Under maintenance
הויפט זייט » גריבלען אין יענעמס טינופת

גריבלען אין יענעמס טינופת

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14700
פרייטאג יוני 18, 2021 3:35 pm#476067
גריבלען אין יענעמס טינופת
ליידער זייט וועלט איז וועלט איז דא דער ברענעדיגע יצר הרע פון פאליטיק, מחלוקת, לשון הרע.
דאס מאכט זיך ליידער ביי די שענסטע און בעסטע,
ס'איז זייער א שווערע יצר הרע,
איבערהויפט ווען מ'איז שטארק אינוועסטירט אין א חסידות אדער קהילה,
און ס'מאכט זיך א געדראטשקע איבער די הנהגה,
און מ'שפירט איז דער אנדערער צד טוט עפעס שלא ביושר,
יעדער פארשטייט אז ס'שווער א פרעמדער זאל זאגן מוסר,
איינער וואס איז נישט אינוועסטריט דערין איז שווער צו מקבל זיין מוסר וכדומה,

למשל, את חטאי אני מזכיר, אני הצעיר בין ליידער איינגעטינקען אין די סאטמארע דרעק,
איך ווייס אז ס'טויג נישט,
איך טריי אסאך זיך צו איינהאלטן,
אבער איך בין מעודי א סאטמארער פון ניו יארק,
כאב א יצר הרע, וואס זאל איך טאן,
כאב א וועסטעד אינטערעסט דערין,
אבער גלייבט מיר בתהום לבבי איז דאס א בדיעבד שבדיעבד,
מיין שאיפה איז אז זאל ווערן א שיינע שלום אין סאטמאר,
ווי יעדער גייט זיך זיין וועג און מ'איז ווי ברודער בעפאר,
מ'רעספעקט זיך איינעם דעם אנדערן וכדומה,

יעצט על שעכשיו באתי,
ווי באקאנט איז לעצטענס נולד געווארן עפעס א גער'ע געדראטשקע,
פרעג מיך נישט וואס ווי ווען,
דאס איז א ריב לא לו, ס'אינטערסירט מיך נישט,
כאב ליב אלע גור'ע אידן אהבת נפש, זיי זענען אלע טייערע אידן,
אבער ליידער האט זיך דארט געמאכט עפעס א מיירע,
און איך וואונטש זיי שלום ואהבה,

דא קומט אבער די הימלשרייענדע פירצה שאין כמוהו,
איך קוק מיך אזוי אים אין איינע פון די גערע אשכולות,
נישט מער אין נישט ווייניגער זעה איך דארט היימישע סאטמארע ניקס, פון מונרו גאר,
זיצן אין מישן דעם טאפ דארט!!!
האלא!! איך קען וויסן וואס דו האסט פארלוירן דארט?
למשל דיין אייגן סידור קידושין מערכה וואס פלאקערט אזוי באשיינפערליך,
מים רבים לא יכלו לכבות איז דיר נישט גענוג,
ביסטאך ממש א מומר להכעיס,
בשלמא די סאטמארע פאליטיק האסטו דאך א יצר הרע,
נו סאיז א מומר לתיאבון,
אבער ווי פאר א גוט יאר ביסטו א מחותן דארט??

איך בעט שוין מיינע טייערע סאטמארע ברודער,
אל נא אחי תרעו, פיצט שוין ארויס פון דארט,
שטייטצעך די זעלביגע בעהט איך מיינע ליבע גערע חסידים,
זאלן מוחל זיין שוין פארלאזן די אלע סאטמרע חאזעריי אשכולות

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן.
פרייטאג יוני 18, 2021 4:07 pm#476068
וויפיל קרוגט איר געצאלט פון גור נדל''ן צו נעמען זייער צד?

מישט זיך אריין אויף די וואס מישן זיך אריין......
פרייטאג יוני 18, 2021 4:41 pm#476069
קיינער גריבלט נישט אין גורע שמוץ, דאס וואס מ'רעדט ארום דא אין שטיבל איז נאר די פאר גענוצטע העמדער וואס גור האט ארויסגעהאנגען אויפ'ן גאס פאר אלעמען צו באטראכטן און באטאפן, די עיקר שמוץ ווייסט מען טאקע נישט ווייל מ'גריבלט נישט אין יענעמ'ס טינופת.
פרייטאג יוני 18, 2021 5:27 pm#476072
די האסט א חולשה פאר דיין טינופות, יענער האט א חולשה פאר יענעמס אויך.
ווי שטייט אז מ'מעג נאר האבן פאר די אייגענס?
פרייטאג יוני 18, 2021 5:44 pm#476073
קלערסט אז אין הימל גייט מען ווייניגער שמייסן פאר מישן די אייגענע טאפ ווי פאר מישן די פרעמדע טאפ,

אין קיינער מישט נישט גארנישט, מזאגט זיך אפ איידעלערהייט די מיינונג אין מגייט וויטער, אזוי קאושי רב מיט ר' יחזקאל ראטה ביי פרשת שערי חמלה,
פרייטאג יוני 18, 2021 6:51 pm#476074
מיט די לעצטע פאראגרעף האסטו גע'כשר'ט דעם אשכול...
פרייטאג יוני 18, 2021 7:31 pm#476075
סאיז געזאגט געווארן צי דער וואס דארף עס הערן..
זונטאג יוני 20, 2021 3:01 am#476099
גאלד: ייש"כ. אזא אפנהארציגן קאלום האביך שוין לאנג נישט געליינט. דו ברענגסט ריכטיג ארויס מיינע געפיהלן לגבי די מחלוקת/מערכה וואס גייט פאר אין סאטמאר...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב יא געשריבן און קאמענטירט אין די גור'ע אשכול. אבער איך האב עס נישט געטון דורך באשמיצן איינעם פון די צדדים. איך האב נאר געשריבן א פאקט פון די מציאות וויאזוי איך זעה עס. אז הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א האט דאך אריינגעברענגט א שפאלט אין די חסידות. און ער קען נישט דערווארטן קיין גלעט אין בעקל סיי פון רבי'ן און סיי פון די (הייסע) חסידים...!

ווען איך האב עס (דעם מצב אין גור) פארגלייכט צו די ..."געדראטשקע"... אין קר"י און קאמענטירט אז דער מצב איז אינו דומה. האט מען מיך פארשריגן (שיינערהייט, שטייצעך) אז איך זאלל מיך איינהאלטן. און נישט ארויפברענגען דעם מצב אין קרית יואל...!

למעשה. מיינע קאמענטארן לטובת צד מהר"א שליט"א ברענגט מיר נישט קיין כבוד.. און כש"כ נישט קיין לייקס. (מסתמא) ווייל אין תוכיות באשטייט דער עולם דא רובא דרובא (אויסער דו. און גאנצל. און להבדיל, אני הקטן) פון מענטשן מהצד זאלוני זז"ג...!
זונטאג יוני 20, 2021 3:18 pm#476148
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קלערסט אז אין הימל גייט מען ווייניגער שמייסן פאר מישן די אייגענע טאפ ווי פאר מישן די פרעמדע טאפ,

אין קיינער מישט נישט גארנישט, מזאגט זיך אפ איידעלערהייט די מיינונג אין מגייט וויטער, אזוי קאושי רב מיט ר' יחזקאל ראטה ביי פרשת שערי חמלה,


סתם להודיע אז די שורה איז א פראבע צו פארלייקענען היסטאריע פאר אזעלכע יונגע ווי אייך
זונטאג יוני 20, 2021 6:26 pm#476161
יעצט הייבטס ענק אן קריגן מיט א פרישקייט.......
זונטאג יוני 20, 2021 7:38 pm#476180
berlbalaguleh האט געשריבן:גאלד: ייש"כ. אזא אפנהארציגן קאלום האביך שוין לאנג נישט געליינט. דו ברענגסט ריכטיג ארויס מיינע געפיהלן לגבי די מחלוקת/מערכה וואס גייט פאר אין סאטמאר...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב יא געשריבן און קאמענטירט אין די גור'ע אשכול. אבער איך האב עס נישט געטון דורך באשמיצן איינעם פון די צדדים. איך האב נאר געשריבן א פאקט פון די מציאות וויאזוי איך זעה עס. אז הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א האט דאך אריינגעברענגט א שפאלט אין די חסידות. און ער קען נישט דערווארטן קיין גלעט אין בעקל סיי פון רבי'ן און סיי פון די (הייסע) חסידים...!

ווען איך האב עס (דעם מצב אין גור) פארגלייכט צו די ..."געדראטשקע"... אין קר"י און קאמענטירט אז דער מצב איז אינו דומה. האט מען מיך פארשריגן (שיינערהייט, שטייצעך) אז איך זאלל מיך איינהאלטן. און נישט ארויפברענגען דעם מצב אין קרית יואל...!

למעשה. מיינע קאמענטארן לטובת צד מהר"א שליט"א ברענגט מיר נישט קיין כבוד.. און כש"כ נישט קיין לייקס. (מסתמא) ווייל אין תוכיות באשטייט דער עולם דא רובא דרובא (אויסער דו. און גאנצל. און
להבדיל, אני הקטן) פון מענטשן מהצד זאלוני זז"ג...!

יא גערעכט ר' בערל,

את חטאי אני מזכיר. איך האב יא געשריבן און קאמענטירט אין די סידור קידושין אשכול. אבער איך האב עס נישט געטון דורך באשמיצן איינעם פון די צדדים. איך האב נאר געשריבן א פאקט פון די מציאות וויאזוי איך זעה עס. אז הגה"ק ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א האט דאך אריינגעברענגט א מחלוקת אין משפחות בישראל און ער קען נישט דערווארטן קיין גלעט אין בעקל סיי פון באשעפער און סיי פון אלגעמיינע (נארמאלע ) מענטשן אין די וועלט ...!
זונטאג יוני 20, 2021 8:57 pm#476192
טשאדעלע באדעלע: ייש"כ. דו מאכסט מיך שמייכלען. (אבי נישט ערגערס.). ווייל דעם ענטפער אויף דיין פארגלייך האביך (און אנדערע יחידים מיט א גראדן שכל) שוין איבערגעחזר'ט כמעט א מיליאן מאל. און ס'איז פון די א"ב פון די ..."געדראטשקע"... (קרעדיט, גאלד.). און א יעדער וואס ווילל באמת וויסן דעם יסוד פון די גאנצע סומאטוכע ווייסט עס שוין. אפילו אין חלום. די וועלכע וויללן נישט, האבן פערזענליכע נגיעות (התנגדות צו ר' אהרן שליט"א.). און ס'וועט גארנישט העלפן זיך איינצוטענה'ן מיט זיי...!
דינסטאג יוני 22, 2021 2:11 am#476389
אזויווי ס'איז אין סטייל דא מקיים צו זיין "את חטאי אני מזכיר", וועל איך אויסרעכענען אלע מחלוקת'ר ווי איך האב גענומען א צד. וזאת למודעי, אז "גענומען א צד מיינט נישט" איך האב פיזיש עפעס געטון קעגן איינעם אדער בארעדט, ס'מיינט בלויז אז איך האב מער געפיל פאר איין זייט און איך וויל זעהן זייער הצלחה. ענדערש ווי די צד שכנגד. און צו מאל איז עס נישט ווייל איך האב אזוי ליב צד א' ווי איך קען נישט דערליידן צד ב'.

סאטמאר - רז"ל
באבוב - רמ"ד
ליבאוויטש - אנטי משוח'סטן
וויזניץ ב"ב - נוטראל
סדיגורא - ירושלים
ספינקא וומ"ס - ר ' אייזיק
קרעטשניף - ר' זיידל
בעלעד - טעמפא
קראסנה - רש"ז ליכטער
תו"א/תוא"י - תו"א
קארלסבורג - ר' משה
גור - ר' שאול
אלכסנדר - ר' יוסל
סאטמאר ב"ב - רח"ה
ברסלב - אנטי ברלנד
שטיינמאן/אויערבאך - אויערבאך

וועם האב איך אויסגעלאזט?
דינסטאג יוני 22, 2021 1:52 pm#476434
איך זעה אז ס'פארט מער ווייניגער אויף א געוויסע שניט, און ס'איז שיין פון דיר פארן זיין אפען מיט זיך אליין אז דו האסט א שוואכקייט צו די אלע זייטן אין זייערע מחלוקת'ן. וואס איז דיין צד וועגן קאמאן קאור? יעני אדער לאורעל?
דינסטאג יוני 22, 2021 2:08 pm#476439
קורקלענד האט געשריבן:וויפיל קרוגט איר געצאלט פון גור נדל''ן צו נעמען זייער צד?

מישט זיך אריין אויף די וואס מישן זיך אריין......

שוין צייט דער עולם זאל פארשטיין אז סגייט נישט אן פאר קיין איין ערנסטן מענטש וואס משרייבט דא.

אויב איינער לייגט א פעני פאר קאווע שטיבל פי אר מוז זיין אז ער האט אסאך איבריג געלט.
דינסטאג יוני 22, 2021 3:14 pm#476448
שמעון וואלף האט געשריבן:אזויווי ס'איז אין סטייל דא מקיים צו זיין "את חטאי אני מזכיר", וועל איך אויסרעכענען אלע מחלוקת'ר ווי איך האב גענומען א צד. וזאת למודעי, אז "גענומען א צד מיינט נישט" איך האב פיזיש עפעס געטון קעגן איינעם אדער בארעדט, ס'מיינט בלויז אז איך האב מער געפיל פאר איין זייט און איך וויל זעהן זייער הצלחה. ענדערש ווי די צד שכנגד. און צו מאל איז עס נישט ווייל איך האב אזוי ליב צד א' ווי איך קען נישט דערליידן צד ב'.

סאטמאר - רז"ל
באבוב - רמ"ד
ליבאוויטש - אנטי משוח'סטן
וויזניץ ב"ב - נוטראל
סדיגורא - ירושלים
ספינקא וומ"ס - ר ' אייזיק
קרעטשניף - ר' זיידל
בעלעד - טעמפא
קראסנה - רש"ז ליכטער
תו"א/תוא"י - תו"א
קארלסבורג - ר' משה
גור - ר' שאול
אלכסנדר - ר' יוסל
סאטמאר ב"ב - רח"ה
ברסלב - אנטי ברלנד
שטיינמאן/אויערבאך - אויערבאך

וועם האב איך אויסגעלאזט?


גראדע ברענגסטו ארויס א ענליכע און וויכטיגע נושא,
די נאטור פון א מענטש איז מ'האט ליב דעם "אנדער דאג", די "רעבעליען", די "ראוואלוציונער".
און איך פארשטיי זייער גוט דעם פילינג,
איך האב אויך דעם נאטורליכן הרגש (לגבי פרעמדע מחלוקת'ן).

למשל ביי די סאטמארע מחלוקה,
איז יעדער פרעמדער המון-עם מענטש געווען פרא זאלונים, בדוק ומנוסה,
(אחוץ איינער וואס האט פערזענליך איינגעזעהן אין די גדלות פון ר' אהרן'ען)
יעצט ביי גור, כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין איין פרעמדער וואס זאל נישט קוועלן פון ר' שאול'ן'ס הצלחה,


אבער איך ווייס נישט צו דאס איז נישט מעשה יצר,
און געטריבן פון אומפארגינערישקייט,
מ'פארגינט נישט אז א פרעמדער איז שטארק און מאכטפול,
ממילא פרייט מען זיך אז ס'דא א מרידה,
איך מיין אז דאס איז נישט אידשלעך
און בכלל נעמען א צד ווען די האסט גארנישט אינוועסטעד עמאשענילי אין יענעם קהילה.
וואס איז די יושר צו בכלל האבן א מיינונג?
דינסטאג יוני 22, 2021 3:28 pm#476450
תרמב האט געשריבן:איך זעה אז ס'פארט מער ווייניגער אויף א געוויסע שניט, און ס'איז שיין פון דיר פארן זיין אפען מיט זיך אליין אז דו האסט א שוואכקייט צו די אלע זייטן אין זייערע מחלוקת'ן. וואס איז דיין צד וועגן קאמאן קאור? יעני אדער לאורעל?

תרמב: דו האסט פארגעסן איהם (ש.וו.) צו פרעגן וועלכן צד ער נעמט אין די מחלוקת פון די מעטס און די יענקיס. אדער די דזשעטס און די דזשייענטס. אדער מיט וועם ער האלט. עריק עדעמס. (דער געמאכטער ..."לאנגיעריגער אוהב ישראל"...!) אדער ענדרו יענג...!
דינסטאג יוני 22, 2021 3:52 pm#476452
גאלד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אזויווי ס'איז אין סטייל דא מקיים צו זיין "את חטאי אני מזכיר", וועל איך אויסרעכענען אלע מחלוקת'ר ווי איך האב גענומען א צד. וזאת למודעי, אז "גענומען א צד מיינט נישט" איך האב פיזיש עפעס געטון קעגן איינעם אדער בארעדט, ס'מיינט בלויז אז איך האב מער געפיל פאר איין זייט און איך וויל זעהן זייער הצלחה. ענדערש ווי די צד שכנגד. און צו מאל איז עס נישט ווייל איך האב אזוי ליב צד א' ווי איך קען נישט דערליידן צד ב'.

סאטמאר - רז"ל
באבוב - רמ"ד
ליבאוויטש - אנטי משוח'סטן
וויזניץ ב"ב - נוטראל
סדיגורא - ירושלים
ספינקא וומ"ס - ר ' אייזיק
קרעטשניף - ר' זיידל
בעלעד - טעמפא
קראסנה - רש"ז ליכטער
תו"א/תוא"י - תו"א
קארלסבורג - ר' משה
גור - ר' שאול
אלכסנדר - ר' יוסל
סאטמאר ב"ב - רח"ה
ברסלב - אנטי ברלנד
שטיינמאן/אויערבאך - אויערבאך

וועם האב איך אויסגעלאזט?


גראדע ברענגסטו ארויס א ענליכע און וויכטיגע נושא,
די נאטור פון א מענטש איז מ'האט ליב דעם "אנדער דאג", די "רעבעליען", די "ראוואלוציונער".
און איך פארשטיי זייער גוט דעם פילינג,
איך האב אויך דעם נאטורליכן הרגש (לגבי פרעמדע מחלוקת'ן).

למשל ביי די סאטמארע מחלוקה,
איז יעדער פרעמדער המון-עם מענטש געווען פרא זאלונים, בדוק ומנוסה,
(אחוץ איינער וואס האט פערזענליך איינגעזעהן אין די גדלות פון ר' אהרן'ען)
יעצט ביי גור, כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין איין פרעמדער וואס זאל נישט קוועלן פון ר' שאול'ן'ס הצלחה,


אבער איך ווייס נישט צו דאס איז נישט מעשה יצר,
און געטריבן פון אומפארגינערישקייט,
מ'פארגינט נישט אז א פרעמדער איז שטארק און מאכטפול,
ממילא פרייט מען זיך אז ס'דא א מרידה,
איך מיין אז דאס איז נישט אידשלעך
און בכלל נעמען א צד ווען די האסט גארנישט אינוועסטעד עמאשענילי אין יענעם קהילה.
וואס איז די יושר צו בכלל האבן א מיינונג?


ס׳דא צוויי סארט מענטשען, איינער וועט פאר יעדע פרייז זיין א אויבער חכם למשל א ר׳ שאולניק, או די צווייטע סארט מענטש וועט פאר יעדע פרייז שאיתן די סיסטעם זאל פארן ווייטער למשל אהרן וואס האט פארלוירן זיין גאנצע רעפוטאציע נאר צו שטיפן די מוסד אגענדע.
דינסטאג יוני 22, 2021 4:52 pm#476457
אזויווי דער עולם האט זיך גענומען אויספאקן דא, וועל איך אויך אנטפלעקן מיינע סודות... פאר ווער ס'איז אינטרעסירט:

סאטמאר - ר''א
באבוב - רמ"ד
ליבאוויטש - אנטי משוח'סטן
וויזניץ ב"ב - מהר''י
סאדיגורא - ב''ב
ספינקא וומ"ס - ר' בעריש
קרעטשניף - קיינעם
בעלעד - מהר''ש
קראסנה - נייטראל
תו"א/תוא"י - תוא''י
קארלסבורג - ר' משה
גור - ר' שאול
אלכסנדר - נייטראל
סאטמאר ב"ב - מהר''א
שטיינמאן/אויערבאך - קיינעם
דינסטאג יוני 22, 2021 5:23 pm#476459
דינסטאג יוני 22, 2021 5:24 pm#476460
איך פרוביר זייער שטארק נישט צו נעמען קיין שום שטעלונג אין א פרעמדע מחלוקה,
איך רעספעקטיר יעדן, כ'בין יעדן דן לכף זכות, איך געב יעדן די בענעפיט,
נישט אלס געלונגט עס, אבער איך פרוביר,
איך האלט ס'איז א געזונטע מהלך, און א מדה טובה.

דאסי דאך מיין פוינט פון דעם גאנצן אשכול.