מאנטאג יוני 14, 2021 7:41 pm#475603
די מערכה פון ר' יונתן שווארץ קעגן היימישע אוממענטשן
יעדער איז באקאנט מיט ר' יונתן שווארץ, דער באקאנטער בדחן, משורר, אייגנטימער פון א שפילצייג געשעפט, און שפילצייג פראדוצירער אין כינע. ר' יונתן איז אין די לעצטע יארן אויך געווארן א באקאנטער גוט-זאגער, מיט אָפטע קליפּס וועלכע פארן ארום פון אים, וואו ער זאגט א גוט ווארט אויף דער פרשה, אדער איז מעורר אויף א דבר הצריך תיקון.
באזונדער זעט מען ר' יונתנ'ס אש קודש ווען ער קאכט קעגן אומרעכטן וועלכע ווערן געטון קעגן אנדערע מענטשן. דעמאלט קען מען זען ווי זיין הארץ ווערט ממש פארקלעמט ביים הערן וועגן אומ'יושר'דיגע מעשים וואס ווערן געטון קעגן מענטשן.
גאנץ לעצטנס האט ער ארומגעשיקט עטליכע אזעלכע מעסעדזשעס ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט דער "שומרים" ארגאניזאציע, וואס האט בלאקירט פילע גאסן אויף דער אכצטנטער עוועניו אין בארא פארק – אריינגערעכנט די גאס וואו זיין אייגענער געשעפט געפונט זיך – פאר א "בייק רעגיסטראציע".
אין זיין מעסעדזש האט ר' יונתן זייער ריכטיג ארויסגעברענגט די עוולה פון זיך נישט רעכנען מיט אנדערע מענטשן, און שעדיגן ביזנעסעס פון אנדערע מענטשן. עס פארשטייט יעדער אז א ביזנעס בויט זיך נישט פון זיך אליין, נאר עס נעמט בלוט און שווייס דאס אויפצובויען, און זאל איינער קומען אין שעדיגן דעם ביזנעס – אפילו נאר פאר איין טאג – איז דאס א שרעקליכע עוולה.
פארשטייט זיך אז וואס "שומרים" האט געטון איז געווען לעגאל; די פאליציי האט אפילו מיטגעארבעט מיט זיי, אבער דאך, שרייט די שאלה, וויאזוי קען מען אזוינס טון צו אן אייגענעם ברודער וואס מ'שעדיגט זיין פרנסה?
דער גאר וויכטיגער מעסעדזש פון ר' יונתן האט אפגעהילכט איבעראל, און יעדער האט זייער גוט פארשטאנען דאס ווייטאג פון א ביזנעסמאן וואס מ'שעדיגט זיין פרנסה. דער מעסעדזש איז געווארן דעם געשפרעך פון טאג, און אידן האבן אנגעמערקט אויף ענליכע ערשיינונגען וואס מ'זעט לעצטנס, ווי אידן טרעטן אריין אין דעם גבול פון אנדערע מענטשן, און שעדיגן זייער פרנסה.
מ'האט אנגעמערקט מיט שאק וואס איז לעצטנס געזען געווארן אז ס'האט ארויסגעשפראצט אין די שפילצייג געשעפטן א סעריע "מענטשעלעך" מיט'ן נאמען "קינדער-וועלט" וואס איז גענוי נאכגעמאכט די לאנג-יעריגע "מצוה קינדער" מיט וועלכע קינדער שפילן זיך שוין אסאך יארן – אַן ענליכער קאנצעפט, ענליכער מאס, ענליכער מאטעריאל און ענליכער אויסזען. אזוי נאנט, אז איינער וואס איז נישט שטארק באהאוונט קען ניטאמאל דערקענען א חילוק.
ס'איז אנגעוויזן געווארן דאס קאלטבלוטיגקייט פון א איד וואס האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען דעם געדאנק פון א צווייטן איד וואס איז געווידמעט פאר דעם היימישן מארקעט, נאכצומאכן גענוי, און אריינצובייסן אין יענעמ'ס פרנסה.
נאר דאס אלעס גייט אריין אין דעם גדר פון דעם וויכטיגן שמועס פון ר' יונתן שווארץ, אז מענטשן האבן נישט קיין שום געפיל פאר א צווייטן, מ'זעט נאר זיך אליין און מ'טראכט נישט אריין וויפיל בלוט אין שווייס יענער האט אינוועסטירט אין זיין ביזנעס און פראדוקט בשעת מ'פרובירט אריינצוגיין אין יענעמ'ס טעריטאריע.
ס'איז צו האפן אז אידן וועלן אנפאנגען קוקן אויף אנדערע פונקט ווי זיך אליין, ווי ס'שטייט אין פסוק ואהבת לרעך כמוך, האב ליב דיין חבר, פארשטיי א צווייטן איד, ברענג נישט אום א צווייטנס ביזנעס, פונקט ווי דו ווילסט נישט אז מ'זאל שעדיגן דיין אייגענעם ביזנעס.