וואוינט אין א באס, דאכצעך ערגעץ נעבן ניקלשבורגער שול אויף מילטאן
פרייטאג יוני 11, 2021 1:34 am#475401
ער איז געווען באשריבן אין די מאמענט, ער איז א בעל תשובה/גר צדק (דענק איך נישט וועלכע) פון 'וואשינגטאן' סטעיט.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:03 am#475873
טיכטיגער האט געשריבן:ס'איז דא א איד איינער זעליג מאנדעל, ער וואוינט אין א באס, דאכצעך ערגעץ נעבן ניקלשבורגער שול אויף מילטאן

ער איז נאר געווארן אן אינטערסאנטער מענטש זינט די מאמענט האט אים געקרוינט מיט דעם טיטל. ער איז געווען א מחנך אין בית דוד ביז ווען ער האט זיך גע'גט.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:14 am#475874
אלע צוזאמען: איז, ווי איז ער אנגעקומען צו וואוינען אין א באס...?! איינער וואס איז א מחנך. און ער האט זיך געג'ט גייט ער נאכנישט אויטאמאטיש וואוינען אין א באס. עפעס אינפארמעישן פעהלט דא...!

ממילא איז ער נישט אן אינטרעסאנטער מענטש ווייל דער מאמענט האט איהם געקרוינט. נאר דער מאמענט האט איהם געקרוינט ווייל ער איז...!
דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:12 am#475882
berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: איז, ווי איז ער אנגעקומען צו וואוינען אין א באס...?! איינער וואס איז א מחנך. און ער האט זיך געג'ט גייט ער נאכנישט אויטאמאטיש וואוינען אין א באס. עפעס אינפארמעישן פעהלט דא...!

ממילא איז ער נישט אן אינטרעסאנטער מענטש ווייל דער מאמענט האט איהם געקרוינט. נאר דער מאמענט האט איהם געקרוינט ווייל ער איז...!

ער האט פשוט נישט געהאט קיין געלט, איז געווען א פארלאזטער הייזקע וואו ר' אברהם גאלדשטיין פלעגט וואוינען. דאס האט געהערט צו ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג, ער האט געגעבן ערלויבעניש פאר ר' זעליג צו וואוינען דארטן ביז ווען מען ווארפט עס איין. אזוי האט ער געטון.

און דאן האט מען צוקנאקט דעם הויז, און ר' זעליג איז געבליבן היימלאז, האט אים זיין זון, וועלכער איז א שטיקל קאנטראקטאר, געבויעט א פריוואזארישע היים אין א באס וואס ער האט געקויפט, און ר' זעליג האט דאס ליב באקומען, זינט דאן וואוינט ער דערין.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 1:55 pm#475915
פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 2:06 pm#475916
ריכטיג האט געשריבן:פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.

ער הייסט ר' זבולון האמבורגער שליט"א און אינטערסאנט איז אז ער וואוינט אויך אין די געגנט פון ניקלשבורג. ער פארמאגט אביסעלע געלט פון זיין רייכע מאמע וואס געוועלטיגט אויף צענדליגע הייזער אין די עליש פארקוועי אומגעגנט. ער האט זיך זיינע הינדעלעך און ציגעלעך אין זיין גארטן און ער איז עוסק אין תורת הקבלה א גאנצן טאג.

מיר האט ער דערמאנט פון די מעשה פון הערשל מיט די ציגן...
דאנערשטאג יוני 17, 2021 4:40 pm#475928
שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:21 pm#475970
איינער שרייבט מיר יעצט אז דער זעליג מאנדל האט שוין חתונה געהאט נאכאמאל און וואוינט שוין מער נישט אינעם באס.
פרייטאג יוני 18, 2021 4:44 am#476030
יין שרף האט געשריבן:שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.

איך האב זיך אלע יארן איינגערעדט אז ער הייסט ר' זבולון...