Under maintenance
הויפט זייט » פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין

פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14697
דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:26 pm#475981
פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין
1.JPG
במשך פון די קאמפיין אין גור, איז אריינגעקומען בייסיגע און שטעכעדיגע מעסעדזשעס און אינטערעסאנטע נתינות. צווישן אנדערע האב איך געזען מיילעך זילברשלאג גיבט א נתינה להצלחה פון די לינקע פארטיי. איינער האט געגעבן למען חברי אייוועלט וואס האלטן מיט דעם קאמפיין, און נאך פארשידענע נתינות.

אבער מער פון אלעמען איז געווען די בייסיגע נתינות, וואו מענטשן האבן אראפגעריסן און זיך געלאזט הערן.

אפשר וואלט געווען א פאסיגע פלאץ, אז מען זאל דא קענען אראפברענגען אלע פאני און אינטערעסאנטע נתינות, אז דער עולם זאל זיך קענען אונטערהאלטן דערמיט.

איך וועל אנהויבן.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:34 pm#475982
א שטארקע נארישקייט מצד גור-תורה צו לאזן די נדבות און קאמענטארן. די סארט נתינות ברענגט אראפ די רמה פונעם קאמפיין.

א געווענדליכע קאמפיין האט עטליכע ממונים אראפצונעמען די סארט נדבות.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:25 pm#475991
בילד

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png
דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:46 pm#475996
תפוח האט געשריבן:א שטארקע נארישקייט מצד גור-תורה צו לאזן די נדבות און קאמענטארן. די סארט נתינות ברענגט אראפ די רמה פונעם קאמפיין.

א געווענדליכע קאמפיין האט עטליכע ממונים אראפצונעמען די סארט נדבות.

זיי האב איך געהאט עטליכע ממונים, דעי אלע קאמענטארן זענען נישט געווען מער ווי אפאר מינוט,
דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:52 pm#475998
קויפער האט געשריבן:בילד

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

הקובץ המצורף Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png לא זמין יותר.

סאיז געווען א ראבא קאל נעכטן אינמיטן נאכט צי אלע הייזער, נישט נאר אין בארא פארק, אויסקיקענדיק ווי סקימט אפיציעל פין די קאמפיין,

די קאמפיין האט ארויס געגעבן א סטעיטמענט דערוועגן,
דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:56 pm#476000
קויפער האט געשריבן:בילד

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png
אינמיטן די נאכט דא אין ניו יארק איז ארומגעגאנגען א ראבא קאול פאר די קאמפיין, ווארשיינליך אונטער געשטעלט דורך גור-נדל"ן, מיטן ציהל שאדן צו מאכן פארן קאמפיין.

יודעי דבר האבן צוגעצייכנט אז ביי די פריערדיגע בחירות פאר ירושלימ'ע מעיאר (פרוש vs ברקת) האט זיך גור-נדל"ן באנוצט מיטן זעלבן מעטאד צו פארשמירן מאיר פרוש'ס קאמפיין.

או יאמר, טעות לעולם חוזר. א פשוטע טעות פונעם קאמפיין הויפקווארטיר.

-

טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.
דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:59 pm#476002
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:א שטארקע נארישקייט מצד גור-תורה צו לאזן די נדבות און קאמענטארן. די סארט נתינות ברענגט אראפ די רמה פונעם קאמפיין.

א געווענדליכע קאמפיין האט עטליכע ממונים אראפצונעמען די סארט נדבות.

זיי האב איך געהאט עטליכע ממונים, דעי אלע קאמענטארן זענען נישט געווען מער ווי אפאר מינוט,
איך גלייב און האף אז דו ביזט גערעכט.
פרייטאג יוני 18, 2021 12:00 am#476003
תפוח האט געשריבן:
קויפער האט געשריבן:בילד

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png
אינמיטן די נאכט דא אין ניו יארק איז ארומגעגאנגען א ראבא קאול פאר די קאמפיין, ווארשיינליך אונטער געשטעלט דורך גור-נדל"ן, מיטן ציהל שאדן צו מאכן פארן קאמפיין.

יודעי דבר האבן צוגעצייכנט אז ביי די פריערדיגע בחירות פאר ירושלימ'ע מעיאר (פרוש vs ברקת) האט זיך גור-נדל"ן באנוצט מיטן זעלבן מעטאד צו פארשמירן מאיר פרוש'ס קאמפיין.

או יאמר, טעות לעולם חוזר. א פשוטע טעות פונעם קאמפיין הויפקווארטיר.

-

טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.

אז די איינס קנעפל האט נישט געארבעט, דארף צי זיין א הוכחה אז זיי זענען גערעכט, איך האב עס פרובירט,
פרייטאג יוני 18, 2021 12:02 am#476005
תפוח האט געשריבן:
טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.

אלא מאי?
פרייטאג יוני 18, 2021 12:03 am#476006
לאמיר זאגן א צוצופיקסן רבי שאול'ס קאמפיין איז די גרעסטע מצוה אין דער תורה, אבער וועלכער מין מענטש וועט גלייכגילטיג אויפוועקן טויזנטער מידע טאטעס וואס דארפן גיין ארבעטן, אויסגעהארעוועטע אידישע מאמעס וואס האלטן ביי כלות הנפש און זענען אויפגעווען מיט די בעבי א גאנצע נאכט, קליינע מידע קינדער, עלטערע מענטשן וואס קענען קוים מיט צרות איינשלאפן. ווי קען מען זיין אזא נאצי? ס'לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל.
פרייטאג יוני 18, 2021 12:11 am#476011
רימון האט געשריבן:לאמיר זאגן א צוצופיקסן רבי שאול'ס קאמפיין איז די גרעסטע מצוה אין דער תורה, אבער וועלכער מין מענטש וועט גלייכגילטיג אויפוועקן טויזנטער מידע טאטעס וואס דארפן גיין ארבעטן, אויסגעהארעוועטע אידישע מאמעס וואס האלטן ביי כלות הנפש און זענען אויפגעווען מיט די בעבי א גאנצע נאכט, קליינע מידע קינדער, עלטערע מענטשן וואס קענען קוים מיט צרות איינשלאפן. ווי קען מען זיין אזא נאצי? ס'לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל.

אויפן מזבח החסידות האט מען שוין דורך אויס די היסטאריע אסאך גרעסערע נאציזם אפגעטין, אלעס לש"ש שטייטזיך,

ס'דערמאנט אפאר יאר צוריק נישט מער געדאכט, האט מען ארים געקאלט אלע תושבי ק"י אינמיטן דערנאכט, נישט איין נאכט, נאר אפאר חדשים אין א צי, נישט איין מאל, נאר אפאר מאל יעדע נאכט, אויך צוליב תאוות כבוד, שררה אין חסידות,
פרייטאג יוני 18, 2021 12:52 am#476017
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:
טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.

אלא מאי?
איך מערק נאר אהן.
פרייטאג יוני 18, 2021 12:54 am#476018
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סאיז געווען א ראבא קאל נעכטן אינמיטן נאכט צי אלע הייזער, נישט נאר אין בארא פארק, אויסקיקענדיק ווי סקימט אפיציעל פין די קאמפיין,

די קאמפיין האט ארויס געגעבן א סטעיטמענט דערוועגן,
E4GkTY9WQAQFmor (1).jpeg
E4GkTY9WQAQFmor (1).jpeg (35.72 KiB) געזען געווארן 1146 מאל


איך וואלט געזאגט ס'איז א גוטע קאמפיין טאקטיק...

מ'לאזט ארויס א ראבא-קאל אינמיטן די נאכט, דערנאך פארשפרייט מען רויטע צעטלעך "ס'נישט מיך", און די עולם ווארפט צו נאך א מטבע צוליב "די גורע רשעות" :lol: ...

Just Joking
פרייטאג יוני 18, 2021 1:20 am#476024
yn.NY האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סאיז געווען א ראבא קאל נעכטן אינמיטן נאכט צי אלע הייזער, נישט נאר אין בארא פארק, אויסקיקענדיק ווי סקימט אפיציעל פין די קאמפיין,

די קאמפיין האט ארויס געגעבן א סטעיטמענט דערוועגן,
E4GkTY9WQAQFmor (1).jpeg


איך וואלט געזאגט ס'איז א גוטע קאמפיין טאקטיק...

מ'לאזט ארויס א ראבא-קאל אינמיטן די נאכט, דערנאך פארשפרייט מען רויטע צעטלעך "ס'נישט מיך", און די עולם ווארפט צו נאך א מטבע צוליב "די גורע רשעות" :lol: ...

Just Joking

איר האט שוין געהערט דעם אויסדרוק, "א ליגנער גלייבט מען נישט אפילו ווען ער זאגט אמת"?!

אלעס קען מעגליך זיין, אבער טעראריסטן איז א נאמען וואס גור האט זיך אליינס איינגעקויפט נאך אסאך מי אין פלאג, אין דער עולם נעמט עס אן, אויב גור ווערט פאלש באשולדיקט איז עס זייערע אייגענע קרעדיט,
פרייטאג יוני 18, 2021 1:48 pm#476064
למען כבודו פון הרב וועקסלשטיין
פרייטאג יוני 18, 2021 1:50 pm#476065
יודל מנדלסון
מוצ"ש יוני 19, 2021 11:11 pm#476078
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:
טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.

אלא מאי?

ס'מיינט גארנישט. מ'האט עס מסתמא ארויסגעגעבן פון איין מינוט צום צווייטן און דער גראפיקער איז פונקט נישט געווען גרייט אויפן רגע.